דיסקרימינאציע קעגן בחורי ישראל - סע גענוג!

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6309 מאל

דיסקרימינאציע קעגן בחורי ישראל - סע גענוג!

שליחה דורך יואב »

דער צויבער-טערמין "בחורים" איז לדאבוננו געווארן א פאסיג ציל-ברעט און פרישע ליבלינג פאר דעם וואטסעפפ ק/פ-צירקולאציע שטראם איבער וואס צו טרייבן שפאס און האס-אטאקעס. א בחור, מיט אלע זיינע אנגעבליכע פריוועליגיעס פון זיין עקזעמפט פון טראגן דאגות, קען מען כהיום זאגן איז א טרויעריגע דורכגאנג ביי דער היימישער געזעלשאפט אין וואס מ'ברויך אויסשטיין נאכאנאנדע דיסקרימענאציע און עקלהאפטיגע רדיפות. א דורכשניטליכער בחור האט קיין עולם הזה און קיין עולם הבא; אה, און נישט צו פארגעסן: "אויך קיין דאגות".

ווי איידער צו צילן די פיילן קעגן די יעניגע וועלכע האלטן אט די אומשולדיגע נפשות ווי משכונות פארשלאסן אונטער די גראטעס פון די זינלאזע אנשטאלטן על לא עוול בכפם, מ'רייסט אוועק פון זיי יעדעס מעגליכקייט איינצושאפן קוואליפיקאציעס, זיך מענטשלען שלא אירע כמו שאירע לפלוני, נישט אויסצוזען אזוי ווי די גרויסע חציה בני חורינ'דיגע טאטעס, גיסט מען גאר אויס דאס שפייאכץ אויף קיין אנדער נישט, נאר טאקע אויף זיי. ס'טייטש זיי, די נפשות וועלכע זענען נעבעך פארכאפט אין דעם פראבלעם, זיי זענען גאר דער פראבלעם גופא. אנשטאט זיי העלפן זיך ארויסבאקומען פון דער תפיסה, לאכט מען פון זיי, הע, ביליגע ארעסטאנטן.

שוין אפגערעדט אינעם אלגעמיינעם זין. באשטימטע פראזן און זאצן אויף זייערע חשבון איז שגור בפי כל סוס ורכב. ווער פון דא קען דען נישט די גאונישע שאלות און פארווארפן ווי "צו וואס דארף א בחור געלט, מיט וואס איז א בחור פארנומען, וואס זוכט א בחור אין..., ס'איז נישט געמאכט פאר בחורים, העסט עלטער ווערן וועסטו, וואס פעלט דען פון דעם בחור, א טיפיקעל בחור, דו זיץ נאר און לערן, ווי פאסט דאס פאר, חיה רעה ודר בישיבה (חחח)", ואטו כי רוכלא.

קומט צו גיין בין הזמנים, די צייט ווען דער בחור שפירט ווי א משא כבד קייקלט זיך אראפ פון זיין זעקל געבינדענע ביינער. נישט געזארגט, די פארפלאגטע מאמע באזארגט אים נאך מיט ארבעט ביז איבער דעם קאפ – נאך אלעם איז דאך מקובל בערבי פסחים צו זיין נערוועז און משפיע זיין ווי מער לחץ אויפן גאנצן הויזגעזינד ספעציעל די בחורים וואס "פארוואס דען נישט אויב צוליב העלפן אינדערהיים" האט מען זיי געשאנקן ביינהאזמאנעם. זאלן זיי העלפן אריינברענגן דעם ווילדן טעראר אינדערהיים. ווער רעדט נאך סוכות ווען דער וויץ לויטעט בפירוש אז ס'גאנצע סוכה'עריי אנטבלאנגט דעם זכר מין בלבד. דער פאטער זיינער זאל נישט אויסגערעדט זיין קריכט אים אויף די געהירן מיטן פולן קנאק, שיין גערעדט, קוקט אים נאך ביי מנינים און איז עפעס דורש בשלומו יותר מדי. כהיום מיט די גאר פארגעשריטענע אכשר-דרא מעטאדן איז דער פאטער עומד ומצפה אויף דעם "העכסט קאנפידענציאלן" טעלעפאן רוף פון דעם "וועד להצלת בחורי ישראל".

איידער מיר גיבן שוין יא פאר דעם בחור די עטליכע ארימע מינוטקעלעך צו בארייכערן זיין פרייהייט, לאמיר נישט פארגעסן די דברים חוצבים להבות אש מתוך דער דעקלאמאטארישער דרשה בעפאר בין הזמנים טאקע באותו רגע ווען די ברכת מתיר אסורים'דיגע זענען שוין געשטאנען מיט די פארקניפטע האלב-געלעכערטע גארבעדש בעגס אין די הענט און זענען אין דער לעצטער מרחפת'דיגער סעקונדע באפוילן געווארן זיך צוריק צו דרייען לשמוע את דבר השם ברמה:

"באמת וואלט בין הזמנים פונקט אזוי געדארפט זיין ישיבה", שלעפט דער מנהל ארויס זיינע פארקילטע וואסעריגע אויגן פונעם צעטל, ווארפט בליקן ארום דעם היכל און גראבט זיי באלד צוריק אין צעטל אריין. "ברויך מען צו פארשטיין וואס איז פשט מ'שפארט אפ א מקום תורה, א פלאץ וואו מ'לערנט און מ'הארעוועט, פאר גאנצע צוויי חדשים א יאר. איז דאס עפעס א וואקאציע? די בחורים דערהייבן עפעס נישט די 'שווערע' סדרים עד כדי כך אז מ'מוז זיי געבן זיך אויסצולופטערן פאר גאנצע אכט וואכן? דער חתם סופר טאקע, דער הייליגער גרויסער חתם סופר, האט אינגאנצן נישט געהאלטן פון בין הזמנים. און נישט לאנג צוריק אינדערהיים איז נישט געוועזן אזא מושג פון ביינהאזמאנעם בכלל. איי יום טוב? נו, יום טוב. ס'האבן מיך פארציילט אידן וואס געדענקען נאך ווען ראש השנה האט מען געהעריג געדאווענט אין ישיבה. גלייבטס מיר זייערע תפילות זענען נתקבל געווארן. און ווער רעדט נאך פון די ליטווישע קרייזן, ביי זיי איז דאך אפגערעדט אז מ'פארבלייבט אין ישיבה. 'נאר וואס דען! (קלאפט אויפן שטענדער) בין הזמנים איז א צייט ווען א בחור קען, און ברויך זיך אליינס מעסטן. בין הזמנים איז די צייט ווען א בחור ברויך זיך מתבונן זיין, מאכן א חשבון הנפש, און פרעגן זיך אליינס: וואו האלט איך אויף דער וועלט! און וואס מ'איז קונה בין הזמנים... און מ'קען טאקע זען ביינהאזמאנעם וועלכע בחורים... טאקע די שאור שבעיסה... און פאר די בחורים וואס מיינען אז בין הזמנים קען מען... אלעס קומט אן, גארנישט קען מען באהאלטן...'".

דער צעדריקטער זכר זוכט ארבעט צו לייזן אפאר גראשן, אבער ווערט באהאנדלט ווי אן אומלעגאלן אימיגראנט. נאר פיזישע ארבעט איז וואס ער קען פארשאפן, און קריגט אכט דאללער א שעה. קודם כל איז ער, צום באדויערן, נישט ווערד מער, ווארום ער איז נישט אויף דעם זעלבן לעוועל ווי די גרויסע טאטעס; והשנית, ווייל דא קומט מען שוין ווייטער צו דער קשיא הנ"ל וועלכע איז מרפסין איגרא: "צו וואס דארף א בחור געלט".

אויב גייט דעם בחור גוט דאן בויעט ער אום תשרי סוכות און אויף ניסן פיצט ער וועלגער העלצלעך. אז נישט, צי אפילו אז יא, קומט ער אביסל אין סמעדריש. פארוואס קומט ער טאקע? איז אדער ווייל ער וויל זיך צושטעלן צו זיין טאטע מנהל זיידע באבע; אדער ווייל ער וויל טאקע לערנען, אדער גאר ווייל: "וואס דען אין דער פארקאקטער גיהנום זאל ער טון". אני הקטן פלעגט שימלען אין די בתי מדרשים אלס בחור, און דעם טאטן האב איך געפרעגט וויאזוי מ'מעשר'ט דאס זאלץ.

יא, דער בחור האט אלע רעכטן פושט צו זיין ידים ורגלים און ווייקן זיך ביז ווילאנג ער שפירט אז ער וויל שוין באפרייען זיין פאררוזינקט לייב פון דער פארע-פארויכערטער גרוב, און דאס אלץ אן דארפן פארדינען דאס געפיל אז ער איז נישט וועלקאם; אן דאס זאל דארפן שאפן א בייזער דראנג פאר פלוני צו שרייבן ארטיקלען אויף זיין געווייקאכץ. ס'איז זיין דעמן צוויי טאללער פונקט ווי דיינס, דו גרויסע טאטע. ער מעג שמועסן וואס פאר עמען ס'שמעקט, גענוי ווי דער באבארדעלטער אינגערמאן שפירט זיך פריי צו אדרעסירן וואס פאר עמען גליסט. און סתם, מדי דברי בו, איך זוך נאך די מקווה וואס צווישן אירע דאמפיגע ראמען ווערן אינטלעקטואלע נושאים אדרעסירט. פיר-קאנטיגע אנאליזן איבער פוטינ'ס אנעקסירונג קרימיע אונטער דער רוסישער פעדעראציע, מאלעזיער פליגער, בית שמש חפירות, בלומענבערג דעוועלאפמענטס צי אנדערע דברים העומדים ברומו של יהדות החרדית דארצות הברית וקנדה זע איך נאך נישט מ'שטיינס פארוואס הייראט ברויך פאר-העווען-סעיק שפילן סיי וועלכער ראלע אין דער וועלט פון מקווה-ליבהאבער.

זענען זיי אומערוואקסן? וועל, יש ויש – ס'איז אבער קיין נפקא מינה. קודם כל, גענוי ווי אנדערע מינאריטעטן אין אמעריקע וואס למעשה שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען ווייניגער עפעקטיוו און פראדאקטיוו אויף געוויסע פראנטן, איז דאס אין גרויס טייל א דירעקטער רעזולטאט פון די אומשטענדן אונטער וואס מ'האט זיי מתחילה אויסגעשטעלט צו לעבן. א לעבן אונטער ארימקייט און אונטערדריקונג. א בחור ביינונז, טוט מען דעמאראליזירן עד און זיי ווערן אויפגעצויגן מיט דערנידערונג און פארפלאגונג. ער איז, צי ער וויל יא צי ער וויל נישט, אונטער א שטרענגער און טיילמאל זינלאזער אבזערוואציע מבוקר ועד הפריקען ערב. א גאנצער געווינס פאר דעם בחור אויב געלונגט אים זיך איינצוהאנדלען א טעללער טשולענט מיט אביסל יאפטשיק ליל ששי. ער איז אויסגעשטעלט אפצוגעבן א דין וחשבון פאר יעדן שמויגער לענגאויס א פארצווייגטער שטעך-דראט ליניע פון אויטאריטעט. אנגעהויבן פון זיינע פארצייטישע זארגעדיגע עלטערן, לשם שמים מסור קעצלעך וועלכע פארכטן דעם "ואם לא יגיד ונשא עוונו" און סתם קלעבעדיגע זויער-טייגלעך פון אלע קאלירן; ישיבה'ס גוטן-נאמען וואכער, גוטע אידן למיניהם, א גאנצער שטאב אזוי-גערופענע מחנכים ובפרט די יעניגע אונטערן שלייער-טיטל: "ער 'דיעלט' מיט בחורים".

ווען ער איז א בן חמש עשרה לתלמוד רודפ'ט מען אים אז יעצט איז די צייט צו פארעמען א לעבן, און דערפאר, אין אנדערע ווערטער, קומט אים מיט רעכט קיין מנוחה. עלטערט ער זיך אביסל, איז נאך איידער ס'דא צו רעדן פון מנוחה באטרעפט אים מיט כח דער שידוכים-טעראר – א סעריע פון גרויליגע מיטלען און וואנזיניגע מעטאדן עמען צו דערגיין דעם גאל, און דאס אוודאי אך ורק פאר דער טובה פונעם בחור ווארום: "ער וויל דאך א חתן ווערן".

צו וועלן שרייבן א קאמפריהענסיוו ארטיקל איבער דער גאנצער נושא וועט מען קיינמאל פערטיגן. דער סך הכל אבער: א בחור איז א צווייטער-קלאס מענטש אין אונזער געמיינדע. אויסער דאס זיין אויסגעשלאסן פון מאחורי-ענינים, יאווען זיך כסדר פרישע ריסטריקציעס חדשים לבקרים, אלץ צו דערשטיקן דעם צארט נפש און פארשמעלערן דעם לופט-רער פון דער דאזיגער אומשולדיגער באשעפעניש. ארבעטן, ביהרג ועל יעבור. דרייוון, מאן דכר שמיה. סעלפאון, חס מלהזכיר. צו ווייקן אין מקוואות צוזאמען מיט אינגעלייט, נאו וועי. שטיין צווישן קופקעס, וועסט עלטער ווערן. ווערט נאכגעקוקט מיט פעקלעך שפיזיגע אויגן – קען מען דען טראסטן א בחור? האט זערא רעכטן און איז גאר א סוג מענטש אויף וועמען ס'ווערט געשריבן ארטיקלען, געטריבן שפאס און קרייזט ארום וויצן.

נישט יעדער קען טאקע טאלערירן יעדעס יארגאנג. דאס מציאות צייגט אבער אז א זיבעצן יעריגער מעוטף בטלית איז עני טיים מער וועלקאם ווי א ניינצן יעריגער מיט א פארשאלטענעם הוט. און נעמט א פארקערטע סינערעא. א ניינצן יעריגער קעסטלדיגער גולם מיט א קאץ אויפ'ן קאפ ווערסעס א קלוג בחור. גארנישט: אלל איט מעטערס איז דער טלית. (נישט אז איך זאג אז א שוטה מוז פארשיקט ווערן. באט יו געט מיי פאוינט). א מענטש ווערט נישט געדזשאדזשט לויט זיינע קוואליפיקאציעס, מעשים, טאלאנטן אא"וו, נאר צי ער דרייט זיך שוין מיט שמאטקעס אין בוזעם אדער נישט. ועוד, הוא אשר דברנו לעיל, דער אופן וויאזוי מיר גייען זיך אום מיט אט דער גרופע, פירט דערצו, אדער איז לפחות א באדייטנדער פאקטאר, אז זיי זאלן זיך ארויסשטעלן צו זיין למעשה אומפעאיג, נעבעכדיג און דערשלאגן.

נו, גיי איך דען איבערמאכן אונזער קרומע געזעלשאפט? גיהנום נישט. קאווע שטיבל איז אבער א פלאטפארמע ווי פילע זאכן וועלכע אין אלגעמיין ווערן זיי איגנארירט, פארדינען זיי דא טיפע אבזערוואציע און שטרענגע אפהאנדלונגען. אלזא, יעצט בין הזמנים, ווען ארטיקלען איבער זיי האבן זיך געמערט, און ס'הערשט א שטיקל סוביאקטיווער גייסט אנטקעגן אט דעם פראפיילירט יארגאנג, שפיר איך אז ס'מוז געהערט ווערן דברי מחאה לפחות אינערהאלב די ראמען פון דער קהילה דא, א קהילה וואס קעמפט פאר צווילע-רעכטן און סאציאלער גלייכהייט.

עלמער מסיים זיין דא מיט דעם קרעכציגן אויסשריי האדמו"ר מטשאבא שליט"א פארענדיגט דעם אלע-באקאנטן "טרעק פייוו": "סע גענוג"!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט