פון פארשלאפן פארטאגס ביז פריקת עול

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

פון פארשלאפן פארטאגס ביז פריקת עול

שליחה דורך בר-כוכבא »

די ישיבות ווארפן זיך מיט בחורים און סאיז נעכטיגע נייעס. פארוואס איז עס אלטע נייעס? ווייל מען רעדט דערפון אזוי פיל ביז די נקודת הכאב ווערט פארלוירן. פארוואס רעדט מען דערפון אזוי פיל? ווייל דער פראבלעם איז אזוי מצוי.

אין מיין ארבעט קומט מיר אויס איינמאל יעדע פאר וואכן צו באזוכן א געוויסן וועירהאוז אין ניו דזשערזי. דארט ארבעט א בחור וואס האט אויף זיך נישט קיין זכר פון אידישקייט און איז א מחלל קלה כבחמורה. איך קען אים נישט און ווען כהאב געהערט פון חבר אז יענער איז זיין בן משפחה און באלאנגט צו א פרומע חסידישע משפחה, איז עס מיר געווען א שאק.
וואס איז מיט אים געשען? ער האט געלערנט אין א געוויסע גרויסע חסידישע ישיבה פאר א יאר. יענע ישיבה באלאנגט צו א גרויסע קהילה וואו מען שלאגט זיך ב"ה, אזוי ווי גענוג און נאך אנדערע קהילות. די ישיבה באלאנגט צו איין צד און די צווייטע צד האט אויך געמאכט א ישיבה, און סאיז זיי געלונגען אפצומאלן זייער ישיבה אז סאיז סך בעסער ווי דעם אלטן (כווייס נישט צי סאיז טאקע בעסער אדער נישט, אבער סאיז זיי געלונגען צו באקומען אזא נאמען). די ערשטע ישיבה המקורית האט באשלאסן זיך צו נעמען ארבעטן אויפן נאמען און האט אנגעהויבן אפזאגן און ארויסווארפן די בחורים וואס מאכן א שלעכטן נאמען פאר די ישיבה. זיי האבן זיך נישט גענומען דוקא צו די שלעכטע, נאר צו די וואס מאכן די ישיבה נישט אויסזען גוט. דער בחור איז געווען איינער פון די קרבנות, און אויפן נעקסטן יאר האט ער באקומען א "לא נתקבל". דער בחור קומט פון א פשוטן שטוב, וואס האט נישט קיין סאך געלט אדער פראטעקציע און דער טאטע האט פאר די ערשטע צוויי וואכן נישט געהאט צו וועם צו רעדן. ווען מען האט ענדליך אים צוריקגערופן האט דער מנהל אים געזאגט אז דער בחור איז נישט געהעריג אויפגעשטאנען פארטאגס, און מען קען אים נישט צוריקנעמען.
נאך צעגערייען און איינלייגן געלט האט דער בחור באקומען רשות צוריקצוקומען אין ישיבה מיט א צאל הגבלות, למשל נישט שלאפן אין דאמיטארי און נאך א פאר אזעלכע זאכן. דער בחור האט אבער נישט געוואלט. ער האט געטענהט אז די הגבלות גייען אים מאכן אויסזען ווי א יוצא דופן און בכלל האט עס אים נישט איבערגעלאזט מיט קיין צייט און מעגליכקייטן צו פארברענגען מיט זיינע חברים. די הנהלה האט זיך אבער נישט געוואלט ברעכן, און דער בחור איז געבליבן אינדערהיים אויף דער ווייל.
דער וואס האט מיר דערציילט די מעשה איז א יונגער יונגערמאן און האט געלערנט אין די זעלבע ישיבה. מיין חבר האט זיך נישט געפוילט אראפגעפארן אין ישיבה אויספרעגן זיינע חברים צו געוואויר ווערן דעם "אמת". ער האט נישט געקענט גלייבן אז פארשלאפן פארטאגס איז טאקע די סיבה פארוואס מען מאכט צרות פאר זיין משפחה מיטגליד. ער איז געווען זיכער אז דא ליגט עפעס טיפער באגראבן, און די הנהלה וויל פשוט נישט מצער זיין דעם טאטן.
דער יונגערמאן איז אראפגעפארן און זיך נאכגעפרעגט און נאכגעפרעגט, אבער ער האט פון יעדן באקומען דעם זעלבן ענטפער: דער בחור איז אן דורכשניטליכער בחור פונקט ווי 70-80 פראצענט פון די ישיבה. ער איז נישט ספעציעל גוט און אויך נישט ספעציעל שלעכט.
בקיצור הדברים: ביז וואס ווען האט די הנהלה באשלאסן אז היות דער בחור האט נישט אנגענומען זייער פארשלאג ביים ערשטן מאל, קען ער שוין בכלל נישט צוריקקומען אין ישיבה, אפילו מיט די הגבלות.

די מעשה איז געשען פארן ווינטער זמן. יענעם פסח האט דער בחור שוין געגעסן חמץ. דורכאויס דעם זומער האט ער אראפגעווארפן דעם לבוש אינאיינעם מיט זיין אידישקייט.

איך שרייב נישט דעם נאמען פון יענע ישיבה נישט ווייל עס קומט זיך זיי נישט, נאר ווייל ביי יענעם קרייז איז יעדע זאך פאליטיק. יעדעס ווארט פליט גראד אריין אין פאליטיק. איך וויל נישט פאליטיזירן און איך וויל אויך נישט אז די אנהענגערס פון יענעם קרייז זאלן אנהייבן דרייען א קאפ אז "עס קען נישט זיין", "עס ליגט עפעס טיפער" וכדומה.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר