מיינע מחשבות ביי די ניקולשבורג'ע הדלקה אין בארא פארק

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

מיינע מחשבות ביי די ניקולשבורג'ע הדלקה אין בארא פארק

שליחה דורך smartinof »

ווי א אלגעמיינע איינוואוינער פון בארא פארק, האב איך זיך באטייליגט נעכטן ביי די הדלקה און פארנט פון ניקלשבורג'ע ביהמ"ד, אויף 16 און 49, געגאנגען בין איך, נישט מיט קיין ספעשיל געפילן, ל"ג בעומר, מוצ"ש, אביסל פארברענגען, פארוואס נישט, אבער אהיימגעגאנגען בין איך א שבר כלי... איך בין געוואר געווארן אז וויפיל פארקריפעלטע נשמות כ'האב געמיינט עס דרייען זיך ארום, איז עס כפלי כפלים. בחור'לעך, איינער הארט פאר'ן גליטשען, אינמיטן, נאכ'ן גליטשען, ס'כאפט א שרעק, כמעט אלעס פון היימישע שטיבער, דער ניקולשבורג'ער האט אזוי געטאנצן דארטן מיט די חברה דעם "ועמך כולם צדיקים", אבער איך האב זיך געצווייפעלט צו די ווערטער זענען פאסענדע... וויפיל טרערן האט מען שוין פארגאסן אויף די אלע נשמות וואס מען טאנצט פאר זיי "ועמך כולם צדיקים", וויפיל הארץ עסענישען האט שוין אפגעקאסט וועגען די אלע נשמות וואס מען טאנצט פאר זיי "ועמך כולם צדיקים", וויפיל חרפות און בושות עלטערן נעמען איין מדי יום ביום וועגען די אלע נשמות וואס מען טאנצט פאר זיי "ועמך כולם צדיקים", וויפיל געלט קאסטן אפ די אלע נשמות וואס מען טאנצט פאר זיי "ועמך כולם צדיקים", און וויפיל חילול שם שמים האבן זיי שוין אנגעמאכט די אלע נשמות וואס מען טאנצט פאר זיי "ועמך כולם צדיקים", וויפיל פחד און שרעק האבן זיי שוין אנגעזייעט ביי אונז, מורא האבענדיג פאר די עתיד פון אונזערע קינדער, אז זאלן ח"ו נישט אויסזען ווי די אלע נשמות וואס מען טאנצט פאר זיי "ועמך כולם צדיקים".

און ווי אינמיטן א חלום, אדער א פאר'דמיונ'טער משל, האט ביי מיר אויסגעזען די פאקט, ווי איך האב מיך דערזען שטיין נעבן א טאטען וואס זיין זון איז אויך נעבעך איינע פון די נשמות, אזוי זוכענדיג פאר זיין פארלוירענעם זון, אפשר וועט ער אים טרעפן דארטן טאנצען, דער פסוק "הבן יקיר לי... מדי דברו בו... על כן המו מעי..." האט ווי מיט רשעות מיר געריסען ביים הארץ, און אזוי נאך שטיק צייט ווי איך זע דער רחמנות'דיגער טאטע דרייט זיך רעכטס לינקס מזרח מערב, און ער טרעפט נישט זיין זון, האט זיך ווי א אינסטינקט ארויסגעגליטש פון מיין מויל די ווערטער פונ'ם חכם און מלך שלמה "אקומה נא ואסובבה בעיר בשוקים וברחובות אבקשה את שאהבה נפשי בקשתיו ולא מצאתיו..." און מער ווי איך האב באטראכט די ווערטער ווי א פיוטישער משל, האב איך עס געזען אלס א פיינפולע נבואה.... איך האב דאס נישט ווייטער געקענט צוזען, האב איך זיך פארקירעווערט צו דעם אנדערן זייט פונ'ם עולם, און ווי אן אויסגערעכנטע אקט, זע איך יענמ'ס זון שפאצירט אדורך פארנט פון מיר, מיט א בלויזן קאפ, א פליסיגען יידיש, און מיט א שמייכעל פון אויער ביז אויער, אייזערנע צוואנגען האבן מיר צוריקגעהאלטן פון גיין לויפן צום דעם פאר'אבל'טן טאטן, וואס דער רחמנות מאב על הבן לאזט נישט נאך ביי אים, און ער זוכט נאך מיטן גאנצען התלהבות, און אים גיין זאגן, דארטן איז ער, דארטן איז דיין באליבטער וואס דו זוכסט אזוי שטארק, און כ'בין געווען מסופק אויף וואס איך זאל מער רחמנות האבן, אויף דעם זוכעניש פונ'ם טאטן, אדער אויפן צוריסען הארץ וואס דער טאטע וועט האבן ווען ער וועט דערזען ווי זיין זון קוקט נעבעך אויס... כ'האב זיך געפרעגט: אויף אים דארף מען אויך זינגען "ועמך כולם צדיקים"...??

ווען מען זאל ווען צוזאמנעמען די אלע טרערן פון די אלע טאטעס און מאמעס פון די פארקריפלטע נשמות, וואלט מען דערטראנקען געווארן, אדער ווען מען זאל ווען צוזאמנעמען דאס בלוט וואס רינט פון די צובראכענע הערצער פון די די טאטעס און מאמעס פון די אלע נשמות, וואלט 16 און 49 אויסגעזען ווי א שלאכט הויז, אויב נישט ווי א שלאכט פעלד, אנשטאט צוזאמנעמען די אלע נשמות, און טאנצען מיט זיי "ועמיך כולם צדיקים", דארף מען צוזאמנעמען די טרערן און בלוט וואס עס גיסען זיך פון די עלטערען, און זינגען מיט זיי עפעס א פאר'אבל'טן ניגון "קול דמי אביך ואימיך צועקים, אליך, ועליך"...

כ'האב שוין נישט געזען קיין טענץ קיין מוזיק, קיין גארנישט, כ' האב זיך געשפירט די זעלבע ווי כ'האב זיך געשפירט נאכדעם וואס כ'האב באזוכט אושביץ, א פאלוירענקייט, צובראכן, דערשראקן פון די אלע חזיונות, און אויפ'ן וועג אהיים האב איך ווי פון זיך אליינס אנגעהויבען אונטערברימען יו"ט ערליכ'ס ניגון, כ'האב געווארט און געווארט... כ'האב געזוכט און געזוכט... און דורך אויס מיין שלאפלאזע נאכט, האב איך נאס געמאכט מיין קישען, און ביי שחרית כוותיקין האב איך נאס געמאכט מיין טלית, און אנדערש ווי יעדן שחרית וואס די ווערטער פון דוד'ן "בחורים וגם בתולות, זקנים עם נערים, יהללו את שם ה' "... דינען פאר מיר ווי א אויסדריק פון לויב, וואס פון עקסטאז און התפעלות שריי איך צו די בריאה קומטס צוזאמען און זען די וואונדער און גרויסקייט, און איינציגקייט פון אונזער גאט, האט עס היינט געדינט פאר מיר ווי הארצריינסענדע תפלה, א בקשה צו די בחורים, א תחינה צו די בתולות, און מיט הארץ זיך געבעטן ביי די זקנים עם נערים, איך בעט ענק מיט רחמנות, יהללו את שם ה', לויבטס גאט, דינטס גאט, האטס רחמנות אויף גאט, ער שטייט נעבעך א אויסגעשפילטער, קיינער קוקט אים נישט אן, קיינער פרובירט אפילו נישט עם צופרידען שטעלן, איך בעט ענק, יהללו את שם ה'... גענוג מיט די שפיכת דמים, און גענוג מיטן מצער קוב"ה, און מיין בקשה האט זיך געוואנדען צום בורא עולם, רבון העולמים, האסט באשאפן א גאנצע וועלט, און אלעס דאנקט דיר, אלע פארשטייען דיין חסד דיין געטליכקייט, תנינים וכל תהומות, אש, וברד, שלג וקיטור... החיה וכל בהמה, רמש וצפור... בעט איך פון דיר גאט ברוך הוא, די בחורים וגם בתולות, און די זקנים עם נערים, זאלן אויך פארשטיין, און מ'זאל פון זיי אויך הערן דעם לויב פון הודו על ארץ ושמים... און איך בעט דיר טאטע, זיי דיך שוין נישט אזויפיל מצער, וירם קרן לעמו, תהלה לכל חסידיו, עם ישראל, עם סגולה, בית יעקב, די אלע זענען ריינע מושגים, וואס זענען במשך די צווי טויזנעט ביטערע יאר געווארען פארשמירט, פארפלעקט, נאך אביסל וועט מען עס שוין נישט דערקענען, בורא עולם ברענג אונז צוריק, וירם קרן לעמו...

און מיין החלטה נאך דעם אלעס איז געוועזן, און לאז זיך אפ פון די וועלט, און וועל זיך זעצן ביי מיין ווינקעל, נישט קוקן אויף קיינעם. לערנען, דאווענען, חקרנ'ן קוב"ה'ס איינציגקייט, און פארגעסן פונ'ם באשאף וואס דער בורא עולם האט באשאפן דעם זעקסטען טאג, דעם זינדיגען מענטש, דער מענטש וואס האט באקומען דעם ציווי פון גאט: אדם, איך באשאף דיר, אבער, "תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי" [קהלת רבה פ"ז], און ער לאכט פון דעם און קימערט זיך נישט צו די תנאים וואס זיין באשאפער האט זיך אויסגענומען מיט אים, און מיינע החלטות ענדלען אין די החלטות וואס שואה איבערלעבער האבן געמאכט נאך זייער טראומא וואס זיי זענען אדורך, און פונקט ווי זיי, האב איך פאלוירען טראסט אין שמייכלדיגע מענטשן, און די שמייכעל פון מיין קליינע בן זכר, קוק איך היינט אן ווי א שפיז אין הארץ, פארואס זאל איך גלייבען אין דיין שמייכעל... יענער ביים הדלקה האט אויך געשמייכלט... און דער געוויין פון א תינוק הצריך לאמו אנשטאט עס זאל אויפוועקן געפיל, מאכט עס מיין הארץ שטייפער און שטייפער, דו וויינסט ווען דו ביסט יונג, און איך וויין ווען די ווערסט עלטער, און ביי מיין געוויין האסטו נישט קיין רחמנות, זאל איך אויף דיין געוויין יא רחמנות האבן, רחמנות איז נאר מאב על הבן, מבן על האב איז קיין רחמנות נישט פארהאנען???

מיינע טרערן האבן זיך אויסגעלאזט, כ'האב נאך אסאך ארויסצוגעבן, עוד חזון למועד.

דער אשכול פארמאגט 109 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר