דו יא און איך נישט!?!

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

דו יא און איך נישט!?!

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

איך זיץ מיר היינט צופרי באקוועם אויפן קאוטש טרינקענדיג א קאווע, און אינדערזייט האב איך מיר א בעג קליקס טשאקלעד, און איך עס איינס נאכן אנדערן צוזאמען מיטן קאווע, ס'קומט א פרישע טאג דאס ברענגט מיך אריין אינעם טאג מיט א פרישקייט.
און...
מיין זעקס יעריג אינגל שפאצירט זיך אריין.
טאטי, קען איך האבן א שטיקל?
אודאי מיין קינד, נאדיר איינע.
ער עסט עס אויף און ער בעט נאך איינס, איך געב איהם נאך איינס, און א מינוט שפעטער בעט ער נאך איינס, און איך זאג איהם האסט שוין געהאט צוויי ס'איז גענוג פאר דיר.

דאס קינד שטעלט אהן אזעלכע צוויי אויגן און ער געט א פרעג מיט א תמימות,
פארוואס דו יא און איך נישט????

א גוטע פראגע, איך האב נישט די תשובה דערויף. סתם ענטפערן "ווייל אזוי" האט דאך נישט קיין פשט, איך זוך א נארמאלען ענטפער וואס ער קען פארשטיין.
איז ווען ס'איז נישט דא גענוג, פארשטייט ער אז איך באקום א זכות קדימה, איך בין דאך די טאטע דא, אבער אין שאפע ליגט נאך קליקס מען קען דאך גיין נעמען נאך פון דארט, איז פארוואס קען ער נישט האבן אזוי ווי מיר?

אזוי אויך שלאפן פארשטייט א קינד אז ווי עלטער מ'איז דארף מען ווייניגער שלאף, און ממילא קען מען גיין שלאפן שפעטער, און אזוי אויך עסען עפעס וואס איז געזונט, איז ווי עלטער מ'איז דארף מען מער כח,(נישט אז זיי בעטן דעמאלטס מער), אבער עסן סתם דזשאנק אדער טשאקלאד, וואס א חילוק פון מיר ביז איהם???

איז די שאלה איז, וואס קען מען מסביר זיין פארן קינד, אז ער זאל פארשטיין, און אפשר טאקע איז נישט דא קיין תשובה און ס'איז טאקע נישט ריכטיג צו טון אזוי, נאר ער קען האבן אזויפיל ווי דו האסט.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר