ווען א מאמע וויינט

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

ווען א מאמע וויינט

שליחה דורך בר-כוכבא »

איין טאג פאריגע וואך בין איך דורכגעגאנגען א קליין בית מדרש'ל ערגעץ וואו אין די היימישע געגנט פון מאנסי. דורך אן אפענע פענסטער האב איך געזען א יונגערמאן, א שטיקל באקאנטער, זיצט איבערגעבויגן איבער א תהילים. ביי די זייט איז געזעצן א קליין יונגעלע, ער האט געקוקט אויפ'ן טאטן מיט פאר'חידוש'טע בליקן.
נאך א שנעלן ישוב הדעת האב איך באשלאסן אריינצוגיין און פרעגן דעם יונגערמאן פשט פון די מאדנע סצענע. עפעס א צרה האט אים ווי עס זעט אויס באטראפן. אפשר קען איך אים מיט עפעס העלפן?
איך בין אריין און מיט שטילע טריט צוגעגאנגען צום טיש וואו ער איז געזעצן.
"א גוטן, משה", האב איך שטיל געזאגט.
משה, וועלכער האט מיך נישט געהערט אריינקומען, האט אויפגעהויבן די אויגן.
ווי אונזערע בליקן האבן זיך באגעגנט האב איך אין משה'ס אויגן געזען טרערן. נישט נאר אין די אויגן, נאר אויפ'ן פנים זענען געבליבן עטליכע זאלציגע טראפנס, שיריים פונעם שטראם וואס ער האט אלס בושה שנעל איינגעהאלטן.
דאס יונגעלע האט אוועקגעריסן די אויגן פונעם טאטן און מיך אנגעקוקט.
ס'האט משה'ן געדויערט א פאר מינוט, אבער נאכ'ן אנערקענען אז מיין שאלה קומט נישט פון א דארשט צו שטילן מיין נייגער נאר אן אויפריכטיגע כוונה אים צו העלפן, האט ער מיר דערציילט אז ער פרובירט שוין עטליכע וואכן אריינצושטעלן זיינס א קינד אין א מוסד, אבער די טירן זענען איבעראל אויף אים פארהאקט. ער באלאנגט צו א געוויסן קרייז, אבער יענע ווילן אים אויך נישט אננעמען. דאס אליין האט געפירט דערצו, אז אנדערע מוסדות זאלן דרינגען אז 'עפעס' איז נישט אין ארדענונג מיט אים אדער זיין שטוב. אויב דער מוסד פונעם קרייז צו וועלכן ער באלאנגסט האט אים אפגעזאגט מוז עס האבן א סיבה.
משה האט לעולם די ברירה פון שיקן אין א מער מאדערנע מוסד. ער וויל אבער נישט, ווייל ער איז באמת בהשקפה נישט ווי יענע. ווי א געטרייער טאטע וויל ער געבן זיין קינד דעם זעלבן חינוך וואס ער האט באקומען.
זיין פרוי, דערציילט מיר משה, האט דאס זייער גענומען צום הארצן. אים, משה'ן אליין, טוט וויי מער ווי אלעם אז דאס קינד זיינס זיצט אינדערהיים. דאס ווייב זיינס נעמט זיך אבער זייער צום הארצן פון די השפלה, די דערנידערונג, דעם זלזול מיט וועלכן מען איז זיך צו זיי אויפגעפירט. ער איז פריער געווען אינדערהיים, און געטראפן זיין פרוי זיצן אויף א בענקל וויינען איבער א תהילים. "וואס בין איך ערגער ווי פלוני אלמוני? וואס איז אזוי שלעכט מיט אונז? פארוואס זאגן זיי אונז כאטש נישט וואס מיר זאלן פארבעסערן אז מען זאל שלוימעלע'ן יא אננעמען?" האט זי געביטערט.
משה איז פארקלעמט געווארן דאס הארץ. די ווייטאג האט אים געציפט. קעמפענדיג מיט די טרערן האט ער גענומען דאס קינד, און צוגעגאנגען צום נאנסטן שול און זיך אוועקגעזעצט אויסגיסן דאס הארץ.
ער פון זיין ווינקל, זי פון אירס.
דאס קינד באגרייפט נישט פשט אין דער סצענע. ער איז נישט צוגעוואוינט צו זען טאטי'ן וויינען. פאר אים איז דאס א חידוש, וואס זיין קליין מוח'ל פרובירט צו באנעמען.
איך קען משה ליידער מיט גארנישט העלפן. איך פרעג אים נישט וואס איז געווארן, ווייל כ'ווייס אז כ'קען במילא גארנישט טאן. איך ווייס נישט מיט וואס ער האט זיך פארזינדיגט, הגם איך בין זיכער אז די אחראים פון יענעם מוסד און די אנדערע מוסדות האבן גוטע, אפשר אפילו גערעכטע תירוצים.
איך ווייס אבער אויך אז די טרערן פון א אידישע מאמע זענען נישט קיין קינדער שפיל. איך ווייס אויך אז ווען א אידישע טאטע און מאמע זיצן איבער א תהילים און וויינען זיך אויס דאס הארץ אז זייער קינד ווערט אפגעזאגט פון מוסד חינוך, קען נישט דויערן צו לאנג פאר א חרון אף זאל חלילה אראפגעקומען.
רבותינו, איר ווייסט אפשר עפעס וואס איך ווייס נישט. איר האט זיכער גוטע תירוצים. אבער א אידישע מאמע פארגיסט טרערן צוליב אייערע גוטע תירוצים. אוי לכם מיום הדין, אוי לכם מיום התוכחה.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר