לא מדובשך ולא מעוקצך

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
הומאניסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

לא מדובשך ולא מעוקצך

שליחה דורך הומאניסט »

א חבר מיינער וואס איז ארויס פון די סיסטעם, האט זיך אמאל אויסגעדריקט זייער שׁאַרף צו איינעם וואס האט אויסגעלויבט די געוואלדיגע צדקה וחסד אין סאטמער, און דעם אָומ-פּאַראַלעלן ביקור חולים…

האט ער געזאגט: חסד דוסים חטאת. [דוסים=חרדים] לויט׳ן באוואוסטן פסוק חסד לאומים חטאת.

די חסד פון אידישע קינדער איז באמת נבהל ונשתומם צו ווערן. און די גוטסקייט פון מענטשן איז אן איספיראציע… ליידער באניצט זיך די סיסטעם מיט אזעלכע מענטשן פאַר גוטע PR און נאך א גרעסערע הארצווייטאג איז צו זעהן ווי עס ווערט א מיטל צו האלטן מענטשן האָסטידש אין די סיסטעם.

ס’איז ענדליך צו די קירוב טאקטיק אין ליובאוויטש וכד׳ וואס מען איז ״מקרב״ נאר די דרויסענדיגע און די אייגענע לאזט מען אפט שימלען…

ס׳איז א סיסטעם געבויט אויף power וואס ניצט גוטהארציגע מענטשן צו פארדעקן אלע אומרעכטן און פשעים וואס גייט פאָר אין די זעלבע צייט אונטער די שלייער פון ערליכקייט

*זעה די געוואלדיגע מעשה פון קב הישר וועגן וײַצדקתך

ס׳דערמאנט א קורצע מעשה וואס איך האב געשריבן אין א תגובה ערגעץ ווי מ׳האט דיסקוסירט וועגן סאטמער.

א קארגער עושר האט אמאל דערלאנגט פאר אן ארעמאן פארשטונקענע פיש פון מיסטקאסטן צו עסן. און יענער האט זיך פארדארבן די מאגן און געווארן שטארק קראנק. דער עושר איז געגאנגען מבקר חולה זיין, און נאך א וואך איז ער נעבעך געשטארבן. דער גביר האט מיטגעהאלטן די לוויה, און נאך דריי טעג איז ער מיט זיין ווייב געגאנגען מנחם אבל זיין. אהיימגייענדיק פרעגט די ווייב, וואס עפעס ביסטו היינט אזוי אויפגעלייגט? זאגט ער צו איר, וואס הייסט? אין די לעצטע צען טעג האב איך געהאט דעם זכות מקיים צו זיין דריי גרויסע מצוות:
ביקור חולים, הלוית המת-חסד של אמת, און ניחום אבלים…

אזוי קוקט עס אויס ביי אונז אינעם סיסטעם, מע לאזט נישט לעבן נארמאל , מע ווערט קראנק, און דעמאלטס טוט מען זיך אויף וועגן די געוואלדיגע ביקור חולים…

מענטשן ווערן דערהרגעט און תוך כדי כך איז מען פארנומען אריינצוכאפן מצוות.

מיר דארפן אויסרופן הויך אויפן קול: לא מדובשך ולא מעוקצך


Sent from my iPad using Tapatalk

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר