וויאזוי מיר קענען באשיצן אונזערע קינדער

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
בונה של טוב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

וויאזוי מיר קענען באשיצן אונזערע קינדער

שליחה דורך בונה של טוב »

עס כאפט א שרעק ווען מ'האט יונגע קינדער אין שטוב און מ'וויל זיי אפהיטן פון אלדאס בייז, אבער וואס טוט מען ווען איבעראל וואו זיי דרייען זיך זענען זיי אין געפאר פון באלעסטיגט ווערן ה"י (אפילו ווען מ'לאזט זיי חלילה נישט אליין גיין אין מקוה).

אוודאי זענען דא גוטע ביכער וואס היימישע מדריכים פאר עלטערן האבן מייעץ געווען, ווי https://www.amazon.com/ideas/amzn1.acco ... idea_share

אבער כאטש ס'מאכט א גרויסע חילוק ווען מיר לערנען אונזערע קינדער, זיי זאלן וויסן אז קיינער האט נישט די רעכט זיי אנצורירן אין פּריוואטע ערטער, און אפילו ווען מיר זענען פארזיכטיג און האלטן כסדר אן אויג, די מערסטע וואס מיר קענען - איז נאך אלס נישט א הונדערט פראצענטיגע גאראנטי. פארשטייט זיך אז אנגרייפערס וועלן ענדערש פרובירן זייערע פארברעכנס מיט קינדער וואס זענען מער פארנאכלעסיגט, אבער ס'קען זיך אויך מאכן אין גוטע היימען און ליידער אפילו פון אייגענע געשוויסטער אדער אפילו א פעטער אדער א זיידע.

די לעצטיגע אינטערוויא אויף ליווינג לחיים רעדט אביסל וועגן די קשר פון עלטערן מיט זייערע קינדער, וואס אויב א קינד ווייסט, אז נישט קיין חילוק וואס זיי דערציילן, וועט מען זיי גלייבן און נישט אוועקמאכן זייער פּיין, אדער חלילה זיי באשולדיגן - דעמאלס קען מען פארמיידן לעבנס-לענגליכע יסורים פאר אונזערע קינדער. ווייל אפילו אויב די ערשטע אינצידענט קען מען נישט אין אלע צייטן פארהיטן - איז עס אבער הימל און ערד א חילוק פון אן אנגרייפער וואס איז פריי פארצוזעצן זיינע פארברעכן ווייל דאס קינד פילט נעבעך כאילו ס'איר/זיין שולד. ווען א קינד קען האבן די דרייסטקייט מיטצוטיילן ווייל זיי ווייסן די עלטערן וועלן זיי נישט באשטראפן אדער פארשעמען - קען עס ראטעווען די לעבן פון אונזערע קינדער פון אומבאשרייבליכע יסורים.

אט איז די לינק פון ר' אברמי זיפּל אויף ליווינג לחיים (כאטש איך גלייב ס'דא עטליכע פראבלעמען דא, אבער איך האף אז ס'איז יצא הפסדו בשכרו)
https://youtu.be/CUvFfcklfUg

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר