בדמייך חיי?!

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 213
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

בדמייך חיי?!

שליחה דורך גבור חיל »

[justify]אומצאליגע גאלאנען פון טינט זענען שוין געשפענדעט געווארן, אקעאנען פון בליט זענען שוין פארגאסן געווארן, איבער די איינע ווארט; חינוך, וויפיל דרשות און ביכער, ארטיקלען און מיינונגען, שיטות און טעאריעס, זענען שוין געזאגט און געשריבן געווארן ארום און איבער דעם.

וואס איז חינוך? וויאזוי איז מען מחנך? וואס איז די ריכטיגע וועג? איז דא א קלארע וועג וואס יא צו טון? אדער כאטש א קלארע וועג וואס נישט צו טון? וואס איז די מצב אין אונזערע מוסדות און קינדער אנשטאלטן היינט צו טאגס? טוען זיי זייער פליכט? אדער זענען זיי גאר מורד בשלוחות? ווייסן מיר טאקע וואס דארט קומט פאר? זענען טאקע געוועזן שינוים לטובה אין דעם הינזיכט די לעצטע פאר יאר? די קייט פון פראגעס איז אן ענדלאזער קייט, און איך בין נישט דער חינוך פארשטייער און עקספערט זיי צו פארענטפערן.

וואס יא? עס איז אמת אז אין די לעצטע פאר יאר איז שטארק רעפארמירט געווארן די באגריף פון זיך איזדעקעווען און אנגרייפן פיזיש קינדער אין די בתי חינוך ביים היימישן עולם, ווען אמאל האט מען געכאפט געבראטענע שלעק מיט צווייגן און ריטן, האט זיך עס היינט געטוישט, די מכות רצח וואס אונזערע גופים האבן אריינגעכאפט פון דיקטאטארישע מלמדים און אכזרית'דיגע מחנכים, וואס האבן אוודאי געמיינט נאר אונזער טובה, און בשעת'ן אריינבריקענען אין אונז ציפעדיגע מכות אכזריות, האט עס זיי אסאך מער וויי געטון ווי אונז, זיי האבן עס קלארגעשטעלט בשעת'ן קנאקן מיט א קאפאו'אישע רציחה... האט זיך מער ווייניגער גענדיגט, און אונזערע טייערע קינדער זענען ב"ה נישט אזוי שטארק אויסגעשטעלט צו דעם, אוודאי ווענדט זיך וואו, אבער מען רעדט אין אלגעמיין.

וואס מען זעהט אבער נישט אזויפיל רעדן פון, און קומט נאך ליידער פאר מיט א שטארקייט און געמיינקייט, איז גייסטישע קלעפ, גייסטישע מכות אכזריות, וואס איז אויסן צו אנזייען אין מערסטנסטייל פעלער אסאך אן ערגערע און פערמענאנטע שאדן, וואס איז אסאך מאל גאר שווער צו אפ ווישן און פארגלעטן, אזאנס וואס א אינג קינד, מיט זיין איידעלע נפש קען שווער פארנעמען.

פון וואו ווייס איך דאס? מבשרי אחזה, ובדידי הוה האי רשעות, קיין פינטל פאראיבל טראג איך נישט אין אלגעמיין אויף די מלמדים מיינע וואס האבן געפראסקעט מיינע באקן מיט אויסטערלישע פרייד, אבער א ספעציעל פארשאלטן פלאץ טראגט איינע פון מיינע מלמדים פון די עלטערע כיתות אין מיין הארץ, טראץ די שפאר ביסל יארן וואס איז שוין פארלאפן זינט דאן.

דער מלמד, האט קיינמאל אויף מיר געהויבן א האנט, אבער האט מיר פרובירט צו דער מימת'ן גייסטיש, מערערע עפיזאדן פון יענע ביטערע יאר, שטייט מיר נאך פריש אין מוח, עס ליגט מיר נאך פריש אין די ביינער, די ווייטאג איז אוודאי נישט די זעלבע, אבער די שנאה און האס וואס איך טראג אויף אים איז נאך גאר שארף.

זעקס קינדער פון די חדר האבן באקומען א כתב פון די מנהל פאר א גרויסע פארהער, צו מיין שווארץ מזל בין איך געוועזן איינע פון די, דער מלמד האט גארנישט געקענט טון דערוועגן, ווייל עס איז געוועזן ביד דעם מנהל, וואס האט געגעבן לויט וויאזוי מען האט געקענט, און נישט מיט פריוואטע חשבונות, נאך דעם מעמד חלוקת הכתבים, האט דער מלמד גערעדט אין חדר, אויסגעלויבט די אינגלעך וואס האבן געקריגן דעם כתב, זאגנדיג דערביי: זעקס אויסדערוועלטע קינדער האבן באקומען היינט א כתב, פינעף האבן זיך עס ערליך פארדינט, און גבור נישט, שענקענדיג מיר דערביי א פיינטליך בליק, און מיין ווייעך הערצעלע איז איינגעקרוטשעט געווארן ווען די גאנצע כיתה האט זיך אויסגעדרייט צו מיר מיט שפאטישע שמייכלען.

אין קעמפ האב איך אמאל באקומען הויעך פיבער, און די נירס האט מיר געגעבן א צעטל אז איך דארף מיך אראפ לייגן אין באנק, איך האב געגעבן דעם צעטל פארן מלמד, און מיט א צאפעל'דיג הארץ געגאנגען שלאפן אין באנק וואו נאך א אינגל האט זיך אויך אראפ געלייגט צילוב'ן זיך נישט גוט שפירן, עס ווערט ריסעס, און די גאנצע קלאס קומט אריין אין באנק, האהא גבור! די רבי האט היינט געזאגט אין חדר: צוויי אינגלעך שלאפן יעצט אין באנק, חיים ווייל ער פילט זיך נישט גוט, און גבור מאכט זיך ווייל ער וויל נישט לערנען! און די גאנצע כתה האט געמאכט פון מיר צימעס א גאנץ ריסעס, געשטיקט האב איך מיר אויף די קנויל וואס איז געוואקסן אין מיין העלדזעלע, די טרערן האבן מיר געדרויעט צו באוואשן, און מיט אלע כוחות האב איך מיך פרובירט איין צו האלטן.

צובראכן ווי א שארבן בין איך געליגן אין באנק שעלטנדיג מיין גורל, עס ווערט לאנטש, דער עולם איז געגאנגען עסן, און דער טייוול שפאנט אריין אין באנק, ער זאגט מיר אז ער איז געקומען קוקן וויאזוי איך שפיר, און פרעגט מיר צו דער עולם האט מיר עפעס געזאגט, אוודאי זאג איך אים, נאר וואס דען? און דער אין א הרצחת וגם ירשת פריוו שלעפט ארויס א ליסטע פון קעשענע, און מיט א סאדיסטישע מינע אויפן פנים פרעגט ער מיר, זאג מיר פונקטליך ווער עס האט דיר געטשעפעט, מען גייט קער נעמען פון זיי, די גאנצע ליסטע זאג איך אים, ווען מיין זעהלע וויינט און איז צושטויסן און צובראכן.

אומצאליגע מאל האט ער מיר מבזה געוועזן און גערעדט קעגן מיר אין כיתה ברבים, מיר מבזה געוועזן אין בית המדרש און אין לאנטש רום אין פארענט פון הונדערטער קינדער, די צוויי משלים וואס איך האב דא געברענגט איז בלויז א טיפה מן הים, פון די גייסטישע דערנידערונגען און שיקאנירונגען וואס איך בין דורך געגאנגען אין יענע שווארצע יאר.

אט יעצט בשעת איך שרייב די שירות, און איך דערמאן מיך אין איין סצענע נאכן צווייטע, די גאנצע ווייטאג קומט מיר פון פריש ארויף, ס'הארץ ציעט זיך ווידער צוזאם, די גרויזאמע לאך וואס דער האט געמאכט אין מיין נפש, איז דא, און טריפט בליט, נאך יעצט אסאך יארן דערנאך.

און אט אין דעם תחום איז נישט קיין סאך געטון געווארן, און איך ווינדער מיך צו עס איז בכלל דא א וועג וויאזוי צו זיכער מאכן אז מיינע קינדער גייען דאס נישט דורך היינט און נעכטן.

ווען א קינד כאפט א קלינגעדיגע פראסק, קען ער אהיים קומען און זאגן מיין רבי האט מיך היינט אנגעפראסקעט, אבער ווען א קינד ווערט דערנידערט און פארשעמט דורך זיין מלמד זייער אסאך מאל שעמט ער זיך, אדער האט נישט די כוחות הנפש וואס פאדערט זיך, אדער קען פשוט נישט, אהיים צו קומען און זאגן פאר זיין טאטע, טאטי מיין רבי האט מיך היינט פארשעמט אין פארענט פון די גאנצע כיתה און איך האלט עס נישט אויס.

צו מיינט איר אז איך האב געזאגט פאר מיין טאטע נאכן אהיים ברענגען דעם כתב אז דער מלמד האט מיר געמאכט צו שפאט און צו שאנד און געטרינקען מיין בלוט מיט א שטרוי בפני כל עם ועדה? א גרויסע גראבע זאפטיגע געצייטיגטע פייג! איך בין אהיים געקומען און געצייגט פאר מיין טאטע דעם כתב, ער האט געשעפט נחת פון זיין תכשיט, נישט חלומ'נדיג וואס אט דער כתב האט מיר אנגעמאכט, און וויפיל מארך דאס האט געצאפט פון מיינע ביינער.

איז וואס קען מען יא טון? איך האב נישט קיין אנונג, אבער אזוי פיל ווייס איך קלאר! הימל און ערד דארף מען איבערדרייען צו ענדיגן די שפיכות דמים אין נאמען פון חינוך! די בלוט פארגיסונג דארף זיך ענדיגן, און איך ציטער צו טראכטן וויפיל דורות זענען געגאנגען אין די אדמה צוליב אזעלכע און ענליכע פאסירונגען.

איך בין זיכער אז דער באשעפער פון אויבן קוקט זיך צו וואס עס גייט פאר, און וועט פאר קיינעם אוודאי נישט שילדיג בלייבן פאר זיינע מעשי רשעות, אבער איך פיל אז מען טוט נישט אין דעם הינזיכט, און די הימלען וויינען מיט, מיט די באקריוועדעטע טייערע איידעלע נפשות פון די תינוקות של בית רבן, וואס זייער בליט ווערט געמאלקן טאג איין טאג אויס![/justify]
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר