בלאט 1 פון 1

מעג מען ארויסווארפן א פארדארבענע בחור?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:27 pm
דורך אדמו״ר
זייער א פארווייטאגטע, אחריות'דיגע, צומישטע טעמע.

וואס טוט א ישיבה/חדר, מיט א בחור/יונגל וואס איז א מושחת, ווען ס'איז קלאר אז ער איז א סכנה פאר אנדערע חברים.
איז טאקע די דעת תורה אז מען דארף אים פארשיקן לעזאזל אבי צו ראטעווען זיינע חברים, אדער דארף מען קוקן וואס וועט זיין מיט זיין עתיד?

ס'איז דא אפאר מעשיות פון סאטמארער רבי, ווי שארף ער איז געווען נישט ארויסציווארפן. פון די אנדערע זייט, קען מען דען דאס אנעמען פאר א כלל אויף איבעראל? צי זענען געווען מיינונגען פון גדולי ישראל אנדערש?

ס'איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צי זיין אינוואלווד אין א קעיס, און ס'געווען פארשידנארטיגע מיינונגען, איך האב נישט געוויסט וואו מיך אהין צו טון. וויל איך הערן די מיינונג פונעם עולם דא, עס זענען זיכער דא דא מער באהאווענטע אין דעם ענין ווי מיר, ותשועה ברוב יועץ.