די ישיבה פראבלעם

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

די ישיבה פראבלעם

שליחה דורך boxcover »

האב [tag]פריינדליך[/tag] האט א וויילע צוריק געעפנט א אשכול בנוגע די נושא, אבער האט געלייגט תקנות אז:
פריינדליך האט געשריבן:1}די אשכול איז נישט געמאכט פאר די וואס זענענן מקנא די אפגעפארענע און האבן נישט די קוראזאש זיי נאכצוטיען, פאר זיי איז נישט דא קיין עצה, די משנה זאגט שוין הקנאה התאווה מוצאין את האדם מן העולם,
2}פאר די אלע וואס ווילען רעדן בלשון גנאי אויף מענטשן אדער אויף רבנים, ביטע טוט עס נישט דא, עפענט א נייע אשכול און שרייבט אלע קללות וואס שמעקט אייך, דא זאלט איר רעדן בלשון כבוד,

איך שפיר אז די נושא דארף לאזן פלאץ פאר יעדעם צו ענטפערן; דיין וועג אדער די אנדערע. האב איך אפגעשריבן אפאר ווערטער, און עס געוואלט לייגען אויף א בלאג, אבער בעצת [tag]יואב[/tag], שטעל איך דאס דא ארויף.

ווי אין יעדע פראבלעם, קען מען נישט אנהויבן צו פאררעכטן א פראבלעם פאר מען זעהט איין אז עס איז בכלל פארהאן א פראבלעם, און מען פארשטייט די שורש פון די פראבלעם.

אינמיטן שרייבן האב איך געוואלט טוישן די טיטל פון די ארטיקל צו די וועג פון ישיבה צו OTD, נאר כדי די המשך זאל זיך ציען צו די אנדערע ארטיקלען אין די סעריע האב איך עס געלאזט אזוי.

וואס איז דער פראבלעם

די ריכטיגע פראגע איז: וואס זענען די פראבלעמען? ווייל עס זענען ליידער פארהאן אסאך פראבלעמען מיט די ישיבות. לאמיר אנהייבן מיט עטליכע:

ארויסווארפן בחורים

פון וואו שטאמט דער פראבלעם אז בחורים ווערן נישט אנגענומען - אדער אפילו ארויסגעווארפן - על לא דבר? דער פראבלעם שטאמט מערסטנס פון די מהלך אז די ישיבה איז א זעלבסטשטענדיגע ביזנעס. אבער אנדערש ווי אין די אלגעמיינע עולם המסחר, ווי דער קאסטומער האט די ידו על העליונה, איז אין די עולם הישיבות דאס פארקערטע. די ישיבה פאַרוואַלטונג דרייט כפרות מיט דעם בחור און זיינע עלטערן אזש זיי געדענקען ניטאמאל פארוואס זיי זענען געקומען צו די אַדמיניסטראַציע אפיס.

אבער א שטיקל הסבר קען מען געבן. אפילו אין די ביזנעס וועלט, אויב די סופליי איז קנאַפּ און שיטער קעגען די פארלאנג, דאן קענען די סוחרים טוען וואס זיי ווילן. ס'הייסט זיי קענען פארלאנגן א העכערע פּרייז און גיבן א שוואכערע באַדינגונג (service). לאמיר אלזא א קוק טוהן אויף די סופליי און דימענד פון בחורים און ישיבות.

דער פארלאנג (Demand)

דער פראבלעם גייט בערך אזוי. יעדע בחור פון דרייצן ביז די חתונה איז ערווארטעט צו זיצן אין א ישיבה. עס איז היינט זייער שווער צו טוהן א שידוך פאר א בחור וואס איז ארויס פון די ישיבה, און ווער רעדט נאך אז ער איז געגאנגען ארבייטן. כאטש דער שכל זאגט אז אן ארבייטס בחור איז געווענליך מער ערצייטיגט (mature) און מיט מער מידות און פארשטאנד ווי א ישיבה בחור וואס לערנט נישט, און אוודאי מער ווי א בחור וואס פארברענגט די טעג אינדערהיים אדער אויף די גאס. אבער, די משוגעת אין קאפ שרייט אז ס'פאסט נישט און די באן פארט ווייטער.

קומען מיר אן צו די החלטה אז גיין אין א ישיבה איז קריטיש וויכטיג פאר די צוקונפט און וואוילזיין פון דעם בחור'ל.

די סופליי (Supply)

יעצט, דער דורכשניטליכער ראש ישיבה און הנהלת הישיבה וויל אז זייער ישיבה זאל זיין אויף א העכערע קוואליטעט. דאס קומט, נישט נאר ווייל יעדער שטרעבט פאר בעסער, נאר ווייל עס איז א ביזנעס. אזוי ווי איר הערט! א ביזנעס! אלעס טראכט נאר פון די געלד, און אלעס דרייט זיך ארום די פראפיט.

אפגעזעהן די מאָטיוו, איז אבער א פאקט אז די ישיבות ווארפן היינט ארויס גאנץ-גוטע בחורים וואס טאנצן נישט נאך די קאפריזן און שאַנאַניגאַנישע אנשיקענישן וואס ווערן פארלאנגט פון די בחורים. יעדע ישיבה בלאזט אויף א צווייטע דירעקציע, אבער אלע ווילן ווייזן אז זייערע תלמידים זענען פרומער ווי די אנדערע ישיבות. הצד השווה שבהם, אז דער בחור דארף ווערן אויסגעפארעמט צו די מאָלד וואס ס'איז פארלאנגט מטעם ה'איסטעבלישמענט.

עס גייט קיין משגיח און ראש הישיבה נישט אן דעם בחור'ס אמונה, בטחון, יראת שמים, טעם אין לערנען, כוונות ביים דאווענען, נאהנטשאפט מיט די עלטערן, מדות טובות, און בכלל די תוכן פונעם בחור. די עיקר איז די נאמען וואס די ישיבה טראגט אויפן גאס. טא וואספארא חינוך באקומט אזא בחור? גאנץ פשוט. אז דעם גאנץ לעבן דארף מען שטרעבן צו שפילן פאר די גאס און פאפן די גאס.

אבער דאס איז נאר איין חלק פון די מעשה. די דאזיגע דעמעדזש איז נאר נוגע פאר די בחורים וואס זענען אייגענטליך אנגעקומען אין די ישיבה. די בחורים וואס ווערן טאקע אנגענומען שפיל מען אבער טאבע (ball) מיט זיי בין ראש חודש ממש. מען לאזט זיי וויסן ערשט די לעצטע מינוט אויב זיי ווערן אנגענומען, אלעס כדי צו מאכן זיי דעם בחור און זיינע עלטערן שפירן ווי א שנארער וועם מען טוט א גאנצע טובה מיטן ארייננעמען.

עס זענען אבער פארהאן הונדערטער בחורים וואס ווערן בכלל נישט אנגענומען דורך די ישיבה צום נייעם זמן. אנדערע ווערן גאר ארויסגעווארפן. פארוואס?! ווייל מיר קענען זיך נישט אפגעבן מיט אזעלכע שוואכע בחורים. ווייל איין עפעלע קען פארדארבן אלע פירות. ווייל דו האסט שוואכע סחורה. וכהנה, נאך אזעלכע דערנידערנדע ווערטער וואס צורייסט די הרגשים פון א צובראכענע טאטע.

דער געדאנק פון ארויסווארפן א בחור וואס פירט זיך נישט אויף ווי עס באדארף צו זיין אדער קומט נישט בזמן, איז אייגענטליך אן אלטע. אבער אמאל האט דאס געמיינט א איין-טאג'יקע קנס וואס אדורך שטיל צווישן די ראשי הישיבה, פאטער און בחור. היינט ווערט די בחור א רידזשעקט (reject) וואס האט א טומאת נגע וצרעת. קיין אנדערע ישיבה וועט אים אויך נישט ארייננעמען, כאילו עס איז ארויף אויף זיין קרעדיט היסטארי.

די לימודים

וואס דארף א מוסד (חדר, ישיבה, מיידל שולע) לערנען מיט די קינדער? לכאורה איז די מוסד און דער מדריך א שליח פון דעם טאטן. אויב קוקט מען דאס מיט א רוחניות'דיגע אָביעקטיוו, דאן וואס די טאטע איז מחויב צו לערנען מיטן קינד, דאס איז די שליחות. ווידעראום מיט א גשמיות'דיגע אָביעקטיוו וואלט מען געזאגט אז סיי-וואס די טאטע וויל, דאס איז די שליחות.

וואס איז די טאטע מחויב צו לערנען מיט זיינע זוהן? די גמרא זאגט (קידושין, כט, א) אז האב חייב בבנו למולו ולפדותו וללמדו תורה ולהשיאו אשה וללמדו אומנות. די גמרא לערנט דאס שפעטער ארויס אז ער איז מחויב צו לערנען צו לערנען תורה מיט זיינע קינדער פון די פסוק וְלִמַּדְתֶּם אֹתָם אֶת בְּנֵיכֶם (דברים, יא, יט), א פסוק מפורשת. נאכדעם לערנט די גמרא ארויס אז דער טאטע דארף לערנען מיטן קינד א פאך, פון די פסוק רְאֵה חַיִּים עִם אִשָּׁה אֲשֶׁר אָהַבְתָּ (קהלת, ט, ט), דרש'נט די גמרא (קידושין, ל, ב) אם אשה ממש היא כשם שחייב להשיאו אשה כך חייב ללמדו אומנות, אם תורה היא כשם שחייב ללמדו תורה כך חייב ללמדו אומנות. די גמרא זעהט נישט קיין חילוק. אז מען דארף מיט אים לערנען תורה, דארף מען אים פונקט אזוי לערנען א פאך. אז מען דארף אים טרעפן א שידוך, דארף מען אים פונקט אזוי לערנען א פאך.

אפגעזעהן פון געוויסע עלטערן - און אויך גאנצע מוסדות - וואס טוען אינגאנצן גרינגשעצן אין די ענגלישע לימודים, און אפילו איבערהאפן די גאנצע שיעור. אבער די וואס לערנען יא, וואס לערנט מען? וויפיל קען מען בכלל לערנען אין א דריי-פערטל שעה, אדער א שעה? וואס קען מען לערנען פון א לערער וואס קען אליינס נישט?

(זעה נאך איבער די לימודים, שפעטער אין די שכ"ל טייל.)

די אייגענטומער

די רכושי ציבור האט נישט קיין איבערזיכט. די הנהלה גשמיות קען טוען מיט די געלט וואס זיי ווילן. אפילו אין פאבליק קאמפאניס איז פארהאן א באורד וואס האט איבערזיכט און זיי אליינס מוזן אפגעבן דין וחשבון פאר די שעירהאלדערס (מנדבים).

און - וזהו העיקר - ברוחניות זיצט א הנהלה שרוצים בעילום שמם, און זיי זענען דן דיני נפשות, און זיי באווייזן זיך קיינמאל נישט זייער פנים.

די פועל יוצא

וואס טוט דער פאטער נעקסט? ער קומט אהיים און רופט די מאמע אריין אין די חדרי חדרים, און רעדט זיך אויס אין וואספארא פלאנטער זיי געפינען זיך, און קומען צו די החלטה אז דער בחור'ל דער באנ'אק איז אויף אלעם שולדיג. ווען ער וואלט זיך מער צוגעפלייסט פאריגע זמן און אויפגעשטאנען פריער וואלטן מיר נישט געהאט דעם פראבלעם. די עלטערן הייבן ניטאמאל א צו פארשטיין אז אויב נישט די פארגרעבטע ראשי ישיבה זענען שולדיג, דאן זענען זיי אליינס - די עלטערן - גאר די שורש הפראבלעם. פארוואס? ווייל זיי האבן באשלאסן צו אריינלייגן זייערע קינדער אין אזא פאר'סמ'טע חינוך סיסטעם וואס איז מייעץ די נישט-בעסטע צו ווערן שוואכער און שוואכער עד הסוף.

יעצט לאמיר טאקע זעהן וואס פאסירט צו דעם בחור. צוערשט, וועט אים זיין טאטע אריינרופען אין קאר (אדער אנדערע בית המוכן לפורעניות), און אים געבן וואס ער האלט אז עס קומט אים. "קוק וואספארא צער און עגמת נפש דו ברענגסט אויף מיך אין מאמי. מיר גיבן זיך פאר דיר אוועק בלב ובנפש תרתי משמע, אלעס צו זעהן אביסל נחת, און דאס באצאלסטו אונז צוריק?!" דער מער איינגעהאלטענער פאטער וועט זאגן פאר די מוטער צו טון די עבודת הקודש (לייען: שמוציגע ארבייט). איך מיין אז דו זאלסט גיין רעדן צו אים, אז נישט - האב איך מורא - וועל איך אים צורייסן די ביינער.

איבריג צו זאגן אז דער בחור בלייבט די ענד-יוזער (end user), דער מקבל וואס האט שוין נישט פאר וועם ווייטער צו געבן די לחץ (חוץ אויב א יונגערער ברודער איז זוכה). נישט גענוג אז דער בהמה גסה פון א מחנך שטויסט אים ארויס אויף די גאס ווי א האומלעס, קומען די עלטערן, די לעצטע ליניע פון דיפענס, און גיבן אים מנה אחת אפיים. די זעלבסט-זיכערקייט איז צושמעטערט אפילו מיט די עלטערנ'ס חיזוק, אבער דא העלפן די אלטע נערנים גאר אים אינגאנצען צו אומברענגען ח"ו, היה לא תהיה.

די סוף, חלילה

וואס ווייטער? "מארגן גייסטו נישט צו שחרית! האסט אונז שוין געברענגט גענוג עגמ"נ און בושות. ניין, דו קומסט נישט צו די חתונה! וואס דארף יעדער וויסן אז דו דרייסט זיך ליידיג?!" אזוי וועט דער בחור בלייבן אן אַרעסטאַנט אין זיין אייגענע הויז, ביז מען טרעפט עפעס. איי, פארוואס איז דאס דיין בושה? די מחנך האט געטוהן די עוולה, נישט דער צובראכענער בחור'ל? אבער דער טאטע טראכט נאר פון זיך, און וואס וועלן אנדערע זאגן.

די מנהג איז אבער אין אלע טורמעס, אז די אַרעסטאַנטן פראבירן כסדר זיך ארויסצוכאפן. די בחור'ל'ס הויז-ארעסט איז גארנישט אנדערשט. א יונג 14/15-יעהריגע בחור מיט א פונקציאָנירנדע מוח גייט נישט זיצן פאר א גאנצע טאג איינגעשפארט אין א שטוב און קיין חברותא. ממילא דער בחור כאפט זיך ארויס, און די טאטע ווערט געוואר. די קומענדיגע קאפיטל וועל איך לאזן פאר אייער כח הדמיון צו ענדיגן, אבער דער בחור האלט שוין אצינד נאכמער צובראכן נעבעך, און די ווילן צו ארויסלויפן איז יעצט געדאפעלט. אבער וויאזוי גיבט ער זיך אן עצה? ער האט נישט קיין סאך פיינע בחורים וואס זענען יעצט עוועילעבל צו שמועסן ועוד, ווער בלייבט? איך לאז עס ווידער איבער פאר די כח הדמיון.

די פרטי המעשה קען זיך אויך פירן אביסל אנדערש, ווענדט זיך לויט די מהות פון די עלטערן און דעם בחור'ל, אבער די פועל יוצא, די עפילאג, איז געווענליך בערך די זעלבע: מיט א צוקלאפטע בחור, עלענד אין זיין הויפן ווייטאג.

צוויי וואכן שפעטער טרעפט דער זיידע פון דעם בחור'ל אן דעם ראש הישיבה ביי א טי פארטיי לטובת המוסד, און ער פרעגט אים "היתכן?! ווי ווארפט מען זיך ארום מיט מיין אייניקל?!". "דו ווייסט דאך אז מיר פירן א ערנסטע ישיבה, און דיין אייניקל איז - במחילת כבודך - א שוואכער בחור. ער איז א ליידיג-גייער וואס דרייט זיך אין די גאסן", ענטפערט דער אנגעפרעסטער מחטיא את הרבים. דער זיידע - א בן שמונים וואס האט שוין געזעהן דאס ארגסטע אין זיין לעבן - בלייבט פארפלעפט און ווייסט נישט וויאזוי צו ענטפערן דעם פרא אדם בדמות קוף. גיי זיי אים מסביר אז דער בחור איז גארנישט געווען א ליידיג-גייער ווען ער האט געהאט א ישיבה ווי צו לערנען, ער האט מיטגעהאלטן אלע שיעורים. וואס איז דען זיין שולד אז ער האט נישט די שארפסטע קאפ, ער האט נאכאלץ געקענט כמעשה, נאר נישט אזוי גוט ווי רבי יהונתן אייבשיץ.

איז דאס טאקע דער סוף?

ווענדט זיך לויט די מהות פונעם בחור'ל. די "גליקליכערע עלטערן" קענען דא זעהן די סוף, די rock bottom. אבער ביי אנדערע - מער יא ווי נישט - קייקעלט זיך די זאך ווייטער. דער בחור'ל אנטוויקלט א פאראיבל אקעגן די מחנכים, אפילו די געוועזענע. ער שפירט אויך אז זיינע עלטערן האבן אים אנטוישט און פארראטן אין זיינע שוואכסטע און שפּירעוודיק (vulnerable) מינוטן. ער הויבט אן צו שפירן א סארט גרינגשעצונג קעגן אלעס וואס מען האט אים געלערנט. א חטא איז מער נישט אזוי שרעקעדיג נאר ווייל די פאריעריגער מלמד האט געמאכט א מצב. פארוואס? ווייל ער מוז אזוי גלויבן. ווילאנג ער שעצט זיי, טוט מער וויי וואס מען טוט מיט זיי, אבער ווען מען קען זיי אוועקמאכן, שפירט עס אביסל גרינגער.

איינמאל אזעלכע מחשבות הייבן זיך אן צו אריינפרעסן אין דעם שוואכן מוח, הייבט מען אן צו פאלן, אדער אסאך אדער נאכמער רח"ל. דאן פאטשט זיך דער מנוול זיין בויך "כ'האב געהאט א געפיל אז עפעס איז נישט ריכטיג מיט אים. ס'איז א חוש". עפ"ל.

נאך דעם ראש הישיבה, קומט די גאנצע גאס פון בת היענה'ס און זינגען מיט ווי ריכטיגע פּאַטריאָטן, "וואס האסטו טענות? ברענגסט מיר ראיות פון א OTD? איך דארף פילן שלעכט פאר אזא איינעם?" יא! לאמיר עהרליך זאגן צוזאמען, ידינו שפכו את הדם!

אז מען רעדט שוין פון OTD'ס, האב איך געהערט נאכזאגן פון הרב בנציון טווערסקי (אנדערע זאגן אז עס קומט פון הרב מתתיהו סלומון שליט"א) אז אונזער קאמיוניטי האט נישט קיין דראפאוטס (ארויסגעפאלענע), נאר פושאוטס (ארויסגעשטופטע), ר"ל.

וועמענ'ס שולד?

די דיינים און בתי דינים האבען נישט קיין ווארט אין דעם ענין, אפילו אין זייערע אייגענע מוסדות. די שולדיגע פארברעכער זענען די ראשי הישיבות און די עסקנים (?) בעולם החינוך, פינטל. פארוואס?

די שרעק

דער פראבלעם ווערט נישט געבוירן איבערנאכט, נאר דאס ווערט צוביסלעך אויפגעבויט נאך פון אלס קליין קינד. די אידישקייט ווערט געבויט אויף שרעק נאך פון כיתה א'. קודם איז די שרעק פון די מלמד און די מנהל וואס גיבן שלעק. אנשטאט צו גיין פון יראה צו אהבה, גייט מען פון מורא צו אימה צו פחד צו יראה א.א.וו. נאך שרעק פון די פעטש קומט שרעק פון ישיבות, דערנאך שרעק פון א שידוך, שרעק פאר שלום בית, שרעק פאר די מוסדות צו אננעמען מיינע קינדער, שרעק פאר די ישיבות צו אננעמען מיינע בחורים, שרעק פאר מיינע קינדער'ס שידוכים, און די ראד דרייט זיך חוזר חלילה.

די קינד'ס נשמה גרינדעט קיינמאל נישט קיין קשר מיטן באשעפער אליינס. אלעס מיט די אשרי אדם מפחד תמיד.

די ליגענט

ווי געשמועסט אין די שרעק טייל, איז 'מורא' די טרייבקראפט פון אונזער חינוך סיסטעם. איינמאל די איינציגסטע סיבה ער איז א איד איז נאר ווייל ער האט כסדר מורא, מיינט ער גארנישט אמת'דיג. ווער ער שאקלט דעם דריי-הונדערט-דאללערדיגן לולב און עסט די ריזיגע כזית מרור, טראכט ער נישט פון קיום מצות בהידור נאר פון וואס יענער וועט טראכטן. וויאזוי דער ווייב\טאטע\שווער וועט אים ארויפקוקן.

שפעטער, ווען ס'קומט די צייט צו מחנך זיין די אייגענע קינדערלעך, רעדט ער מיט א דערהויבנקייט פון די רוחניות, און די ווארימקייט פון א מצוה, ווען ער מיינט נישט אמת'דיג א ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל. די קינדער זענען היינט נישט אזעלכע קעלבעלעך ווי ער איז געווען (כידוע אז די קינדער ווערן אלץ מער סאפיסטיקירט און כיטרער), און זיי זענען עס מקבל כדברים היוצאים מן הישׁבן.

די רפואה

אין א עולם השלימה, וואלט מען געזעהן אז בחורים וואס האלטן נישט ביים לערנען זאלן גיין ארבייטן, און זאלן בכלל נישט אראפגעקוקט ווערן. אוודאי וועט זיך דער רייכער באלעבאטישער מחותן וועהלן דוקא א בחור א למדן וואס ער גייט אויסהאלטן פאר לאנגע יאהרן, אבער די אלגעמיינע כלה וועט ריכטיג הנאה האבן אז איר חתן האט זיך שוין אנטוויקעלט און ווייסט וואס עס מיינט פרנסה, און האט שוין אוועקגעלייגט אפאר טאללער.

וועט איר פרעגן אויב איז די פראבלעם ביי די מחנכים, וויאזוי איז די רפואה ביי די בחורים. דער אמת איז אז עס קען - און דארף - אויך ארבייטן ווען אלע בחורים בלייבן אין ישיבות נאר די ראשי הישיבות נעמען אן די בחורים מיט הארץ. עס האט טאקע געארבייט פאר לאנגע יאהרן פאר עס איז געווארן א ביזנעס. אבער ווען מען היילט די קענסער דארף מען נישט זוכן וועלכער עלטער-זיידע האט אריינגעגעבן די קענסער-דזשינס, נאר מען שניידט אפ די בלוט-סופליי פון די טומאר. והנמשל, אז מען וועט אפשניידן די קעש-פלוס פון די ישיבות, וועט אלעס ווערן אין ארדענונג.

א צייטווייליגע רפואה

לעצטענס שפראצן ארויס אסאך וועבזייטלעך וואס ברענגען ליסטעס פון חזירים און מאלעסטארס. אגב, פאר דעם אליינס וואלט די אינטערנעט כדאי געווען.

אפשר וואלט געווען א תועלת צו מאכן א וועבזייטל מיט א ליסטע פון ישיבות, ראשי ישיבות, מחנכים וכדומה וואס ווארפן ארויס נארמאלע בחורים על לא דבר?

בכלל וואלט אויסגעפעלט אביסל דורכזיכטיגקייט אין אלע ארגאניזאציעס וואס ווערן אויסגעהאלטן אין-טייל דורך צדקה, ובפרט די ישיבות. זאל איינער מפרסם זיין א ליסטע פון די הנהלת גשמיות ורוחניות פון יעדע ארגאניזאציע וואס לעבט אויף אונזערע נדיבי לב. (איינפאל קרעדיט: [tag]בן זומא[/tag] דא.)

די צד השני של המטבע

די חברת משמידים, רשעי ישיבות און אזוי-גערופענע מחנכים האבן דאך אויך עפעס צו זאגן. וואס זאגן זיי בנוגע די נושא?

ווען מען וויינט ביי זייער טיר ערב שבת נאכן מקוה (נאכן רופן צענדליגע מאל און נישט אויפהויבענדיג קיין טעלעפאן), האבן זיי נישט קיין פתחון פה, אבער אין מקוה האבן זיי א באקציין-פולע פיסק מיט הסברים וואס פאסט נישט פאר א מאירת עינים תלמיד. אלזא לאמיר דורכבלעטערן זייערע אנטשולדיקן, און זעהן אם יש דברים בגו.

מען קען דאך נישט פארדארבן א גאנצע ישיבה פאר א איינצעלנע בחור

און וויאזוי האבן אלע ראשי ישיבות פון אלע יאהרן, וואס האבן נישט גענומען אזא פעטע געהאלט און נישט חתונה געמאכט זייערע קינדער מיט לעמפלעך און א קרוין אויף די גאס, וויאזוי האבן זיי געקענט ארייננעמען אלע בחורים און נישט מורא געהאט? ווייל זיי האבן ליב געהאט די תורה! זיי האבן געלעבט מיט די מצוה פון לימוד התורה!

רעדט מען דען פון בחורים וואס זענען פארדארבן און קענען פארדארבן אנדערע? מען רעדט דאך פון וואוילע בחורים, ירא השם, וואס זענען פשוט נישט די גרעסטע מצוינים.

כדי צו קענען קלאר מאכען אויב די תירוץ איז אמת'דיג, כאטש אין די הארץ פון די וואס זאגען עס, וועלן מיר מאכען א פשוט'ע עקספערימענט. היכי תמצא אז דער אזוי-גערופענער שוואכער בחור האט זוכה געווען צו א רייכע פאטער, מה דינו? קען מען נישט פארדארבן א גאנצע ישיבה פאר איין בחור, או דילמא א טויזענט-דאללער'דיגע טשעק איז די בעסטע מעדעצין קעגען די פארדאבנקייט, און מען קען מקיל זיין.

אבער למען האמת, די ריכטיגע ענטפער איז, אז אויב א מחנך שפירט אז ער קען נישט פארוואלטן אויף א ישיבה וואס האט שוואכע בחורים (מען רעדט נישט פאר פארדארבענע), זאל ער מוחל זיין און זוכן א אנדערע פרנסה.

מיר קענען נישט אננעמען א בחור וואס קען נישט צאלן די גאנצע שכ"ל

ווידער ווילען מיר פרעגן, וויאזוי זענען די אמאליגע ישיבות אויסגעקומען מיט אלע ארימע בחורים, בעת עס זענען נאך בכלל נישט געווען וואוטשערס, וכדומה לה? ווייל ישיבות איז נאך דאן נישט געווען קיין ביזנעס!

ווען די פרייע יונגעלע גייט אין פובליק סקול, מען רעדט נישט פון זיך וואלגערן אויף די גאסן, קומט למען אחי און שלעפט צוזאם שכ"ל, אפילו די שטוב איז יענע מעשה, און די שאנסן אז ער זאל אויסוואקסן א גדול בישראל איז נישט אזוי גרויס. פאר א היימישע בחור'ל וואס מען קען אסאך מער אויפטוהן, קען מען דאס נישט באווייזן?!

א ישיבה איז ווי א ביזנעס, זי טוט וואס ס'לוינט איר

ליידער זענען פארהאן ישיבות ווי די מוריד הגשם איז איגאנצן אריינגעפרעסן אין די קולטור פון די פירער, עד כדי כך אז זיי שעמען זיך נישט צו זאגן אין פנים פון די טאטעס אז זיי זענען נישט מער ווי א ביזנעס, זעהט אויס עפעס א סארט נשמה-ריסייקלינג פעקטארי. טענה'ן זיי, די סי.אי.או. פון די נשמה פעקטארי אז זייענדיג א פרייוועט קאמפאני, טוען זיי וואס עס לוינט פאר די קאמפאני, און די שוואכערע בחורים זענען א לייעביליטי (liability) פאר די קאמפאני.

די קענטיגע פראגע: ווען האט איינער אמאל געהערט אז א פריוואטע קאמפאני אדער פאבריק וואס איז נידריג מיט זייער ריוח, זאלן מאכען א פאנדרעיזינג (אפיל, דינער, טיי אווענט, באנקעט, לאטארי, ושאר שמות נרדפים)?

אגב, שטעלט אייך פאר ווי די רבנים וואלטן געשפרינגען ווער א פריוואטע גרופע זאל מאכען א באנקעט, זיי וואלטן עס גערופן הוליערייען. אדער איינער א יחיד זאל מאכן א לאטארי, ס'ארא משחק בקוביא.

נו, ווער לאזט דיך נישט. גיי עפען אויף א ישיבה פאר שוואכע בחורים

די צינישקייט פון די חיות איז אומגלויבליך. קודם כל, זייט ווען איז איינער ווייניגער פון א פולקאמע מצוין א שוואכער בחור? אויב איינער וואס איז נישט קיין 100 בחור נאר א 99 איז אזוי שוואך אזש מען קען אים נישט בדיעבד פלאצירן אין די ישיבה, דאן - על אחת כמה וכמה - פאר יעדעס שטאפל אראפ דארף מען עקסטערע ישיבה. לאמיר זאגן אז א בחור וואס איז אונטער 80 געהערט נישט אין קיין ישיבה, דאן דארף יעדעס מוסד מאכן 20 ישיבות, איינס פאר די 100'ער איינס פאר די 99'ער און אזוי ווייטער. סאטמאר, באבוב און אלע וואס זענען היינט צוטיילט, וועלן דארפן מאכן 40 ישיבות.

צווייטענס, איז די פליכט אויף די ישיבות צו נעמען די בחורים; נישט די עלטערן צו גיין עפענען ישיבות ווען מען ווארפט זיך ארום מיט זייערע קינדער ווי די כף הקלע.

דריטענס, איז שוין געווען כמה פעמים וואס מען האט געעפענט א מוסד מיט אזא מטרה, און עס איז געווען פאשקעווילן וכדומה ווייל די ישיבה האט גאר שוואכע עלעמענטן. זינט איר האט אליינס ערקלערט אז איר קענט נישט קער נעמען פון שוואכערע בחורים, מי שמך לאיש צו מסיג זיין וועלכע עלעמענטן הייסן שוואך?

נאר אמאל. ס'איז שוין היינט אסאך בעסער

ווי שעמען זיי זיך נישט צו פארקויפן אזעלכע שקרים?! בעסער? אין וועלכע ישיבה איז היינט בעסער? אויף וועלכע גאס דרייען זיך היינט ווייניגער בחורים ווי פאר פינף יאהר צוריק?
אמת, אין די געביט פון אויפשטעלן א ישיבה אדער צוויי פאר די גאר-שוואכע, אזעלכע וואס געהערן טאקע נישט אין א רעגולער ישיבה, האט מען שוין עפעס אויפגעטוען, אבער דאס איז ממש די שפיץ גאפל. און דאס האט גארנישט קיין שייכות מיט די אלגעמיינע ראשי הישיבות, קיין כי הוא זה נישט. זיי האבען נישט געגעבן קיין שום הילף. ממילא אויב עס איז בעסער מיט א האלבע פראצענט, איז עס נישט א דאנק אייך, נאר טראץ אייך!

דער עולם פארשטייט נישט. מ'קען נישט מסביר זיין

דארף מען אזא טענה אפילו אפענטפערן?! סארא זאמד אין די אויגן.

די היימישע מוסדות האבן פאקטיש די ביליגסטע שכ"ל פון אלע פריוואטע שולעס אין גאנץ אמעריקע

קודם, קומט דאס בכלל נישט אריין איז די דעבאטע פון ארויסווארפן בחורים. אבער אז מער רעדט שוין, לאמיר טאקע אריינבליקן אין די ביליגע (סארא לצנות) שכר לימוד פון די היימישע מוסדות.

די מוסדות נעמען אריין יעדעס חודש ריזיגע סומעס געלט פון די רעגירונג, וואס דארף צו גיין אויסצולערנען געוויסע קענטעניסן און חכמות פאר אייער קינד. די מוסד וועט מיט אייער קינד בכלל נישט לערנען די פארלאנגטע קענטעניס, אבער שפעטער - ווען ער וועט דאס אליינס וועלן לערנען, וועט ער נישט קענען באקומען פינאנציעלע הילף ווייל די רעגירונג האט שוין איינמאל באצאלט פאר דעם. אין די מהלך, באראבעווען די מוסדות מיט שווערע טויזנטער דאללער, יעדעס קינד באזונדער. פאר א טאטע פון צען, וועט במשך די לעבנסשפאן פון אלע זיינע קינדער אין די מוסדות, ווערן באראבעוועט מיט איבער הונדערט טויזנט דאללער! געלד וואס ער וואלן ווען געקענט נוצן צו מקיים זיין די מצוה פון ללמדו אומנות.

ווי שוין אויבן (זעה לימודים טייל) אויסגעשמועסט, זענען די לימודי חול נאהנט צו זערא: גארנישט. און ניטאמאל האט דאס קינד די געלעגנהייט שפעטער צו אריינכאפען, ווייל די פאנדס זענען שוין אויסגעטרוקענט.

אז מען נעמט אין באטראכט די אלע געלטער וואס זיי באקומען אויף די נאמען פון די קינדער, אין צוגאב צו די שכ"ל, זעהט די שוין טואישאן גארנישט אויס ביליג. באמערקט אז מיר רעדן נישט פון געלט וואס זיי באקומען סתם - עניוועי - ווייל זיי זענען א חינוך ארגאניזאציע, נאר געלט וואס זיי באקומען ספּעציפיש פאר יעדעס קינד'ס וועגן; פארן קינד'ס וואוילזיין.

בעיקר, לאמיר זעהן די נומערן מיט וואס זיי שטאלצירן זיך. זיי זינגען א ליד פון גומלי חסדים ווי ביליג זיי זענען ווען מען פארגלייכט זיי צו די אלגעמיינע גוי'אישע שולעס.

אז מען קוקט מיט א ניכטערן בליק אויף די עלטערן וואס לייגן זייערע קינדער אין פריוואטע שולעס, זעהט מען א אינטרעסאנטע ערשיינונג. קודם כל רוב אמעריקאנע קינדער לערנען נישט אין קיין פריוואטע שולע נאר גייען אין עפנטלעכע שולעס (public schools). אין פאקט, בערך 90% פון אלע אמעריקאנער קינדער לערנען אין פובליק סקול. עלטערן מיט א נעט אייקונפט פון איבער $75,000, האבן 85% געלייגט אין פובליק סקול. אין אלגעמיין, די וואס לייגן קינדער אין פריוואטע שולעס זענען אדער פארמעגליך אדער פאר רעליגיעזע גרונדן. אסאך קריסטליכע עלטערן וואס קענען נישט באצאלן די טואישן, לייגן טאקע יא אריין אין די פובליק סקול סיסטעם, און העכסטענס שיקן זיי זייערע קינדער אין ספעציעל געמאכטע פראגראמען פאר אזעלכע קינדער נאכן סקול און זונטאג, ווי זיי לערנען רעליגיעזע שטודיעס. איך פראביר נישט צו אדוואקאטירן אז אונזערע קינדער זאלן גיין אין פובליק סקול, כאטש וואס אוזערע עלטערן אין אייראפע זענען וואויל אויסגעוואקסן טאקע אין פובליק סקולס, אבער עס איז נישט עק-וועלט.

די פריוואטע שולעס זענען, ווי געשמועסט, געווענליך פאר רייכע, ממילא איז שכ"ל קיינמאל קיין אישו דארט. אין די רעליגיעזע אינסטיטוציעס איז אויך פארהאן אביסל הילף פון די רעליגיעזע ארגאניזאציע, אבער ס'רוב שכ"ל פאלט אויך די עלטערן. אסאך מאך זעהט מען א בנין איז גאשאנקען געווארן (donated) דורך א פילאנטראפ, אבער זיי האבן נישט קיין יעהרליכע פארטיס, אפילס, דינערס, טיי אווענטן, לעידיס עקזיליריס, וכדומה, ווי אלע עלטערן זענען ערווארטעט צו באשטייערן מיט גרויס געלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום boxcover, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר