גזירת החינוך-מה יהיה לבסוף?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 4005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

גזירת החינוך-מה יהיה לבסוף?

שליחה דורך פרנס החודש »

די פראגע וואס יעדער פרעגט (נישט): ווי אזוי גייט זיך עס ענדיגן?

איך וועל פרובירן צו געבן מיין מיינונג דערויף:
בפשטות איז די גאווערמענט נישט גענוג שטארק ארויפצוצווינגען זייער קוריקולום, און רוב מוסדות קענען נישט עקזיסטירן אן גאווערמענט פאנדינג. ווייטער קיין שום קאורט גייט נישט געבן קיין גרין לייט פאר פריוואטע שולעס נישט צו לערנען די בעסיק ענגליש,מאטעמאטיק, וכדומה. דאס אלעס באדייט אז עווענטועל גייט די סטעיט לעגיסלאטור דארפן באהאנדלען די נושא און אויפקומען מיט א פשרה און א קלארע אויספירבארע מהלך ווי אזוי אונזערע מוסדות זאלן אנגיין.

די אלע וואס באשולדיגן פיערל״ס אין מאכן פשרות וכו׳, כאפן נישט אז עס איז נישט דא קיין שום אויסזיכט פאר א פולשטענדיגע געווינס אין סופרים קאורט, און אז די מוסדות קענען ״נישט״ אנגיין אן גאווערמענט פאנדינג. די אזויגערופענע ״טהרת הקודש״ מוסדות האלטן זיך בעיקר אויס דורך וואוטשערס גענומען אויף די נאמען פון אנדערע מוסדות וכדומה, און אפילו דאס קען נאר ארבייטן פאר א מיעוט עולם. ווייטער איז אונזער גאנצע עקזיסטענס אלס חרדים אנגעוואנדן אין סיסטעמאטישקייט, ממילא וועט מען ענדערש לערנען לימודי חול אויף א סיסטעמאטישן אופן ווי איידער מאכן קאראנע מוסדות.

עווענטועל גייט זיך עס אויסלאזן אין א פשרה מיט די סטעיט. אויב האט די אגודה שכל זאלן זיי פארשלאגן פאר די סטעיט אז זיי זענען גרייט צו לערנען לימודי חול (אויף א באגרעניצטע פארנעם), בתנאי אז די סטעיט זאל מבטל זיין די בלעין אמענדמענט (וואס לאזט נישט די סטעיט פאנדן רעליגיעזע אינסטיטוציעס). סתם אזוי איז מיט די נייע סופרים קאורט דא א שטארקע מעגליכקייט אז די בלעין אמענדמענט זאל ווערן ארויסגעווארפן אויב זאל מען אריינגעבן א רעליגיעזע דיסקרימינאציע אנקלאגע דערגעגן, וואס וואלט ווען געווען א קלוגע שריט פאר די אגודה צו טון, ווען זיי האלטן ווען ביים טון עפעס.

און ממילא איז א שאד זיך צו עקש׳נען און אריינגראבן אויף א זאך וואס גייט ממילא נישט פאסירן. לעצטענס האב איך טאקע באמערקט א טויש אין די טאן פון די זאלי פארטיי אז זיי האבן אויפגעהערט מיט די ״גזירת החינוך פאניק״ און זיי בארוהיגן שוין דעם עולם אז מ׳עט נישט פאלגן און שוין און אז די מוסדות האלטן זיך שוין יעצט אויס זיבעציג פראצענט אן די גאווערמענט געלטער(?!), און דאס אלעס טוען זיי ווייל זיי האבן געכאפט אז מיטן אריילייגן דעם עולם אין גזירת שמד מאוד פארלירן זיי די סאמע מעגליכקייט צו איבערלעבן ווען די געזעצן גייען אריין אין עפעקט.

די יעצטיגע מהלך פון פיערלס און די מוסדות איז צו שטופן צייט מיט קאורט אנקלאגעס. יעצט נניח אז עס וועט זיי געלונגען צו באקומען אן עמערדשענסי אינדשאנקשן (שוואכע מעגליכקייט) און ארומשלעפן ביזן סופרים קאורט (ווי עס גייט בלי ספק בכל אופן אנקומען צום סוף), גייען זיי סך הכל פארדינען אז די פארלאנג צו לערנען אויף ענגליש און לכאורה געוויסע סובדשעקטס וועט אוועקפאלן. דער סופרים קאורט גייט נישט נאכאמאל ארויסגעבן א ״וויסקאנסין געגן יאדער״ אמיש פסק ווי יעדער וואס האט אדורכגעלערט דעם געזעץ ווייסט אז עס איז געבויעט אויף דעם (שקר) אז זיי נעמען נישט קיין גאווערמענט פראגראמען, און אפילו דארט האט די סופרים קאורט פארלאנגט געהעריגע פולע לימודים ביז אכטע קלאס.

ממילא איז צייט פאר די חברה זיך אויפצוועקן און איינזעהן אז עס איז נישט דא קיין שום אויסוועג דא חוץ פארהאנדלען מיט די סטעיט לעגיסלעטור, היינט אדער אין צען יאר ארום

פארשטייט זיך עס גייט אויך זיין א מיעוט וואס וועט מאכן א מלחמה להשמיד ולהרוג און ״געווינען״. (אויף אלע מיינע שונאים געוואונשן).
Don’t ask unless you want to hear the answer.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר