אברהם אבינו וואלט נישט געקענט אריין אין אונזער מוסדות

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

אברהם אבינו וואלט נישט געקענט אריין אין אונזער מוסדות

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]הרב שטיינמאן זאגט אז ווען אברהם אבינו וואלט applied ביי אונזערע מוסדות וואלט ער נישט געקענט אריין, ווייל זיין טאטע תרח וואלט נישט געווארן אהנגענומען ביי די וועד!!
עס איז א הימל געשריי וואס גייט פאר ביי אנשי שלומינו , ווי עס דרייען זיך ארום פארווייטאגטע טאטעס מיט מאמעס, מיט זייערע עלטערין, וויאזוי מען קלויבט זיך נישט אריין צולאזן קליינע קינדער, צוליב נישטיגע תירוצים.
מען מאכט תקנות און פרינציפן און מען שטעלט זיך אויף דעם כאילו דאס איז פון די עשרת הדיברות. ווי עס פארענטפערט זיך פאר מיר א חבר הוועד פון א מוסד: אז פאר א יאהר האבן מיר זיך געלאזט פון פרעשור, אין מיר ליידן. די קינד רעדט פון..... א סעלפון....
מיר דארפן זיך פרעגן פאר מיר מאכן א תקנה:
1. וואלט אברהם אבינו דורך געפיט די תקנת המוסד?
2. וואלט יצחק און יעקב געקענט אריין אין א מוסד, כאטש זיי האבן געהאט אפגעפארענע ברודערס (ישמאל ועשו)?
3. וואלט דוד המלך געקענט אריין אין אונזערע מוסדות, ווען ער שטאמט פון גרים?
4. על סמך פון וועלעכע פארצייטישע גדול האט מען זיל מתיר געוועהן שפיכת דמים און באזייטעגן משפחות נאר צוליב נישטיגע סיבות?
איך גיי פארלייגן 2 מעשיות וואס קאכן זיך יעצט. איך האב מברר די אמת פון די מעשיות:

1. א ווייבל וואס קומט פון א משפחה נישט חסידיש נישט ליטוויש, האט אלס מיידל געזאגט אז זי וויל חתונה האבן מיט א חסידישע בחור. זי האט חתונה געהאט מיט א בעלזער בחור. זי איז געוועהן א אשה כשרה, זי האט זיך געפירט אלעס ווי ביי חסידים. איין חסרון האט זיי געהאט, זי האט געדרייווט כפי שקיבלה מאמה, אזויווי איר מאמע האט זיך געפירט.
ווען זי האט געוואלט שיקן איר טאכטער אין סקול, האט מען איר אפגעזאגט צוליב די חטא פון דרייוון! עס האט נישט געהאלפן קיין טענות ומענות.
זי האט נישט אויסגעהאלטן די rejection זי האט געזאגט אה מען וויל מיר נישט, מה לי לצרה הזאת? זי האט ליידער געגליטשט, און פאר צוויי וואכן האט מען זיך גע'גט!!!!
2. כעין זה קאכט זיך יעצט מיט א אינגערמאן וואס גליטשט צוליב וואס מען וויל נישט אהננעמן זיינע קינדער אין די מוסדות.
רבותי ביי ביידע פעלער, זענען דא טאטעס אין זיידעס און באבעס, וואס בלוטיגט זייער הארץ צוצוקוקן ווי זייער קינדער אדער אייניקלעך גייען צוגרינד.
אזויווי [tag]הוגה[/tag] האט געזאגט אז קיינער ווייסט נישט ווען ער וועט דארפן פעיסן אזא פראבלעם, זיי נישט פון די וואס "מדשתקי שמע מינה דניחא ליה". יעדעס מאהל וואס איר האלט מיט אזא רשעות, זאגט וואס איר האלט, און מיט דעם וועסטו נישט זיין קיין צועק לשעבר.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר