מיינע מחשבות ביי די ניקולשבורג'ע הדלקה אין בארא פארק

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן

מיינע מחשבות ביי די ניקולשבורג'ע הדלקה אין בארא פארק

הודעהדורך smartinof » זונטאג אפריל 28, 2013 4:59 pm

ווי א אלגעמיינע איינוואוינער פון בארא פארק, האב איך זיך באטייליגט נעכטן ביי די הדלקה און פארנט פון ניקלשבורג'ע ביהמ"ד, אויף 16 און 49, געגאנגען בין איך, נישט מיט קיין ספעשיל געפילן, ל"ג בעומר, מוצ"ש, אביסל פארברענגען, פארוואס נישט, אבער אהיימגעגאנגען בין איך א שבר כלי... איך בין געוואר געווארן אז וויפיל פארקריפעלטע נשמות כ'האב געמיינט עס דרייען זיך ארום, איז עס כפלי כפלים. בחור'לעך, איינער הארט פאר'ן גליטשען, אינמיטן, נאכ'ן גליטשען, ס'כאפט א שרעק, כמעט אלעס פון היימישע שטיבער, דער ניקולשבורג'ער האט אזוי געטאנצן דארטן מיט די חברה דעם "ועמך כולם צדיקים", אבער איך האב זיך געצווייפעלט צו די ווערטער זענען פאסענדע... וויפיל טרערן האט מען שוין פארגאסן אויף די אלע נשמות וואס מען טאנצט פאר זיי "ועמך כולם צדיקים", וויפיל הארץ עסענישען האט שוין אפגעקאסט וועגען די אלע נשמות וואס מען טאנצט פאר זיי "ועמך כולם צדיקים", וויפיל חרפות און בושות עלטערן נעמען איין מדי יום ביום וועגען די אלע נשמות וואס מען טאנצט פאר זיי "ועמך כולם צדיקים", וויפיל געלט קאסטן אפ די אלע נשמות וואס מען טאנצט פאר זיי "ועמך כולם צדיקים", און וויפיל חילול שם שמים האבן זיי שוין אנגעמאכט די אלע נשמות וואס מען טאנצט פאר זיי "ועמך כולם צדיקים", וויפיל פחד און שרעק האבן זיי שוין אנגעזייעט ביי אונז, מורא האבענדיג פאר די עתיד פון אונזערע קינדער, אז זאלן ח"ו נישט אויסזען ווי די אלע נשמות וואס מען טאנצט פאר זיי "ועמך כולם צדיקים".

און ווי אינמיטן א חלום, אדער א פאר'דמיונ'טער משל, האט ביי מיר אויסגעזען די פאקט, ווי איך האב מיך דערזען שטיין נעבן א טאטען וואס זיין זון איז אויך נעבעך איינע פון די נשמות, אזוי זוכענדיג פאר זיין פארלוירענעם זון, אפשר וועט ער אים טרעפן דארטן טאנצען, דער פסוק "הבן יקיר לי... מדי דברו בו... על כן המו מעי..." האט ווי מיט רשעות מיר געריסען ביים הארץ, און אזוי נאך שטיק צייט ווי איך זע דער רחמנות'דיגער טאטע דרייט זיך רעכטס לינקס מזרח מערב, און ער טרעפט נישט זיין זון, האט זיך ווי א אינסטינקט ארויסגעגליטש פון מיין מויל די ווערטער פונ'ם חכם און מלך שלמה "אקומה נא ואסובבה בעיר בשוקים וברחובות אבקשה את שאהבה נפשי בקשתיו ולא מצאתיו..." און מער ווי איך האב באטראכט די ווערטער ווי א פיוטישער משל, האב איך עס געזען אלס א פיינפולע נבואה.... איך האב דאס נישט ווייטער געקענט צוזען, האב איך זיך פארקירעווערט צו דעם אנדערן זייט פונ'ם עולם, און ווי אן אויסגערעכנטע אקט, זע איך יענמ'ס זון שפאצירט אדורך פארנט פון מיר, מיט א בלויזן קאפ, א פליסיגען יידיש, און מיט א שמייכעל פון אויער ביז אויער, אייזערנע צוואנגען האבן מיר צוריקגעהאלטן פון גיין לויפן צום דעם פאר'אבל'טן טאטן, וואס דער רחמנות מאב על הבן לאזט נישט נאך ביי אים, און ער זוכט נאך מיטן גאנצען התלהבות, און אים גיין זאגן, דארטן איז ער, דארטן איז דיין באליבטער וואס דו זוכסט אזוי שטארק, און כ'בין געווען מסופק אויף וואס איך זאל מער רחמנות האבן, אויף דעם זוכעניש פונ'ם טאטן, אדער אויפן צוריסען הארץ וואס דער טאטע וועט האבן ווען ער וועט דערזען ווי זיין זון קוקט נעבעך אויס... כ'האב זיך געפרעגט: אויף אים דארף מען אויך זינגען "ועמך כולם צדיקים"...??

ווען מען זאל ווען צוזאמנעמען די אלע טרערן פון די אלע טאטעס און מאמעס פון די פארקריפלטע נשמות, וואלט מען דערטראנקען געווארן, אדער ווען מען זאל ווען צוזאמנעמען דאס בלוט וואס רינט פון די צובראכענע הערצער פון די די טאטעס און מאמעס פון די אלע נשמות, וואלט 16 און 49 אויסגעזען ווי א שלאכט הויז, אויב נישט ווי א שלאכט פעלד, אנשטאט צוזאמנעמען די אלע נשמות, און טאנצען מיט זיי "ועמיך כולם צדיקים", דארף מען צוזאמנעמען די טרערן און בלוט וואס עס גיסען זיך פון די עלטערען, און זינגען מיט זיי עפעס א פאר'אבל'טן ניגון "קול דמי אביך ואימיך צועקים, אליך, ועליך"...

כ'האב שוין נישט געזען קיין טענץ קיין מוזיק, קיין גארנישט, כ' האב זיך געשפירט די זעלבע ווי כ'האב זיך געשפירט נאכדעם וואס כ'האב באזוכט אושביץ, א פאלוירענקייט, צובראכן, דערשראקן פון די אלע חזיונות, און אויפ'ן וועג אהיים האב איך ווי פון זיך אליינס אנגעהויבען אונטערברימען יו"ט ערליכ'ס ניגון, כ'האב געווארט און געווארט... כ'האב געזוכט און געזוכט... און דורך אויס מיין שלאפלאזע נאכט, האב איך נאס געמאכט מיין קישען, און ביי שחרית כוותיקין האב איך נאס געמאכט מיין טלית, און אנדערש ווי יעדן שחרית וואס די ווערטער פון דוד'ן "בחורים וגם בתולות, זקנים עם נערים, יהללו את שם ה' "... דינען פאר מיר ווי א אויסדריק פון לויב, וואס פון עקסטאז און התפעלות שריי איך צו די בריאה קומטס צוזאמען און זען די וואונדער און גרויסקייט, און איינציגקייט פון אונזער גאט, האט עס היינט געדינט פאר מיר ווי הארצריינסענדע תפלה, א בקשה צו די בחורים, א תחינה צו די בתולות, און מיט הארץ זיך געבעטן ביי די זקנים עם נערים, איך בעט ענק מיט רחמנות, יהללו את שם ה', לויבטס גאט, דינטס גאט, האטס רחמנות אויף גאט, ער שטייט נעבעך א אויסגעשפילטער, קיינער קוקט אים נישט אן, קיינער פרובירט אפילו נישט עם צופרידען שטעלן, איך בעט ענק, יהללו את שם ה'... גענוג מיט די שפיכת דמים, און גענוג מיטן מצער קוב"ה, און מיין בקשה האט זיך געוואנדען צום בורא עולם, רבון העולמים, האסט באשאפן א גאנצע וועלט, און אלעס דאנקט דיר, אלע פארשטייען דיין חסד דיין געטליכקייט, תנינים וכל תהומות, אש, וברד, שלג וקיטור... החיה וכל בהמה, רמש וצפור... בעט איך פון דיר גאט ברוך הוא, די בחורים וגם בתולות, און די זקנים עם נערים, זאלן אויך פארשטיין, און מ'זאל פון זיי אויך הערן דעם לויב פון הודו על ארץ ושמים... און איך בעט דיר טאטע, זיי דיך שוין נישט אזויפיל מצער, וירם קרן לעמו, תהלה לכל חסידיו, עם ישראל, עם סגולה, בית יעקב, די אלע זענען ריינע מושגים, וואס זענען במשך די צווי טויזנעט ביטערע יאר געווארען פארשמירט, פארפלעקט, נאך אביסל וועט מען עס שוין נישט דערקענען, בורא עולם ברענג אונז צוריק, וירם קרן לעמו...

און מיין החלטה נאך דעם אלעס איז געוועזן, און לאז זיך אפ פון די וועלט, און וועל זיך זעצן ביי מיין ווינקעל, נישט קוקן אויף קיינעם. לערנען, דאווענען, חקרנ'ן קוב"ה'ס איינציגקייט, און פארגעסן פונ'ם באשאף וואס דער בורא עולם האט באשאפן דעם זעקסטען טאג, דעם זינדיגען מענטש, דער מענטש וואס האט באקומען דעם ציווי פון גאט: אדם, איך באשאף דיר, אבער, "תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי" [קהלת רבה פ"ז], און ער לאכט פון דעם און קימערט זיך נישט צו די תנאים וואס זיין באשאפער האט זיך אויסגענומען מיט אים, און מיינע החלטות ענדלען אין די החלטות וואס שואה איבערלעבער האבן געמאכט נאך זייער טראומא וואס זיי זענען אדורך, און פונקט ווי זיי, האב איך פאלוירען טראסט אין שמייכלדיגע מענטשן, און די שמייכעל פון מיין קליינע בן זכר, קוק איך היינט אן ווי א שפיז אין הארץ, פארואס זאל איך גלייבען אין דיין שמייכעל... יענער ביים הדלקה האט אויך געשמייכלט... און דער געוויין פון א תינוק הצריך לאמו אנשטאט עס זאל אויפוועקן געפיל, מאכט עס מיין הארץ שטייפער און שטייפער, דו וויינסט ווען דו ביסט יונג, און איך וויין ווען די ווערסט עלטער, און ביי מיין געוויין האסטו נישט קיין רחמנות, זאל איך אויף דיין געוויין יא רחמנות האבן, רחמנות איז נאר מאב על הבן, מבן על האב איז קיין רחמנות נישט פארהאנען???

מיינע טרערן האבן זיך אויסגעלאזט, כ'האב נאך אסאך ארויסצוגעבן, עוד חזון למועד.
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

הודעהדורך smart » זונטאג אפריל 28, 2013 5:05 pm

דאס הארץ רייסט! די אויגען זענען נאס!!

אוי מי יתן לנו???

בד"וו איז דא אפשר ווי מקען זעען א קליפ פון די הדלקה?
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 623
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 244 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג אפריל 28, 2013 5:07 pm

יא דא
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4204 מאל

הודעהדורך וואלפה » זונטאג אפריל 28, 2013 5:43 pm

זייער שטארק און הארציג ארויסגעברענגט.
איך האב נאך די מערסטע רחמנות אויף די צושאסענע און צובראכענע נשמות, :אויוויי: :אויוויי: זיי ווייסן נעבעך נישט פון ווי צו נעמען סיפוק, און זיכען און זיי פאלן נאך טיפער אריין אין דופרעסיע.
אינמיטן שרייבסטו אז דו האסט איהם געזעהן זיך דרייען מיט א שמייכעל פון איין זייט אויער צום צווייטן,
דערמאנסט מיך פון איינעם וואס איך האב געזעהן פאר פורים וואקען מיטן אשת חיל זיך אנכאפענדיג מיט א קשר של קיימא (-אזוי האב איך געמיינט) "לאכענדיג".
א קארגע חודש דערנאך איז שוין דערנאך.....
ווען איינער דארף ארויסווייזן און ארויפלייגען א שמייכעל איז עס די גרעסטע סימן אז אינערווענדיג איז ער א שבר כלי
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 11:26 pm
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג אפריל 28, 2013 5:49 pm

נישט בחינם האט זיך א איד אויסגעדרוקט 'די חגיגה אין ניקלשבורג איז מעין פון מירון'...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3667
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7346 מאל

הודעהדורך smartinof » זונטאג אפריל 28, 2013 5:53 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:נישט בחינם האט זיך א איד אויסגעדרוקט 'די חגיגה אין ניקלשבורג איז מעין פון מירון'...

גוט אז איך בין למעשה נישט געפארן, רח"ל זען ניקלשבורג און ארה"ק, און נאכדרצו אויף אזא גרויסען פארנעם, חס מלהזכיר...
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג אפריל 28, 2013 9:48 pm

לויט ווי איך פארשטיי ציסטו נישט קיין שום מסקנות פון דיין נעכטיגע איבערלעביניש, סך הכל פרובירסטו ארויסצוברענגן אויף פען און פאפיר דיינע אינערליכע געפילן, און איך מיז דיר גראטילירן אז דו האסט געמאכט א מורא'דיגע דזשאב. האסט אונז אלע גענומען אויף א שרעקעדיגע און טרויעריגע רייד.

אבער לאמיר נעמען א מינוט און ארויסקריכן פון די באקס און עס אנקוקען פון די שטאנדפונקט פון אן אינדערויסענדע. לאמיר פרובירן צו טראכטן ווי אזוי קוקט עס אויס פון אויבן אין הימל. (איך ווייס נישט בעצם, איך נוץ נאר מיין כח הדמיון).

פון איין זייט איז טאקע דא די פארפייניגטע עלטערן, זיי מאכן מיט אזוי פיל, ימ'ן פון טרערן און נהרות פון בלוט גיסט זיך פון זיי.

ווער קימערט זיך מיט זיי, ווער געט זיי חיזוק, ווער דערהאלט זיי ביים לעבן? די ענטפער איז פשוט, און די רשימה איז לאנג. די באשעפער, די תורה, זייער אמונה, די קאמיוניטי, די אסטאבלישמענט גיבט זיי לעגיטימאציע, די משפחה גיבט זיי עמאושענעל שטיצע, דאס בעסמעדריש גיבט זיי א פלאץ צו אטעמען, זיי זענען א חלק פון א סאסייעטי, און ועל כולם האבן זיי א געוויסן וואס מאכט זיי פילן גוט מיט אזעלכע בארואיגונגס ווערטער ווי "מען קומט אפ אויף דער וועלט" וכדומה.

יא דאס פארמינערט נישט זייער פיין, און עס פארקלענערט נישט אונזער חיוב צו האבן פולע מיטלייד מיט זיי.

פון די אנדערע זייט שטייען די קינדער, בחורים וגם בתולות, פון אלע שיכטן און קרייזן. מען האט זיי נעבעך גענומען און אריינגעווארפן אין דעם וועלט אריין, דער שווערע פארפלאגטע וועלט אן די נויטיגע וואפן זיך צו קענען ספראווען מיטן שונא.

מען האט זיי באראבעוועט זייער עולם הבא און זייער עולם הזה.

מען האט זיי מחנך געווען אז אויב זיי גלייבן נישט אין אלעס און אין אלעם וועלן זיי זיין פארשטויסן לנצח נצחים, אבער מען האט זיי נישט געלערנט וואס און וויאזוי צו גלייבן.

מען האט זיי געלערנט אז שקר אין לו רגלים, אבער געזעהן האבן זיי ווי אלעס שטייט אויף שקר.

מען האט זיי געלערנט דעם דרך האמת, און אלע אנדערע דרכים זענען כפירה, אבער פארשטאנען האבן זיי אז אלעס איז די זעלבע.

את אשר התרת היום אסרת למחר, ואת אשר אסרת לאחיך התרת לך.

בקיצור, קיין רוחניות האט מען זיי נישט געגעבן, און גשמיות האבן זיי אויך נישט. ווייל טאג און נאכט דרייען זיי זיך ארום מיט טענות און געפילן פון חרטה.

ימ'ן פון טרערן האבן זיי פארגאסן, און טייכן פון בלוט גיסט זיך פון זייער הארץ.

ווער קימערט זיך מיט זיי? ווער גיבט חיזוק פאר די קינדער? ווער דערהאלט אונזער עתיד ביים לעבן? ווער גיבט זיי א האג און זאגט זיי איי לאוו יו בראו, ענד גאד לאווס יו טו????

נישט די באשעפער וועם זיי קענען נישט, נישט די תורה וואס מען האט זיי נישט געלערנט, נישט די אמונה וואס זיי האבן נישט, נישט די קאמיוניטי וואס האט זיי אויסגעשפיגן ווי אן אויסגעקייטע באבל גאם, נישט די אסטאבלישמענט וואס האט מחליט געווען אז זיי מוז מען מרחק זיין צו ראטעווען די ריינע ראסע, נישט די משפחה וואס שעמט זיך מיט זיי, נישט דאס בעסמעדרעש וואס פארגינט זיי ניטאמטל א שלינג קאווע און א געשמאקע שמועס, און נישט די סאסייעטי וואס ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט זיי.

ווער יא? ווער קערט יא פאר זיי? ווער גיבט נאך האפענונג אז עס איז נאך דא א פיוטשער פאר זיי? ניקעלשבורגער רבי, ר' יואל ראטה, ר' מוטה פראנק, ליפא, מיכאל, נאך אפאר געציילטע צדיקים און דו און איך.

יא, לאמיר זיך אפווישן די טרערן, לאמיר אפלאזן די ציבראכענע עלטערן, זיי האבן ווער זאל זיי מחזק זיי און אקצעפטירן, לאמיר אריין גיין אינעם רעדל און אנכאפען די הענטעלעך פון אונזערע ברודער און טאנצען צוזאמען.

אבינו שבשמים, אבינו שבשמים, אבינו שבשמים, שבשמים....

יא, ער איז מיט אונז און ער האט אונז ליב אן אהבה שאינה תלויה בדבר.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6589 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג אפריל 28, 2013 10:25 pm

פונקט היינט ביי שמונה עשרה איז מיר איינגעפאלן א מורא'דיגע קושיא, מ'זאגט השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה והסר ממנו יגון ואנחה, וואו קומט אריין די יגון ואנחה דא? וואס האט יגון ואנחה מיט דעם וואס מ'בעט צוריקצוקערן אונזער שופטים ווי אמאל?
נאר איך מיין אז מ'קען זאגן, מ'בעט השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה, ווייל פון אונזער היינטיגע שופטים ושוטרים האבן מיר נאר יגון ואנחה, און פארדעם בעט מען והסר ממנו יגון ואנחה ומלוך עלינו אתה לבדך, טאקע נאר דיר אליין ווייל דו ביסט בחסד וברחמים בצדק ובמשפט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7561 מאל

הודעהדורך דייטל » זונטאג אפריל 28, 2013 10:39 pm

smartinof
בעט בורא עולם זאל דיר מנחם זיין, פארדינסט דיר בקרב כלל ישראל א נחמה בקרוב, המתאבל על אחת מחורבות ירושלים זוכה ורואה בנחמה.
ער איז גענוג גרויס דיר אריינצושיינען אין שכל א ליכטיגקייט זאלסט פארשטיין טיפער און טיפער........
דייטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:30 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אפריל 28, 2013 10:40 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:פונקט היינט ביי שמונה עשרה איז מיר איינגעפאלן א מורא'דיגע קושיא, מ'זאגט השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה והסר ממנו יגון ואנחה, וואו קומט אריין די יגון ואנחה דא? וואס האט יגון ואנחה מיט דעם וואס מ'בעט צוריקצוקערן אונזער שופטים ווי אמאל?
נאר איך מיין אז מ'קען זאגן, מ'בעט השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה, ווייל פון אונזער היינטיגע שופטים ושוטרים האבן מיר נאר יגון ואנחה, און פארדעם בעט מען והסר ממנו יגון ואנחה ומלוך עלינו אתה לבדך, טאקע נאר דיר אליין ווייל דו ביסט בחסד וברחמים בצדק ובמשפט.


העי, דאס איז מיינס... שוין איינגעפאלן א שטאק מיט יארן צוריק...
נאר איך פארשטיי נישט וואס ווילסטו ארויסברענגען דערמיט בנוגע דעם ענין פון דעם אשכול?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג אפריל 28, 2013 10:41 pm

smartinof סקוקט אויס אז די טראכסט די רוב וואס האט יא קאפל און לאנגע פיאות דרייען זיך ארום פרייליך מלא סיפוק. כמיין סאיז נישט אזוי.
ביי אונדז אין ישיבה איז געווען א שיינע צאל וואס האט געפיסטעוועט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3807
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1887 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג אפריל 28, 2013 10:48 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:נאר איך פארשטיי נישט וואס ווילסטו ארויסברענגען דערמיט בנוגע דעם ענין פון דעם אשכול?


לויט ווי איך פארשטיי האט ער זיך באצויגן צו די חלק פון מיין תגובה וואס באציט זיך צו די פיין פון די קינדער, עיי"ש. אויב איך בין נישט גערעכט, פארעכט מיך , געפילטע.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6589 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג אפריל 28, 2013 11:35 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:פונקט היינט ביי שמונה עשרה איז מיר איינגעפאלן א מורא'דיגע קושיא, מ'זאגט השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה והסר ממנו יגון ואנחה, וואו קומט אריין די יגון ואנחה דא? וואס האט יגון ואנחה מיט דעם וואס מ'בעט צוריקצוקערן אונזער שופטים ווי אמאל?
נאר איך מיין אז מ'קען זאגן, מ'בעט השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה, ווייל פון אונזער היינטיגע שופטים ושוטרים האבן מיר נאר יגון ואנחה, און פארדעם בעט מען והסר ממנו יגון ואנחה ומלוך עלינו אתה לבדך, טאקע נאר דיר אליין ווייל דו ביסט בחסד וברחמים בצדק ובמשפט.


העי, דאס איז מיינס... שוין איינגעפאלן א שטאק מיט יארן צוריק...
וואלסט געדארפט ארויסנעמען א פאטענט אויף דעם, יעצט איז טו לעיט און טו בעד!
שמעקעדיג האט געשריבן:נאר איך פארשטיי נישט וואס ווילסטו ארויסברענגען דערמיט בנוגע דעם ענין פון דעם אשכול?

ס'מיר איינגעפאלן און כ'האב געזוכט וואו איך קען עס אריינלייגן... שטערט דיר?

ערענסט גערעדט, איז הוגה קולע אל השערה.
הוגה האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי האט ער זיך באצויגן צו די חלק פון מיין תגובה וואס באציט זיך צו די פיין פון די קינדער, עיי"ש.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7561 מאל

הודעהדורך גנדי » מאנטאג אפריל 29, 2013 1:10 am

ניקעלסבורג טוט אויף א געוואלד... אבער ווי איז אריינגעקומען די קאטען-קענדי?

איך בין שנעל אוועק מיט מיינע קינדער פון דארט, פאר זיי בעטן מיר צו שטיין אין די לאנגע ליין...
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1447 מאל

הודעהדורך בעל הבית » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:18 am

אן אוועקנמען פון מאטי יונגרייז קרעדיט מיין איך אז למעשה ווערט ער נתחזק פון די בחורים ער איז אפטער אלל א שומרים מעמבער וואס וואלט קיינמאל ניש געהאט א שול ווען נישט ער פארקקויפט זיך אלס מקרב ומחזיר בתשיב
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:22 am

בעל הבית האט געשריבן:אן אוועקנמען פון מאטי יונגרייז קרעדיט מיין איך אז למעשה ווערט ער נתחזק פון די בחורים ער איז אפטער אלל א שומרים מעמבער וואס וואלט קיינמאל ניש געהאט א שול ווען נישט ער פארקקויפט זיך אלס מקרב ומחזיר בתשיב


דאס גייט אריין אין די זעלבע גדר ווי די ספרים הקדושים זאגן בנוגע צדקה, אז עס איז פונקט אזא מצוה עס צו טון שלא לשמה, ווייל די מקבל האט פונקט אזא הנאה פון די געלט. וכן הדין הכא.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6589 מאל

הודעהדורך בעל הבית » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:35 am

אמת למעשה טוט ער אוף אבער עס איז א אינטערסאנטע פאקט אז א רעבישע איינקל וואס קען האבן א געהעריגע שול וועט קיינמאל נישט מקרב זיין ציבראכאנע וואס פעלט מיר אויס וועט ער שרייען דא זאל זיין א הענג אויט א נארמאלע רביש איינקל אדער שיינע איד וועט ווארפן וועם עס שמעקט עם נישט נאר ליפא און אזאלכע וואס האבן נישט די נארמאלא רצון צו זיין שיינע אידן זענעןם מקרב
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:52 am

And your point is?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6589 מאל

הודעהדורך בעל הבית » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:54 am

נישט קריטיק אויף ניקלשוברג נאר ענדערש אויף די וואס כבוד עצמם הם דורשים
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל

הודעהדורך smartinof » מאנטאג אפריל 29, 2013 10:04 pm

דייטל האט געשריבן:smartinof
בעט בורא עולם זאל דיר מנחם זיין, פארדינסט דיר בקרב כלל ישראל א נחמה בקרוב, המתאבל על אחת מחורבות ירושלים זוכה ורואה בנחמה.
ער איז גענוג גרויס דיר אריינצושיינען אין שכל א ליכטיגקייט זאלסט פארשטיין טיפער און טיפער........

און מיינע אויגען איז "אהבת ישראל" זייער א אויבערפלעכליכע זאך, נישט באזירט אויף קיין שום מחשבה אדער עמקות, בלויז א געפיל וואס א טייל מענטשען, צאמגעציילטע צו די יידישע רעליגיע בויען זיך דאס אויף במשך זייער לעבן, און אפשר אפילו מיט זייער שיינע פיוטישע הסברים, אבער עס בלייבט נאך אלס א געפיל, והא ראי', די אלע וואס טאנצען און ליבען זיך מיט די אלע פארקריפלטע נשמות, ומענתם בפיהם אני אוהב יהודי, ליבען זיי זיך אויך אזוי מיט די אלע ראדיקלע עקסטרעמע חסידים אדער ישיבישע חברה, די אלע שפראכען מיט וואס זיי באנוצען זיך אויף די נשמות, ניצען זיי אויך אויף די פרימע פון דעם יידישען פאלק???? [עס מיר טרעפן אזא איינעם, האב איך אים ליב אהבת נפש...] נניח אז די התנהגות און די צוגאנג צו לעבן פון די פרומע ראדיקאלע עקסטרימיסטען איז נישט ריכטיג, איז דען די התנהגות פון דעם מרבה ניאוף א בעסערער?? איך האב נאך נישט געטראפען דעם חבדסקר שליח, וואס איז מלא געפיל פאר דעם ספק ישראל, ספק ממזר, ספק גוי וכו וכו, זאל האבן דעם זעלבען געפיל,פאר פרומען סאטמער'ן ייד [כדוגמת פילופ], כ'האב נאך נישט געטראפ'ן דעם ברסלב'ן משפיע, וואס איז מקרב און מחזק יעדען מוציא ש"ז, זאל האבן דעם זעלבן געפיל פון אהבת ישראל, פאר דעם ייד וואס שרייט אז א מוציא ש"ז איז שוין א פארפאלענער, און דער וואס איז מקרב מחללי שבתות זאל האבן דעם זעלבן געפיל פון אהבה ליהודי צו דעם ייד וואס שרייט שבת, וויבאלד עס איז א געפיל קען מען עס דרייען אויף וועלכן ריכטונג סלאזט זיך, און פארשטייט זיך אז מען צילט צו דעם ריכטונג וואס איז די באטעמסטע פאר'ן מענטש, אהבת ישראל וואלט איך פארטייטשט אהבת עצמו שהוא מבני ישראל...
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

הודעהדורך דעת תורה » דינסטאג אפריל 30, 2013 12:46 am

דער הסבר איז פשוט. דער אפגעפארענער טרעט נישט אויף א מענטש׳ס אייגענע געפילן, נאר אויף זיינע רעליגיעזע. ער טרעט אויפן באשעפער. אויב זאגט אהבת ישראל אז מען דארף אים דאך ליב האבן, הייסט עס דאך אז דער באשעפער, די רעליגיע, איז מוותר אויף דעם וואס יענער טשעפעט איר. אבער די אנדערע וואס דו האסט אויסגערעכנט, די שטערן דאך א מענטש בגשמיות, אויף דעם דארף מען שוין שווער הארעווען צו האבן די פולע מאס אהבת ישראל. (פאר א אמת׳ן ערליכן איד וועט אנקומען גרינגער צו פארקוקן אויף זיינע גשמיות׳דיגע שטערונגען, לעומת זה ליב האבן א פורק עול וועט אים זיין פיל שווערער).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1753 מאל

הודעהדורך בדחן » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:29 am

הוגה האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי ציסטו נישט קיין שום מסקנות פון דיין נעכטיגע איבערלעביניש, סך הכל פרובירסטו ארויסצוברענגן אויף פען און פאפיר דיינע אינערליכע געפילן, און איך מיז דיר גראטילירן אז דו האסט געמאכט א מורא'דיגע דזשאב. האסט אונז אלע גענומען אויף א שרעקעדיגע און טרויעריגע רייד. אבער לאמיר נעמען א מינוט און ארויסקריכן פון די באקס און עס אנקוקען פון די שטאנדפונקט פון אן אינדערויסענדע. לאמיר פרובירן צו טראכטן ווי אזוי קוקט עס אויס פון אויבן אין הימל. (איך ווייס נישט בעצם, איך נוץ נאר מיין כח הדמיון).
פון איין זייט איז טאקע דא די פארפייניגטע עלטערן, זיי מאכן מיט אזוי פיל, ימ'ן פון טרערן און נהרות פון בלוט גיסט זיך פון זיי.
ווער קימערט זיך מיט זיי, ווער געט זיי חיזוק, ווער דערהאלט זיי ביים לעבן? די ענטפער איז פשוט, און די רשימה איז לאנג. די באשעפער, די תורה, זייער אמונה, די קאמיוניטי, די אסטאבלישמענט גיבט זיי לעגיטימאציע, די משפחה גיבט זיי עמאושענעל שטיצע, דאס בעסמעדריש גיבט זיי א פלאץ צו אטעמען, זיי זענען א חלק פון א סאסייעטי, און ועל כולם האבן זיי א געוויסן וואס מאכט זיי פילן גוט מיט אזעלכע בארואיגונגס ווערטער ווי "מען קומט אפ אויף דער וועלט" וכדומה.
יא דאס פארמינערט נישט זייער פיין, און עס פארקלענערט נישט אונזער חיוב צו האבן פולע מיטלייד מיט זיי.
פון די אנדערע זייט שטייען די קינדער, בחורים וגם בתולות, פון אלע שיכטן און קרייזן. מען האט זיי נעבעך גענומען און אריינגעווארפן אין דעם וועלט אריין, דער שווערע פארפלאגטע וועלט אן די נויטיגע וואפן זיך צו קענען ספראווען מיטן שונא.
מען האט זיי באראבעוועט זייער עולם הבא און זייער עולם הזה.
מען האט זיי מחנך געווען אז אויב זיי גלייבן נישט אין אלעס און אין אלעם וועלן זיי זיין פארשטויסן לנצח נצחים, אבער מען האט זיי נישט געלערנט וואס און וויאזוי צו גלייבן.
מען האט זיי געלערנט אז שקר אין לו רגלים, אבער געזעהן האבן זיי ווי אלעס שטייט אויף שקר.
מען האט זיי געלערנט דעם דרך האמת, און אלע אנדערע דרכים זענען כפירה, אבער פארשטאנען האבן זיי אז אלעס איז די זעלבע. את אשר התרת היום אסרת למחר, ואת אשר אסרת לאחיך התרת לך. בקיצור, קיין רוחניות האט מען זיי נישט געגעבן, און גשמיות האבן זיי אויך נישט. ווייל טאג און נאכט דרייען זיי זיך ארום מיט טענות און געפילן פון חרטה.ימ'ן פון טרערן האבן זיי פארגאסן, און טייכן פון בלוט גיסט זיך פון זייער הארץ.ווער קימערט זיך מיט זיי? ווער גיבט חיזוק פאר די קינדער? ווער דערהאלט אונזער עתיד ביים לעבן? ווער גיבט זיי א האג און זאגט זיי איי לאוו יו בראו, ענד גאד לאווס יו טו????
נישט די באשעפער וועם זיי קענען נישט, נישט די תורה וואס מען האט זיי נישט געלערנט, נישט די אמונה וואס זיי האבן נישט, נישט די קאמיוניטי וואס האט זיי אויסגעשפיגן ווי אן אויסגעקייטע באבל גאם, נישט די אסטאבלישמענט וואס האט מחליט געווען אז זיי מוז מען מרחק זיין צו ראטעווען די ריינע ראסע, נישט די משפחה וואס שעמט זיך מיט זיי, נישט דאס בעסמעדרעש וואס פארגינט זיי ניטאמטל א שלינג קאווע און א געשמאקע שמועס, און נישט די סאסייעטי וואס ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט זיי.
ווער יא? ווער קערט יא פאר זיי? ווער גיבט נאך האפענונג אז עס איז נאך דא א פיוטשער פאר זיי? ניקעלשבורגער רבי, ר' יואל ראטה, ר' מוטה פראנק, ליפא, מיכאל, נאך אפאר געציילטע צדיקים און דו און איך.
יא, לאמיר זיך אפווישן די טרערן, לאמיר אפלאזן די ציבראכענע עלטערן, זיי האבן ווער זאל זיי מחזק זיי און אקצעפטירן, לאמיר אריין גיין אינעם רעדל און אנכאפען די הענטעלעך פון אונזערע ברודער און טאנצען צוזאמען.
אבינו שבשמים, אבינו שבשמים, אבינו שבשמים, שבשמים....
יא, ער איז מיט אונז און ער האט אונז ליב אן אהבה שאינה תלויה בדבר.


פארוואס אז כדי צו בארעכטיגען עטליכע הינדערט יונגטליכע - וואס ע״פ רוב איז זייער גאנצע שטארקייט נישט מער ווי זייער שוואכקייט אז זיי האבן זיך נישט געקענט גובר זיין אויפן תאווה - דארפסטע באשמיצען גאנץ כלל ישראל און זייער בתי חינוך און זייערע מנהיגים?!

לאז געמאכט, מיר אלע ווייסען אז איז דא דראפ-אטס, עס איז א זאך וואס גייט שוין פון ווען מען האט געגעבן די תורה,
מיר אלע ווייסען אז עס איז דא היציגע טיען עידשערס וואס האבן פראבלעמן, עס גייט אין די גאנצע וועלט זייט ציווילעזאציע איז באשפן געווארען,
ברענג נישט אראפ גאנץ יודשקייט כדי צו בארעכטיגען די פאר פארצענט - צו זיי זענען גערכט אדער נישט איז אירעליווענט - אבער דאס איז זיכער אז זייער התנהגות מינערט נישט קיין כי הוא זה די ערך פון אונזער לייף סטייל/חשיבות/תורה,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:36 am

ער בארעכטיגט? ער רעדט סך הכל פון זייער ווערן אויסגעשפיגן פון זייער קאמיוניטי, משפחה, וואס ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט זיי.

און זייט ווען פארן זיי אפ פון תאוות? דו קענסט נישט א שיינע פאר פעסטע בעלי תאוה וואס זענען נישט אפגעפארן? פון תאוות פארט מען נישט אפ. דאס זענען געווענליך קינדער וואס אונזער ישיבה סיסטעם האט נישט קיין פלאץ פאר זיי, זיי זענען נישט געקנאטן פון די טייג וואס קען זיצן איבער די גמרא א גאנצע טאג, און וויבאלד מיר האבן נישט די מוסדות פאר די סארט ווערן זיי ליידער פארפאלן אין די גאס.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7561 מאל

הודעהדורך דייטל » דינסטאג אפריל 30, 2013 6:20 am

smartinof האט געשריבן:
דייטל האט געשריבן:smartinof
בעט בורא עולם זאל דיר מנחם זיין, פארדינסט דיר בקרב כלל ישראל א נחמה בקרוב, המתאבל על אחת מחורבות ירושלים זוכה ורואה בנחמה.
ער איז גענוג גרויס דיר אריינצושיינען אין שכל א ליכטיגקייט זאלסט פארשטיין טיפער און טיפער........

און מיינע אויגען איז "אהבת ישראל" זייער א אויבערפלעכליכע זאך, נישט באזירט אויף קיין שום מחשבה אדער עמקות, בלויז א געפיל וואס א טייל מענטשען, צאמגעציילטע צו די יידישע רעליגיע בויען זיך דאס אויף במשך זייער לעבן, און אפשר אפילו מיט זייער שיינע פיוטישע הסברים, אבער עס בלייבט נאך אלס א געפיל, והא ראי', די אלע וואס טאנצען און ליבען זיך מיט די אלע פארקריפלטע נשמות, ומענתם בפיהם אני אוהב יהודי, ליבען זיי זיך אויך אזוי מיט די אלע ראדיקלע עקסטרעמע חסידים אדער ישיבישע חברה, די אלע שפראכען מיט וואס זיי באנוצען זיך אויף די נשמות, ניצען זיי אויך אויף די פרימע פון דעם יידישען פאלק???? [עס מיר טרעפן אזא איינעם, האב איך אים ליב אהבת נפש...] נניח אז די התנהגות און די צוגאנג צו לעבן פון די פרומע ראדיקאלע עקסטרימיסטען איז נישט ריכטיג, איז דען די התנהגות פון דעם מרבה ניאוף א בעסערער?? איך האב נאך נישט געטראפען דעם חבדסקר שליח, וואס איז מלא געפיל פאר דעם ספק ישראל, ספק ממזר, ספק גוי וכו וכו, זאל האבן דעם זעלבען געפיל,פאר פרומען סאטמער'ן ייד [כדוגמת פילופ], כ'האב נאך נישט געטראפ'ן דעם ברסלב'ן משפיע, וואס איז מקרב און מחזק יעדען מוציא ש"ז, זאל האבן דעם זעלבן געפיל פון אהבת ישראל, פאר דעם ייד וואס שרייט אז א מוציא ש"ז איז שוין א פארפאלענער, און דער וואס איז מקרב מחללי שבתות זאל האבן דעם זעלבן געפיל פון אהבה ליהודי צו דעם ייד וואס שרייט שבת, וויבאלד עס איז א געפיל קען מען עס דרייען אויף וועלכן ריכטונג סלאזט זיך, און פארשטייט זיך אז מען צילט צו דעם ריכטונג וואס איז די באטעמסטע פאר'ן מענטש, אהבת ישראל וואלט איך פארטייטשט אהבת עצמו שהוא מבני ישראל...


איך האף אז איר האט נישט אנגענומען מיינע ווערטער אין אייער ריכטונג ווי צו זאגן אז איר פארשטייט נישט גענוג טיעף. [וואס אזוי שיינט מיר פון דיין רעדע פון אהבת ישראל נאכן ציטירן מיינע ווערטער].
גאר קאפויער. ווערנדיג איבערגענומען פון דיינע טייערע ווייטאגליכע רייד, האב איך דיר געפרובט טרייסטן אז ס'זאל דיר ליכטיג ווערן, און ס'קען ליכטיג ווערן, ווארן אלץ איז דא א טיפערע שכל וואס דארט איז ליכטיג והבן. וואס כנראה קען מען נישט צוקומען דערצו אויב גייט מען נישט קודם דורך דעם קאשמאר א בחינה פון ויהי ערב ויהי בוקר, אין קליפה קדמה לפרי, אין אנדערע ווערטער דייקא דו וואס דו קלאגסט אזוי אויף דאס שפלות עם ישראל והתדרדרות הנוער אשר לפנינו כי נורא הוא, קענסט איינזען עפעס וואס דער וואס שפרינגט גראד אריבער דעם בריק מיט אזוי גערופענע אהבת ישראל וכדומה קען נישט איינזען ווייל ער איז קיינמאל נישט געקומען צום ריכטיגן התבוננות.

צום תוך פון דיין אהבת ישראל שמועס, מוז איך שוין ליידער ווייטער איינשטימען מיט אייך, ס'קוקט מיר אויס בערך אזוי. אדער האלט איך אז אפילו אים דארף איך ליב האבן ווייל ער איז א ישראל, אדער אז דעם טאר מען נישט ליב האבן ווייל ער איז בכלל נישט בגדר ישראל..

אוודאי איז אהבת ישראל א עבודה קשה, און געוויס ווי אלע עבודות דויערט עס צייט און הארעוואניע קונה צו זיין, און טייל באזיצן דאס נאר למחצה לשליש ולרביע, טייל מיינען דעם מי שאמר והי' העולם און טייל מיינען וכו'.. אינו דומה שני אוכל בשר פסח, צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.. אבער דאך איז שווער צו וויסן וואס טוט זיך בלב בני אדם כי השם יראה ללבב, און עפטער אלל זאגט ר' נחמן אז השי"ת יש לו התפארות מכל יהודי, אבער לאמיר נישט פארפארן ווייל איך בין בעצם מיט דיר אויף איין פעידזש, און נישט נאר ביי אהבת ישראל נאר הוא הדין ביי אנדערע עבודות ווי למשל חסד, זעט מען אויך אמאל קאנטראדיקציעס ביים זעלבן וכו' וכו'. אדם אחד מאלף מצאתי. און לאמיר נישט אריינגיין אין וויפיל חלק פון עבודות בני אדם האט מיט געפיל און שכל ,און וויפיל מיט טבע ווי שיין דאס קוקט אויס אמאל ביי מענטשן און ווי געלויבט עס ווערט, און וויפיל מענטשן רייסן שטיקער פון זיך צו צוברעכן א טבע רע און ווי שלעכט זיי קוקן אויס בעיני בני אדם, און ביים בוכ"ע איז חשוב דער וואס רייסט פון זיך פאר אים, ווער ס'דינט אים ווי ס'שווער, כי זה כל האדם, האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע, איי עולם הפוך ראיתי עליונים למטה ותחתונים למעלה, נאר וואזשע דען דאס איז דברים שכיסה עתיק יומין. ווי האט ריב"ב געזאגט פאר ר' עקיבא בין כך ובין כך אתה עתיד ליתן את הדין, השם מכסהו ואתה מגלהו.

אבער דיין פוינט איז וועל טעיקען. איי ווי גוט דו זאגסט.

פארנדיג אמאל אין א באס מיט פארשידענע סארט אידן מכל המקומות האט זיך אנטוויקלט א שטיקל וויכוח צווישן דעם מיט יענעם, רופט זיך אן א פייוו טאונס איד מיט שפאט צו א ביבער הוט איד וואס האט געהאלטן אינמיטן מסביר זיין די שעדליכקייט פון א געוויסע גרופע, בלשונו " עי דזשו עגענסט עי דזשו איז בעיאנד מי" האט אים יענער צוריקגעענטפערט, "סאו האי קאם איט איז העפענינג ביפאר מיי אייס"... צו מיין שאק, האט יענער אים געגעבן רעכט, "איט איז אינדיד עני דזשו עגענסט עני דזשו". האב נישט מורא איך בין אים נישט חושד אז ער האט בשעה א' קונה געווען ריינע אהבת ישראל, זיין שכל האט אים דיקטירט מודה צו זיין פשוט אלס ישרות פון סטעיטמענט.

דער תניא שרייבט אז אהבת ישראל איז נישט קיין סתירה צו הרואה חבירו עובר עבירה מותר אדער מצוה לשנאותו, ווייל די אהבה ווערט נולד פון א רחמנות אויף די נקודה היהודית די נפש האלקית וואס איז בגלות, און ער איז מחלק בין נפש לגוף, איז מען א גופני איז מען חלוק, איז מען רוחני איז אלעס איינס. ועמוק הדברים.

און א ווארט צו אלע אידן וואס זוכן מקיים צו זיין די מצוה פון אהבת ישראל, דעם כלל גדול בתורה, לפי הסכמת הפוסקים קען מען מקיים זיין די מצוה אויך ביי שלומי אמוני ישראל אידן וואס פרובירן היטן די תורה כל אחד לפי דרגא דילי', אידן וואס דו זעסט יעדן טאג אין בעסמעדרעש, פרנסה, גאס, שטוב, בדיעבד אפילו אין שטוב ביי די ווייב און קינדער, פשוט, פארגין אים האס אים נישט ליב אים...

געהערט אמאל א גלייכע ווארט פון הגרצ"מ זילברברג שליט"א, אז א איד [לאמיר זאגן א מאנסי'ע איד] קען זיך בארואיגן און זאגן, מער ווייניגער בין איך דאך גוט מיט די גאנצע בריאה, מיט אלע אידן פון ארץ ישראל בין איך בשלום ושלוה, די אידן פון אייראפע זיך קיינמאל נישט פארטשעפעט, אלע אידן פון אלל אווער אמעריקא קיין שום פראבלעם, אפילו די אידן פון ניו יארק וואס וואוינען אין די שטאט צי אין אפסטעיט מיט יעדן לעב איך גאנץ גוט, און אפילו אין מאנסי גופא די וואס וואוינען אין די און די געגנט איך גריס זיי, און אפילו אין מיין געגנט דער וואס וואוינט אויף דעי גאס אין יענע גאס, דער וואס זיצט אויפן מזרח וואנט אין בית מדרש קיין שום קריג נישט פארהאן, סך הכל די פאר שכנים פון שטוב, די פאר חברים וואס זיצן אויפן זעלבן באנק אין שול, די פאר שטוב מענטשן דעטס איט.. נו שוין בטל ברוב. דער אמת איז אבער אז דייקא די פאר ארומיגע דאס איז דער גאנצער מבחן אויפן מענטש.

ווערטלעך אין א זייט געלייגט, געהערט אדער געזען אמאל פון א דרשן\מגיד\עסקן\מחנך וכל שום וחניכא דאית לי', אז ואהבת לרעך כמוך גייט בעיקר אן אויף די ביתו זה אשתו, פרעגט איר געוויס פארוואעס? טענה'ט ער ווייל סתם א איד וואס דו קענסט אים אפלאזן לחיים ולשלום איז גענוג דער לא תשנא, האס אים נישט און ליב אים נישט, משא"כ די ווייב אין אדם דר עם נחש בכפיפה, אז דו ליבסט איר נישט האסטו איר, און אז דו האסט איר נישט ליבסטו איר נישטא קיין אויסוועג. מוזטו מקיים זיין דעם ואהבת אדער עובר זיין אויפן לא תשנא, ודפח"ח.
דייטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:30 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך יואב » דינסטאג אפריל 30, 2013 7:17 am

@סמארטאינאף, איר האט זייער א רייכן פעדער, געמישט מיט רירענדע געפיל.
קוקט אויס איר זענט מקיים דעם זאגן פסוקי דזמרה כמונה מעות אין פילען זין פון ווארט.
קיפ איט אפ !
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5902 מאל

נעקסט

גיי צוריק חינוך

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot] און 2 געסט