בחורים אין ישיבת מיר

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן

בחורים אין ישיבת מיר

הודעהדורך באס רבי » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:27 pm

איך בין ניי דא איך ליין שוין א לאנגע צייט דא ביים שטיבעל איך טראכט שוין א לאנגע צייט איבער דעם טעמע איך האב א זוהן אין מיר איך האב אלץ געמיינט אז משטייגט אבער איך הער אנדערע זאגען אז סממש געפערלעך בפרט אז איך האב געליינט אין די מעגעזין ווי ער לייגט עס אראפ ממש ווי ווי דאס ערגסטע וויל איך וויסען וואס די חכמי השטיבעל האבען צו זאגען סיי פון עקספיריענס אדער פון סתם ידועות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך באס רבי אום דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:25 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באס רבי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:33 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:30 pm

שלום עליכם.
וועלכע מעגעזין?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5025
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6046 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2219 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:54 pm

ווען איך בין געגאנגען וויזיטן ישיבת מיר (עטליכע באזוכן) האב איך בלויז געזעהן בחורים זיצן און הארעווען אין די גמרא. וואס קען זיין בעסער?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14021
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16085 מאל

הודעהדורך שמו יגער » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:01 pm

איך אויך האט געשריבן:שלום עליכם.
וועלכע מעגעזין?

לכאורה מיינט ער עפעס אן ארטיקל וואס איז געווען אין די עמי מעגעזין א שטיק צייט צוריק
יענע ארטיקל איז געווען פאר א ביזנעס איינער האט געוואלט אז אויב די שיקסט דיין זון קיין מיר אין די ווייסט נישט ווי, אין מיט וועמען ער דרייט זיך זאגן זיי אונז וועלן אים שוין שאפן דירות,חברותות אין שיעורים ועוד ועוד
אויב זיי האבן א פאוינט? אוודאי!
יעדע ווייסט אז אויב מען שיקט א דורכשניטליכע בחור קיין מיר דארף מען פרעגן א נביא ווי אזוי וועט דער בחור צוריקקומען ברוחניות(בגשמיות ווענט זיך וויפיל געלט מען שיקט אים.....)?
קענען די משגיחים פאר די רייט פרייס העלפן א בחור?
דארף מען אפשר גאר זיי נאכקוקען........
״יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער״
שמו יגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 17, 2013 9:02 pm
געפינט זיך: צווישען די שמויגערס
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך באס רבי » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:06 pm

אנטשולדיגט איך רעד פון די עמי מעגעזין וואס קומט אייביג מיט זייער חכמות איבער קאנטרעווירסיאלע טעמעס
באס רבי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:33 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך outspoken » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:07 pm

פונקט געפרעגט א חתן פון קר''י ישיבה ווי אזוי די מצב איז דארט, זאגט ער,ווען ער האט גע'חזרט הלכות שבת פארן פארהער האט די ישיבה געקאכט אין לערנען, נאכן PAGE אינם בלאט האט זיך די ישבה בארואיגט, יעצט חתן'ט די ישיבה...

ווענט זיך וואספארא גלעזער די טראגסט
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 791 מאל

הודעהדורך באס רבי » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:22 pm

outspoken האט געשריבן:פונקט געפרעגט א חתן פון קר''י ישיבה ווי אזוי די מצב איז דארט, זאגט ער,ווען ער האט גע'חזרט הלכות שבת פארן פארהער האט די ישיבה געקאכט אין לערנען, נאכן PAGE אינם בלאט האט זיך די ישבה בארואיגט, יעצט חתן'ט די ישיבה...

ווענט זיך וואספארא גלעזער די טראגסט

אנטשולדיגט מיר איך וייס נישט פון וועלכע נושא דו רעדסט איך האב נישט גערעדט פון חתנים און נישט פון ק‏"י און וואס האט גלעזער מיט די פרשה‏?‏ ‏
באס רבי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:33 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:29 pm

אנטשולדיגט @באס רבי פאר טוישען די שמועס אבער ביזטו די באס רבי אויף @berlbalaguleh באס?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2057 מאל

הודעהדורך באס רבי » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:38 pm

שכוח פארן זיך אנטשולדיגן די נאמען באס רבי בין איך זיך סומך אויפן אשכול איבער געשמאקע מענטשען וואס האבען א מעגליכקייט צו ווערען א באס רבי
באס רבי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:33 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך zurich » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:12 pm

יא מירער ישיבה ווערט מען זעלבשטענדיג. ווילסט זאגן אז זעלבשטענדיג איז א פרבלעים פאר א צוואנציג יעריגער בחור?

איי זאגסט דאך אז מען פארט אפ די מצואות איז אז די יעניגע וואס פארן אפ וואלטן ממילה אפגעפארן גם בלי מיר. ס'האט גארנישט מיט מיר איינגעשטויסן! די בחור האט שוין געהאט פייגלעך אין קאפ נאך אין אמעריקע נאר ס' 'פלאצט' ווען ער ווערט אינדעפענדענט!!

צדיקים ילכו בם ורשעים.....
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 809
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

הודעהדורך טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:24 pm

איך האב געטין דערין, יא ליידער איז די מצב זייער הפקר'דיג

פון 10 בחורים וואס פארען קיין מיר וועלען אפשר צוויי ריכטיג זיצען און לערנען
די אנדערע איז צוטיילט אין 2, איין גרופ לויפט ארים און אקערט אויס דאס לאנד פון איין עק ביזען צווייטען און זאפען זיך אן מיט די טומאה וואס די פרייע גאס שטעלט צי אויף א אום-דערהערטע פארנעם, טאטעס האבען נישט קיין השגה וואס זייערע תכשיטים טיען דארט, ווייל ווען זיי וואלטען ווען געוויסט וואלטען זיי געזיצען שבעה (אדער די קינדער וואלטען געזיצען אויפען טאטען נאכען כאפען א הארץ אטאקע).

יא יא עובדא ידענא אז בחורים זענען דארט עובר אויף אלע עבירות, און אין ארץ ישראל זענען אסאך עבירות אסאך ארגער פשוט ווייל זיי זענען אידען (מער פרטים איז מאחורי ענינים וד"ל),
עס גייט אזוי ווייט אז בחורים וואס דארפען אפאר עקסטערע דאלער זאגען דעם טאטען אז זיי דארפען חיזוק און זיי ווילען אז א יונגערמאן זאל צולערנען מיט זיי, דער יונגערמאן קאסט דאך געלט! שיקט דער טאטע ערליך דאס געלט, דער בחור הייבט נישט אן צו לערנען מיט דעם יונגערמאן, און דאס געלט גייט פאר די שוואוילטאג פון דער בחור, און דער בחור ווארפט צי א ביינדל פאר דער כלומפערשטע חברותא אז ער זאל מיטשפילען די געים,

עס איז א פחד וואס גייט דארט פאר, כאפט נאר א שמועס מיט א עני בחור אדער פארט אריבער קיין ארץ ישראל,

די לעצטע פאר יאר איז דא נאך א חורבן ווען מירע בחורים פארן ארום מיט אמעריקאנע מיידלעך וואס לערנען אין די סעמינארען אין ארץ ישראל, ווי מאן און ווייב וד"ל, א שאד סתם אריינצוגיין אין פרטים אבער עס איז א פחד,
און איך רעד ווייל איך ווייס עס פון די נאנט!!!!

טאטע זיסער, דיין בחור איז שוין אויסגעוואקסען די לאקאלע ישיבה? שיק אים אין כולל אונטער דיין פיס דא אין וומס"ב אדער אין ב"פ, אדער שיק אים ארבעטן, שיק אים בשום אופן נישט קיין ישראל, דארט וועט ער טון אזויפיל עבירות וואס דו באווייזט נישט צו טון אין 200 יאר!
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1262 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:43 pm

אבי גערעדט, ס'וועט גארנישט געשעהן מיט א בחור אויב ער וועט אביסל ארומפארן, זיך עפענען אביסל, יא, פארדעם זענען די טינעידזש יארן געמאכט געווארן, צו עקספערימענטן און אויספיגערן ווער מ'איז. נאך אלעם קומען רוב בחורים ארויס זעלבסשטענדיג, האבן פיין חתונה, און סעטלען זיך געהעריג, אבער ס'איז הימל און ערד צווישן זיי און זייערע חברים וואס זענען געבליבן אין א שטרענגע מסגרת ביז מ'מיירעט זיי איין מיט א ווייב און קינדער.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6912
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7211 מאל

הודעהדורך its me » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:58 pm

I don't no much about but my friend told me when he went to mir he had a girlfriend
If I want your opinion, I'll ask you to fill out the necessary forms.
its me
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך zurich » פרייטאג פעברואר 21, 2014 12:00 am

טיטאניק דו רעדסט פון ווייטאג טוה מיר א טובה פליעז
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 809
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

הודעהדורך zurich » פרייטאג פעברואר 21, 2014 12:02 am

מאכן מעשות קען איך אויך !
איך האב געהערט אין לוינטש ראם פון ישיבה דרייען זיך מיידלעך...
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 809
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג פעברואר 21, 2014 12:11 am

העי, מאך נישט אינגאנצן אוועק, ס'דא בחורים וואס דרייען זיך מיט מיידלעך, סיי אין ירושלים, סיי אין וויליאמסבורג, אבער ס'איז א מיעוט, און מ'מוז נישט גיין ביז מיר דאס צו טוהן. רוב עוורידזש בחורים לערנען א חלק טאג, און ס'איבעריגע אדער פוילעצט מען, אדער הוליעט מען. מ'פארט אויף מקומות הקדושים, און מקומות המוקדשים, אבער די זעלבסשטענדיגקייט אנטוויקעלט א מענטש און ס'איז גאר וויכטיג פארן טינעידזשער צו האבן דעם פרייהייט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6912
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7211 מאל

הודעהדורך דריידל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 12:29 am

שמעקעדיג האט געשריבן:ווען איך בין געגאנגען וויזיטן ישיבת מיר (עטליכע באזוכן) האב איך בלויז געזעהן בחורים זיצן און הארעווען אין די גמרא. וואס קען זיין בעסער?

געגאנגן באזיכן ווי? אה אין ישיבה. נו אוודאי האסטי געזעהן דער עולם לערענט. די פראבלעם איז אבער מיט די בחורים וואס למחצה לשליש ולרביע דרייען זיי זיך מחוץ לכותלי הישיבה, דאס האסטי נישט געזעהן.
אפילו דער בחור וואס ברענגט אן די טאג בכל מה שלבו חפץ, ווען ער קומט אין ישיבה וועט ער לערנען פשוט ווייל די מקום ברענגט אריין א חשק דערצי. אבער ביז ער קומט אן אהין אדער נאכן סדר הלימוד איז אן אדערע מעשה.
איי וועסטי פרעגן אויב האלט ער נישט ביים לערנען וואס קומט ער בכלל אין ישיבה? אויף דעם איז די תירוץ פשוט אז ער טוט דאס ווייל אויב מ'פרעגט זיך נאך אויף אים זאל מען קענען זאגן אז ער לערנען אין מיר.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1141
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1345 מאל

הודעהדורך דריידל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 12:38 am

its me האט געשריבן:I don't no much about but my friend told me when he went to mir he had a girlfriend

דאס איז נישט קיין שאלה אז אויב איינער וויל שקאצעריי קען ער דאס באקימען. די רעדע איז צי מ'דארף חושש זיין אויף סתם א בחור אז ער וועט דארט גליטשן
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1141
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1345 מאל

הודעהדורך אבגד » פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:06 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אבגד אום פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:15 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אבגד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

הודעהדורך אי איתמר » פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:33 am

עס איז זייער געזונט פאר רוב נערמאלע בחורים וואס קומען פון נערמאלע שטיבער
צו גיין לערנען אויף א''י,
חוץ אז דו ביזט באמת חושש אז ער האט פייגלעך אין קאפ וכ'ו
פון דעים וואס @טיטאניק רעדט איז א מיעוט המצוי וואס א נערמאלע בחור שטייט ווייט פון זיי
פשוט ווייל זיי זענען MESSED UP...
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך סמיילי » פרייטאג פעברואר 21, 2014 4:35 am

געפילטע פיש האט געשריבן:העי, מאך נישט אינגאנצן אוועק, ס'דא בחורים וואס דרייען זיך מיט מיידלעך, סיי אין ירושלים, סיי אין וויליאמסבורג, אבער ס'איז א מיעוט, און מ'מוז נישט גיין ביז מיר דאס צו טוהן. רוב עוורידזש בחורים לערנען א חלק טאג, און ס'איבעריגע אדער פוילעצט מען, אדער הוליעט מען. מ'פארט אויף מקומות הקדושים, און מקומות המוקדשים, אבער די זעלבסשטענדיקייט אנוויקעלט א מענטש און ס'איז גאר וויכטיג פארן טינעידזשער צו האבן דעם פרייהייט.

גוט געזאגט
בחורים און מיידלעך איז דא און די גאנצע וועלט
די זעלבסשטענדיקייט וואס מען באקומט און ישראל איז זייער וויכטיג פאר יעדעם, מען קען עס זעהן נאך די חתונה זייער אסאך מאל
סמיילי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 7:23 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 21, 2014 4:51 am

וועלכע זעלבסטשטענדיגקייט? וואס קען מען באקומען אין מירע ישיבה מער ווי סיי וועלכע ישיבה אוועק פון די עלטערן און שלאפן אין א דארמיטארי?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14021
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16085 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 21, 2014 5:00 am

לויט די תגובות דא איז משמע אז אויב איינער וויל זיין א הפקר יונג קען ער דאס טון בכל מקום, און עס איז טאקע ריכטיג, נאר לכאורה אין דער פרעמד בכלל איז עס פיל גרינגער, ובפרט אין ארץ הקודש מאכן זיך מער די סארט פראבלעמען, און מען האט שוין געשמועסט דערוועגן אין מאחורי, עס איז נישט קיין סוד אז דער מצב דארט איז ליידער נידריגער ווי אין אנדערע מקומות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14021
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16085 מאל

מאך עס קלאר

הודעהדורך טיטאניק » פרייטאג פעברואר 21, 2014 7:54 am

א בחור דארף קענען ארום האצקענען אביסעלע, שמח בחור, אבער אינטער א אויפזיכט, זאל ער בלייבען דא אין ניו יארק, זאל דער טאטע אליין גיין מיט אים אויף וועיקעישאנס אד"ג, אדער שיקען ארום האצקענען ווען דער טאטע "ווייסט" אבער ער "פרעגט נישט" ווי דער בחור גייט, דאס מיינט "פרידאם" פארן בחור אבער פארט מיט א השגחה,

ארץ ישראל איז היינט א מקום ליידער ווי זנות און די אלע ענינים זענען אסאך אסאך אסאך ערגער ווי אין אמעריקא, א בחינה פון הותר הרצועה וואס מען זעט נישט אין אמעריקא און אויך אין נאך נארמאלע לענדער, עס קאסט ווייניגער ווי איבעראל, און בחורים נוצען דאס אויס, וכל באיה לא ישובון, עס איז נישט אזוי שווער אפילו פאר א נארמאלער בחור "וואס וויל נאר מאכן א לעבן די צווייטע האלב טאג", איינמאל אריינצופאלען אין אזא מעשה און פון דארט אין ווייטער איז צרות, אפגערעדט וואס די ענין איז אין ארץ אסאך הארבער עפ"י הלכה ווייל זיי זענען אידישע קינדער, עס קען זיין א אשת איש לכל הדיעות אדער א נדה.

בחורים פארקויפען אז זיי פארן אויף מקומות הקדושים, אבער די פאקט ווייזט אז בחורים קענען נישט זאגען תהלים דאס גאנצע טאג, און עס איז א פאקט אז אמעריקאנע בחורים זענען ליידער זייער גוטע קליענטן פאר די סארט, און מען רעדט נישט פון 20 בחורים, מען רעדט פון מאסען!

מען וועט מיר באלד זאגן אז איך רעד שוין ווי נחום חזערבערג, אבער היות ווי איך בין אליין געווען (שוין מיט אסאך יארן צוריק) א ישיבה בחור אין ארץ ישראל און עס איז מיר אויסגעקומען מער ווי איינמאל צו זען ווי היבש נארמאלע בחורים קומען אן צו פלעצער ווי זיי וואלטען קיינמאל נישט אנגעקומען אויב בלייבען זיי אין ניו יארק, בעיני ראיתי ובאזני שמעתי מכלי ראשון!

איך בין חוזר על דברי, אמת א בחור דארף און מוז מאכן א לעבן, אבער ווער זאגט אז מען קען נישט מאכן די לעבן ווען מען איז דאהי?

אמת "צדיקים ילכו בם וכו'" און עס איז טאקע דא א געוויסע חלק וואס טוען דאס נישט זיי לערנען יומם ולילה אבער די מערערע חלק טוען דאס יא, עס הייבט זיך טאקע אן נאר "מיט מקומות הקדושים" ווילאנג עס איז נאך אינטערסאנט, אבער נאך אפאר חדשים פארן און קלעטערן מערות ווערט עס נמאס און ציביסלעך ווערט מען "געוואר" פון אנדערע סארט פאן, און עס איז זייער שווער אז א בחור וואס האצקעט ארום דארט במשחבה תחילה צו האצקענען זאל נישט דורך פאלן,

מייין מירע קבוצה אלץ בחור זענען לאו דוקא געווען "עפישעלי שקצים", פארקערט, היבשע בני טובים, אבער א מענטש איז א מענטש, און אז מען ווייסט אז פאר קליינגעלט קען מען עס באקומען, מה יעשה הבן ולא יחטא?

טאטעס! זייט נישט אזוי נאאיוו! עס איז ערגער ווי איר מיינט!
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1262 מאל

וועגען סעמינאר מיידלעך און מירע בחורים

הודעהדורך טיטאניק » פרייטאג פעברואר 21, 2014 7:56 am

מיין שוועסטער האט געלערנט אין סעמינאר אין ארץ ישראל
זי ווייסט צי דערציילען (שוין מיט 7 8 יאר ציריק) אז עס זענען געווען אפיציעלע קבוצות וואס זענען ארים געפארען "מתפלל זיין אויף מקומנות הקדושים" באהבה ואחדות ורעות ודי למבין
און זי געדענקט נאך אויך מי ומי היו ההולכים
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1262 מאל

נעקסט

גיי צוריק חינוך

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט