א מענטאר פון חינוך יארן?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

א מענטאר פון חינוך יארן?

שליחה דורך העניך »

כ'האב געהאט א טרויעריגע רעאליזאציע די וואך. כ'האב געלערנט אין חדר, כ'האב געלערנט אין ישיבה, כ'האב געהארעוועט אין כולל – אלעס צוזאמען איבער 25 יאר פון מיין לעבן – און כ'קען נישט טראכטן פון אפילו איין מענטש מיט וועמען כ'האב געהאט א שייכות אין די אלע יארן וועמען כ'וואלט היינט אנגערופן זיך מיט אים דורכרעדן אן ענין בגשמיות אדער ברוחניות.

יא, כ'געדענק עטליכע פיינע מלמדים, טייערע הייליגע אידן, יא אין ישיבה איז געווען א משגיח וועלכער איז געווען אן עובד ה', יא אין ישיבה גדולה איז געווען א מגיד שיעור א בקי בש"ס בעל פה – אבער צווישן די אלע איז נישט פאראן אפילו איינער וואס כ'וואלט געהאלטן אז ער איז גענוג קלוג, גענוג איידל, גענוג איבערגעגעבן, און גענוג א גרויסער תלמיד חכם, אז כ'זאל אים טראסטן מיט א שאלה אין עבודת ה', חינוך, אדער סתם דורכשמועסן אן ענין וואס דרוקט מיר.

כ'קען נישט טראכטן אפילו איינער פון זיי וואס אויב זאל איך הערן פון אים א מיינונג אדער א פסק זאל איך שפירן אז ס'מיינט עפעס און ס'איז מיר מחייב (חוץ א פשט אין א גמרא פון דעם מגי"ש דער גאון). אזוי אויך, צוריקקוקנדיג צו מיינע חינוך יארן, קען איך נישט טראכטן פון אפילו איין מחנך וועמען כ'זאל אנרופן מיין רבי, וועלכער האט מיר געבויט, געגעבן קאנפידענץ, געגעבן א דרך הלימוד אדער אין עבודת ה', אדער וועמען כ'קען קרעדיטירן מיט א פאזיטיוון איינפלוס אויף מיין לעבן.

און כ'בין נישט געווען עפעס אן איבעריג שרייפל אין ישיבה. כ'בין געווען א פיינער בחור, מיט כשרונות. כ'גיי מיך נישט באשולדיגן אין נישט מאכן א קשר מיט מיינע מחנכים ווייל איך בין נאר געווען א קינד. און כ'גיי אויך נישט באשולדיגן קיינע אינדיווידועלע מחנכים ווייל נישט יעדער מחנך מוז טויגן אויף בויען א קשר מיט תלמידים, און נישט יעדער מחנך דארף זיין אזא איינער וואס קעירט באמת און איז איבערגעגעבן. אבער מיין רעאליזאציע איז איבער דער גאנצער חינוך סיסטעם, וואס האט – עכ"פ פאר מיר – נישט געקענט פראדוצירן אפילו איין מענטאָר וועלכער זאל אויף מיר איבערלאזן אן אייביגן רושם, וועמען כ'זאל שפירן אז ער איז ראוי אז כ'זאל אים עפעס פרעגן, און וועלכער מאכט מיר שפירן באקוועם מיט אים צו רעדן.

בין איך דער איינציגסטער?
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר