א ווארט צו די חברי הנהלת המוסד שיחי'

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

א ווארט צו די חברי הנהלת המוסד שיחי'

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

איר האט אהיימגעשיקט מיין שכנ'ס טאכטער, צוליב דעם וואס דער טאטע אירס האט ביי א אייך א גרויסע שכר לימוד באלאנץ, וואס ער האט נישט געצאלט. איר האט אים געזאגט, אז אזוי לאנג ווי ער צאלט נישט דעם חוב, וועט זיין קינד נישט צוריקגענומען ווערן אין שולע.

איך בין נישט אנגעשטעלט ביי אייך. איך בין נישט קיין "מאכער" אדער עסקן. איך בין נישט קיין גביר. בקיצור, איך בין נישט קיין מענטש מיט השפעה, וועמענס ווארט קען עפעס אויסמאכן.

דער יונגערמאן, דער טאטע פונעם קינד, פארמאגט נישט דאס געלט. ער וויל צאלן, אבער ער קען נישט. ער ארבעט שווער -- ער טוט וואס ער קען, צו מאכן וויפיל געלט נאר מעגליך. ער טוט אלעס וואס ער קען. ער האט דעם חוב נישט געצאלט, ווייל דער דזשאב וואס ער האט ברענגט אים נישט גענוג צו קענען דעקן אלע זיינע הוצאות. דער יונגערמאן לעבט אויף א פשוט'ן סטאנדארט. ער שפענדט נישט קיין געלט אויף לוקסוס און איבעריגע זאכן. ער לעבט פשוט.

אבער די אלע זאכן ווייסט איר דאך. איך וויל אבער אנצייגן אויף א נקודה, וואס איר האט, ווי עס שיינט, פארגעסן צו נעמען אין באטראכט ביים פאסן דעם באשלוס פון אהיימשיקן זיין קינד. דער יונגערמאן איז אויפגעצויגן געווארן ביי אייך אין מוסד. זיין ווייב איז אויך א תלמידה פון אייער חינוך סיסטעם. איר האט זיי ביידן אויסגעלערנט אידישקייט, הלכה און השקפה. איר האט אבער זיי נישט אויסגעלערנט קיין פאך, קיין מיטל וויאזוי צו ברענגען פרנסה. איר האט די נושא בכלל נישט אנגערירט. איר האט זיי מחנך געווען אויף א סיסטעם אז נאכ'ן גראדואירן די חינוך אנשטאלטן, זאלן זיי חתונה האבן מיט זייער באשערטן/באשערטער, און אויפשטעלן אידישע דורות. פרנסה? דער אויבערשטער וועט שוין העלפן: "מאן דיהיב חיי, יהיב מזוני." דו טו דיינס, און אויפ'ן איבעריגן פארלאז זיך אויפ'ן אויבערשטן.

דער יונגערמאן איז אן ערליכער און א תמים -- אין דעם זינען פון גלייבן און פאלגן וואס מען האט אים געזאגט און אויסגעלערנט. ער האט חתונה געהאט און טאקע זיך באלד גענומען אויפשטעלן דורות. ער האט געזוכט א דזשאב און גענומען דעם בעסטן וואס ער האט געקענט באקומען. ער האט נישט קיין גרויסע השגות; ער לעבט אויף א פשוט'ן סטאנדארט.

וואס ווילט איר ער זאל יעצט טאן? ער פארמאגט א גרויסע פאמיליע, בליה"ר, ווייל אזוי האט מען אים/איר אויסגעלערנט. ער קען נישט מאכן מער געלט ווי ער מאכט, ווייל ער האט נישט קיין פאך/ערפארונג/דיפלאמא/קענטעניסן. ער קען נישט "דרייען", ווייל ער איז אן ערליכער און א תמים, וואס פארשטייט נישט די סוגיא אונטער דעם צויבער-ווארט "מ'עט זיך שוין אן עצה געבן." ער איז אין דעם מצב, ווייל אזוי האט איר אים מחנך געווען. וואס איז ער שולדיג, אז ער האט אלעס אנגענומען מיט אויפריכטיגער ערליכקייט, און פירט זיין לעבן פונקט ווי מען האט אים אויסגעלערנט?

דער יונגערמאן וועט מסתמא נישט שיקן אין קיין אנדערן מוסד (לו יצוייר אז ער וועט בכלל באקומען די מעגליכקייט), ווייל ער גלייבט, נאך יעצט, אז דער חינוך וואס ער האט באקומען איז דער ריכטיגער. ער קוקט עס אן ווי טייל פון זיין מסורה. קומט אים פאר דעם די בושות און ווייטאג? קומט זיך עס פאר זיין קינד?

איי, איר, דער מוסד, האט דאך טאקע נישט קיין געלט, און דעקט דעם בודזשעט, עכ"פ טיילווייז, פון שכר לימוד? נו, האבן מיר דאך אן אלטן כלל: דער אויבערשטער וועט שוין העלפן: "מאן דיהיב חיי, יהיב מזוני." איר דארפט טאן דאס אייעריגע, פירן דעם מוסד, און אויפ'ן איבעריגן פארלאזט זיך אויפ'ן אויבערשטן.

דאס זענען פשוט'ע זאכן. איך טראכט נאר אז איר האט די זאכן פארגעסן צו נעמען אין באטראכט ביים פאסן די החלטה, האב איך געקלערט סתם צו דערמאנען.I

דער אשכול פארמאגט 90 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר