מוסדות/תקנות קווענקעלנישן (תגובה challenge)

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

מוסדות/תקנות קווענקעלנישן (תגובה challenge)

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]"מוסדות", "תקנות", "רשעות", אט די דריי ווערטער הערט זיך אפט אין איין זאץ. אין דעם פארום גופא איז שוין געשריבן געווארן גאר אסאך איבער דעם ערשיינוג פון ישיבות און בית יעקב'ס ("מיידל סקול" אין אידיש) וואס צוליב זייער אייגן אינטערעס "קלויבן" זיך אויס "גוטע פון שלעכטע" קינדער, אדער גאר "גוטע פון נישט עפעס באזונדער"ע שטיבער, און מיט א לייכטזיניקייט פסקענען זיי דיני נפשות, כאדם העושה בתוך שלו, אן קיין מינדערסטע אחריות פון די תוצאות אין איצטיגען דור, און דורות הבאים! כמעט יעדער דא קען א באקאנטען וואס איז דורך שמונה מדורי גיהנום ביז זיינע קינדער זענען געווארן אנגענומען א מוסד. יעדע פאל באזונדער איז טראגיש, מאן און ווייב (און דאס קינד, אויב ער איז שוין גרויס) ווערן מאראליש צוקלאפט, שלום בית'ן וואקלען זיך. הלמאי גייט דאס אזוי שווער פאר עלטערן וואס ווילן א אידישע חינוך פאר זייערע קינדער, נאכדערצו ווען זיי וואוינען אין אזעליכע גרויסע שטאט ווי בארא פארק, מאנסי, לעיקוואוד, וויליאמסבורג, ערים מלאים חדרים, ישיבות, בתי חינוך?! פארוואס ארויף?!
בכלל פירען זיך די ראשי המוסדות (וואס שנארן געלט פונעם ציבור) ווי בעליבתים אין שטאט, מיטן ארויפצווינגען אזוי-גערופענע תקנות על גבי תקנות, אנגעהויבן פון הנהגת הבית (ווידיאו, ל"ג בעומר פאראדע,), און לבוש פון אלע משפחה מיטגעלידער, ביז אריין אינעם העכסט-פריוואטען לעבן פון מענטש, א שטייגער ווי וואספארא סארט סעלפאון ער האלט אין זיין הויזן טאש, אדער צו דער עקרת-הבית פירט אליינס א קאר (אדער דינגט א היימישער אינגערמאן זאל איר ארומפירען)! שומו שמים! למאי פא*ן נפקא פריקן מינה צו מיין ווייב דרייווט א קאר? טרענספארטעישן צאל איך סייוויי, וועט עס דען ווערן ביליגער אויב מיין ווייב ברענגט די קינדער צום חדר יעדע דא און דארט? קיינמאל.
א שוידערליכע וויי געשריי הערט זיך אין די טעג פון מאנסי, וואו דרייסיג מיידלעך האבן זיך איבערנאכט געפונען אן א סקול! דאס זענען 60 עלטערן! וואס זאג איך דא? 60? זאל עס זיין אפילו נאר איין איינציג מיידל וואס קיין איין מוסד נעמט נישט אריין איז שוין גענוג מכריע צו זיין דעם כף חובה וואס זאל מאכן פון מאנסי א סדום ועמורה! צעקת ריבה אחת! רח"ל. – ס'איז א שטח הפקר, און די ראשי המוסדות זענען פוצה פיהם און מצפצפים אויף אונז אלע.

דאס איז איין זייט. די צווייטע זייט:
לא דובים ולא יער. ס'איז נישטא קיין איין איינציג שומר תורה ומצוות וואס קען אויפהייבן זיינע צעהן הענט און זאגן "קיין איין מוסד וויל נישט אריינעמען מיינע קינדער!". טרעף מיר איינער וואס האט אריינגעשיקט אן אפליקאציע צו אלע פון די דרייסיג, יא, דרייסיג!! חדרים אין בארא פארק, און פון יעדעם איז געקומען די זעלבע תשובה "ניין". אדרבה, איך בין גרייט צו העלפן יענעם (אויסער אויב ער הייסט משה ארי' פרידמאן, נחום ראזענבערג, יאסל וואלדמאן, וכדומה). פאלגענד איז א ליסטע פון תלמוד תורה'ס אין בארא פארק (אן אריינרעכנען חדרים אין פלעטבוש וואס זענען צומאל אפילו נענטער צום הויז).
1. אור משה
2. אלכסנדר
3. באבוב (רב"ץ)
4. באבוב (רמ"ד)
5. באיאן
6. בעלזא
7. גור
8. גן ישראל
9. דרכי חיים
10. וויזניץ – בני ברק
11. וויזניץ – מאנסי
12. וויען
13. חתן סופר
14. מאשלוי
15. מבקשי ה'
16. סאטמאר – (ר"א)
17. סאטאמר – (רז"ל)
18. סטאלין
19. ספינקא
20. סקווירא (ר"ד'ל)
21. סקווירא (ר"?)
22. עץ חיים
23. פאפא
24. צאנז-קלויזענבורג (רש"ד)
25. צאנז (רצ"א)
26. קראסנא
27. קאליש
28. ראחמיסטריווקא
29. תפארת אלימלך

און ס'דא א דריטע זייט:
איך האב א נאנטע ידיד, א גוט הארציג מענטש, וואס איז פירט היינט א מוסד. קלערענדיג אז ס'איז נישט אזוי מסתבר אז יענער איז נהפך געווארן פאר אן איש מושחת, האב איך באשטעלט ביי אים א מיטונג. נאך איידער איך האב פארגעלייגט מיינע "טענות", פתח ואמר:
"דאס ערשטע כלל אין חינוך – בנוגע די מוסד/עלטערן – איז, אז די קינדער באקומען נישט קיין פארקערטע הוראות אינדערהיים ווי אין חדר. אויב די מלמד, מורה, זאגט איין זאך און די עלטערן זאגן א צווייטע זאך, איז עס דאס ערגסטע חינוך וואס א קינד קען באקומען.
יעצט אזוי, אין אונזער תלמוד תורה, פרעידיגען די מלמדים קעגען "מאדערנקייט", און דאס איז כולל פון שפיציגע שיך און געפיצטע בערד, ביז פארעקלן ליפא'ס טעיפס און שבת-האטעלס; די טיטשערס וועלן חוזק'ן פון "רעסטעראנט" עסער'ס און פון פלארידע געשווימעכץ, ביז קאלירטע זאקען און גע'בלאש'טע פנימער. – ממילא, ווען אונז שרייבן די אויבנדערמאנטע זאכן אין די "תקנות", איז דאס נישט געצילט פון אונז צו אייך, כאילו אונז נעמען דיך – וואס פארט קיין פלארידע און פארבט איר נעגל – נישט אריין אין אונזער מוסד, נאר פונקט פארקערט, ס'איז פאר אייך א וויכטיג שטיקל אינפארמאציע אז איר זאלט וויסן זיין נישט צו וועלען שיקן אייערע קינדער צו אונז! פארשטאנען?
אלזא, דו קענסט זיך טענה'נען אז די דערמאנטע חינוך ווירדען זענען הוילע נארישקייטן, און ביסט בארעכטיגט צו פרעגן פארוואס אין די וועלט זאל א מלמד, טיטשער, רעדן פון די זאכן? לערען מיט זיי תורה, מידות טובות, דרך ארץ, יראת שמים וכו' – דאס איז שוין א שמועס פאר זיך, לאמיר דאס איבערלאזן פאר א צווייטמאל, אבער אין קורצען געזאגט: ס'איז למעשה דא א שיינע צאל עלטערן וואס ווילן דווקא יא זייערע קינדער זאלן באקומען אזא סארט חינוך, עכ"פ ענדליך צו דעם, און מיר שטעלן צו וואס מ'באשטעלט. ס'איז יתכן אז ס'איז נישטא גענוג עלטערן וואס האלטן ווי אייך אז ס'זאל זיך לוינען פאר פלוני ופלוני צו מייסד זיין אזא סארט מוסד (אדער עכ"פ מיינט ר' פלוני אז ס'איז נישטא גענוג פון די סארט).
בכל אופן. "תקנות" זענען נישט מער ווי א מודעה פארן פאבליק: זייט וויסן אז דאס און דאס זענען גאר וויכטיגע values אין אונזער חינוך סיסטעם. אויב אייערע קינדער זעהן דאס פארקערטע אינדערהיים, איז אונזער מוסדות נישט פאר אייך, אפילו נישט בדיעבד. – עד כאן דבריו, ולווה אותי עד החוצה.

און צום לעצט, די פערטע זייט:
ס'איז אנגענומען (אפשר נישט ריכטיג) אז א מוסד קען זיך נישט האלטן פון שכר-לימוד אליינס. דאס ברעגט אז די מוסד זוכט זיך צו שאפן א "נאמען", וואס וועט זיי ביישטיין צום רעכטן האנט בכל עת מצוא. – א גרויסע עושר וויל איינשרייבן זיין קינד, זאגט מען אז ס'איז נישט דא קיין פלאץ "אדרבה, שאף מיר א בנין און איך נעם אריין דיין זוהן גערען...". און, גלייב עס אדער נישט, ס'העלפט! געיטסהעד ישיבה האט באקומען מיליאנען פון יונתן שטראססער ווען זיי האבן אפגעזאגט זיינס א נעפיו צוליב ענג פלאץ אין ישיבה. מער אפט מאכט זיך אז מ'פארלאנגט פונעם עושר העכערע שכר לימוד, א זאך וואס מ'קען נישט פארלאנגען אויב ער קען באקומען די זעלבע זאך פאר ביליגער.
"ענג פלאץ" שאפט זיך נאר וואס מ'האט א נאמען. אוודאי געוויס אז על פי רוב איז א "נאמען" פונקט אזוי אמת ווי א "חתן" מיט א גוטע נאמען. צווישען מיר און דיר ס'איז באלל-טיש. אבער אין אונזער עולם השקר דארף מיך זיך בויען מיט שקר (פאר 1000 וועט דער רבי אליינס אריינשרייבן אין א תהילים פצצצצ. אפילו בשקר שבתוך השקר בוודאי גם שם נמצא כסף הרבה). גיי זיי מתקן די וועלט. "התאחדות" "נירבאטור" זענען אריינגעבאקענע נעמען אלץ א גוטע הכשר, וויפיל ערשט-האנטיגע מעשיות ס'אלץ דא אויף זיי, וועט קיין איין מוסד נישט אהיימשיקען א צעטל אז מ'קען נישט ברענגן קיין התאחדות/נירבאטור נאש, אבער ר' עמרם ראטה, זאל ער האבן משגיח תמידי'ס אין יעדע פלאץ, וועט זיין נאמען בלייבן (שלא ביושר) "עמרם ראטה". ווייל די גאס האט אזוי מחליט געווען. די "גאס" האלט אז בית-דין איז משוחד געווארן צו פסק'נען לטובת 48. איי ס'גאר יתכן אז ס'דא גארבע דיקע פאקטן אויף וואס די פסק איז געבויט, בכל זאת, עולם גולם קייט איבער וואס יענער זאגט איז ס'ווערט א "פאקט", והראיה, "יעדער" זאגט אזוי.
נישט נאר "געלט" וואקסט אויף א גוטע נאמען, נאר אויך "קינדער", אינגעלך, בחורים און מיידלעך, שרייבן זיך איין דוקא אין א געוויסע מוסד צוליב די גוטע נאמען וואס דער מוסד האט (און דורך דעם משפיע זיין די גוטע נאמען צוריק אויף זיך זעלבס). איינע פון די מזיקים פון א גוטע נאמען איז ווען אן אויסגערופענע "באם און באמטע" שיקן זייערע קינדער צו יענע מוסד. דער מנהל זעהט זיך מיט א פרשת-דרכים זאל איך אריינעמען דער ליידיגייערס מיידל און פארלירען די מער סטאבליע באשיידנדע משפחות, און ככלות הכל פארשפארן די מוסד, אדער זאל איך זיין א רשע לפני המקום לשעה אחת (כאילו די מיידל וועט בלייבן אויפן גאס), כדי מיין עתיד זאל זיין לייכטער. – איר קענט אים פארשטיין אויב מאכט ער אפ דאס לעצטע? איך מיין אז מ'קען.
א: זאג נאר, סאטמאר, מונקאטש, אור משה, האבן דיר נישט אנגענומען? האסט פראבירט מאשלוי?
ב: וואס?! איז זאל שיקן קיין מאשלוי?! ביסט אויפן קאפ געפאלען?
א: העי, האלט זיך קאלט, וואס איז די פראבלעם מיט מאשלוי?
ב: מאשלוי? א נארישע חדר, ווער שיקט דארט?
ווען אין פאקט, פרעגט אייך נאך און צייגט אייך איבער, די לערנען-סטאנדערט פון מאשלוי שטייגט איבער פי כמה אנדערע "חשובע" חדרים ווי אלטע מלמדים וואס מ'קען פשוט נישט אפזאגן טוהן גארנישט מיטן טאג, שוויצען אין די זעלבע צייט גאר געלאנגענע יונגע מלמדים און גיבן איבער "תורת חיים" פאר יעדען קינד מיט א פרעזענדליכע ווארימקייט געפיל וואס איז שווער צו טרעפן אין די גרויסע פארבריקען.
און יא. דא, און טאקע דא שטעקט די פארבלעם. אנשטאט שטיין און האקן אויף "אלכסנדר", הייב און לויב אויס "נהרדעא"! שטיץ די ישיבה און מאך אים דעם "נאמען", פארצייל פאר יעדעם אז "נהרדעא" איז די עתיד. הרב גיפס איז א ריכטיגע משכמו ולמעלה און מעורב בין הבריות אויף איינמאל, חסידיש אבער נישט קיין שוטה. ער איז רב אין רעגילמעסיגע נישט קיין פארפרומטע קהילה. זיין ווייב גייט מיט א שייטל, און ער קלויבט נישט קיין מצוינים. יעדע בחור וואס פארהערט זיך 5 בלאט פון די מסכת וואס ער לערנט יעצט, איז אנגענומען.
נעה, ער האט קוים 30 בחורים, ווער שיקט דארט..? מ'גייט נישט קיין חאלטען דארט.. וכהנה אזעלכע קורח טענות – וויסן זאלסטו אז די סארט שמועות ווירקען אויף אנדערע זאלן טוהן משוגענע זאכן כדי צו בויען זייער נאמען! און שוואכט אפ גוטע מענטשען וואס ווילן בויען מוסדות'ן לתועלת הכלל. סאו טראכט וואס דו טוסט. קלאפ נישט די אויפגעבלאזנע, נאר הייב אויף די שטילע.

אפשר איז גאר דא א פינפטע זייט:
איר ווייסט אפשר אז אין שכינות'דיגן לעיקוואוד זענען "רבנים", אדער בעסער געזאגט א "משגיח" (וואס זיצט נישט אפיציעל אויף סייוואספארא שטאטישע אמט) בכוח צו צווינגען די בית-יעקב'ס נישט אויפצומאכן די סקול אנהייב שנת הלימודים ווילאנג ס'דא א לעיקוואוד'ע מיידל וואס איז נאכנישט פלאצירט אין א מסגרת חינוך? האט איר געוואוסט דערפון? איז אפשר לוינט זיך יא אז א שטאט זאל פארמאגן עפעס א תורה'דיגע כוח, וואס יעדער הארכט און פאלגט? אפשר לוינט זיך צו פארקוקען אויף די שרעקליכע גזירות וואס די רבנים קראצען אפיר יעדע בה"ב, און אף-על-פי-כן זיך מכניע זיין אונטער זיי, זיי שעצן, און מאכן "גרויס", כדי זייער "גרויסקייט" זאל צוניץ קומען ווען 311 איז הילף-לאז? אפשר ווען אין בארא פארק וואלט געווען א "וועד הרבנים" וואס: הייסט פארמאכן אידישע convenience געשעפטן נאך 1'זע פארטאגס; טיילט איין דעם גוי'שע נייעס-קיוסק וואס ער מעג יא און נישט פארקויפן; לייגט אין חרם א געוויסע פרוי טארפיסט; וואלטן זיי געהאט בכוח צו צווינגען אהרן וועלץ און נחום קליין וואס צו טוהן? אפשר. איך ווייס נישט, איך פרעג נאר.
--
מיין פריוואטע דעה אין דעם איז ס'דארף זיין א וועב-זייטל ווי יעדע מוסד'ס "אלע" אינפארמעישן איז ארויפגעלייגט. א ליסטע פון יעדע מוסד אין זייערע about us, און תקנות, "וואס עלטערן זאגן וועגן אונז".
א באזוכער זאל קענען זעהן פונקטליך וויפיל קלאסן די מוסד פארמאגט, וויפיל פלאץ אין א קלאס, ווער זענען די מנהלים, מלמדים, טיטשער'ס, קעכער'ס, א.א.וו. וויפיל איז שכר לימוד, וכו'. ווער זענען די "וועד"? צו וועם קען מען רעדן?
באזוכער זאלן קענען אויך שרייבן קאמענטס און הערות אויף די מוסד. (מ'דארף ווערן באשטעטיגט דורך א באריסטא אז מ'שוקט טאקע אין יענע מוסד). כדי עלטערן זאלן וויסן: שיקסט קיין קראסנא, מאך זיכער אז דו האסט טעקסט-מעסעדש סערוויס, ווייל זיי מעלדן וויכטיגע הודעות דורך דעם, און נישט דורך א האט-ליין'ס. שיקסט קיין פאפא? זיי וויסן אז יעדע'ס מאל ס'דא א חתונה אין וויליאמסבורג, קומט מען אהיים פריער, און מארגן הייבט מען אן שפעטער. און אז דו ווילסט רעדן צו איינעם אין אפיס פריוואט מוזט איר אראפפארן קיין וויליאמסבורג. שיקסט קיין סאטאמר? זיי וויסן אז כ"א כסלו דארף מען קומען מיט א ווייסע העמד אפילו אויב ס'איז זונטאג. קענסט נישט האבן קיין טענות, מ'האט אייך דאס פאראויסגעמאלדן.
דער וועב זייטל זאל אויך דינען פאר עלטערן וואס ווילן זיך צוזאמנעמען און עפענען א נייע מוסד וכו'. – בקיצור, אויפהערן מיט די "מ", "יענער", "דר'עולם", און ארויפברענגן אויפן טיש עכטע פנימ'ער און עכטע פאקטן.
---
איך נאמיניר אונזער באקאנטע שארפע [tag]כוכב[/tag] צו שרייבן – אין די קומענדיגע 24 שעה - זיין כלליות'דיג מיינונג אין דעם ענין. [/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר