וואו איז אונזער פאבליק סקול סיסטעם?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8364 מאל

וואו איז אונזער פאבליק סקול סיסטעם?

שליחה דורך יאיר »

ווען די גמרא איז דן איבער מצוות בני נח, איז איינער פון די שטערקסטע יסודות דער כלל פון, "מי איכא מידי דלישראל שרי ולבני נח אסור?" הפנים, די אמוראים האבן פארשטאנען אז אויב עס ווערט באשטעטיגט אז דער בן נח דארף נזהר זיין אין אן ענין, איז א כל שכן אז דער איד, וועלכער באטראכט זיך אלס דער עם הנבחר דארף נזהר זיין דערין.
געווען אמאל א צייט ווען אידן זענען געזעסן צווישן פראי אדם, אנאלפאבעטן און רוצחים. ארומגענומען מיט פעלקער וואס אויסער האקן קעפ און אייננעמען לענדער האבן זיי גארנישט געקענט. דאן האט גאט באפוילן די אידן ושננתם לבניך ודברת בם. לערן מיט דיין זון, גיב אים אן עדיוקעישאן, גיב אים צו פארשטיין ער זאל פינאנדערשטיין את הטוב ואת הרע, את החיים ואת המות, אזוי וועסטו אויפציען נארמאלע דורות און האבן א ציוויליזאציע.
געווען אמאל א צייט ווען עס זענען געווען מהומות ביי כלל ישראל, די אריסטאקראטישע בעלי בתים פון פאלק בשותפות מיט די רוימער האבן אונטערדריקט דעם המון עם, האט הכהן הגדול מאחיו יהושע בן גמלא ארומגעוואנדערט אין די גאסן און זיך געזארגט מען זאל אויפשטעלן חדרים פאר אידישע קינדער, זיכער מאכן אז דער אידישער חינוך בלייבט לעבן.
געווען אמאל א צייט ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן, אידן זענען געווען דערשלאגן און דער'הרג'עט, איז ר' יוחנן בן זכאי געגאנגען און אויפגעשטעלט יבנה וחכמיה און זיכער געמאכט אז תלמידי חכמים זיצן און זענען עוסק אין תורה.
געווען אמאל א צייט ווען אידן זענען געווען בשפל המצב, מען האט געהאלטן ביי נשתכחה תורה מישראל חלילה. איז רבי חייא ארומגעגאנגען, געשריבן ספרי תורה, און געלערנט תורה מיט אידישע קינדער און אויפגעשטעלט א פרישע דור פון אידן וועלכע האבן געליינט און געלערנט און זיך מדבק געווען מיט געטליכע ווערטער.
ווען רוב וועלט איז נאך געווען אנאלפאבעטן, האבן מיר פארשטאנען אז לערנען מיט קינדער איז א לעבנסוויכטיגע נויט.
געקומען איז א צייט ווען די גאנצע מערב וועלט האט דאס אויך איינגעזען, מען האט אנגעהויבן שרייבן ביכער, מאכן קלוגער מענטשן, און מען האט איינגעזען אז גיבן א עדיוקעישאן פאר א קינד איז פונקט אזוי וויכטיג ווי ברויט צו עסן און וואסער צו טרינקען.
געקומען איז א צייט ווען אין רוב מערב וועלט לענדער קען יעדעס קינד, אדער דער אחראי אויפ'ן קינד, אריינשפאצירן אין סיי וועלכע שולע אין אמעריקע, און אים לאזן דארט און ארויסשפאצירן. דער שולע וועט זיך אפגעבן מיט דעם קינד אין וועלכן מצב ער זאל זיין, פון וועלכע אפשטאם ער זאל קומען, בחינם אין כסף. דאס געלט דארפן צושטעלן די עשירי העם און די אלגעמיינע ארבעטער.
אזוי אויך איז געקומען א צייט וואס ביים פאלק וואס האט צום ערשט אריינגעברענגט די וויכטיגקייט פון חינוך און לימוד אין די וועלט, איז אויפגעשטאנען ריזיגע קהילות פון אידן, וועלכע ערלויבן זיך צו זאגן דעות וועלכעס קינד איז ראוי צו לערנען מיט אים גאט'ס ווערטער און וועלכער נישט.
און מיר האבן גאנצע דיונים צו זיי מעגן יא צו זיי מעגן נישט.
וואו איז אונזער חדר וואו א טאטע קען אנקאלן דעם מנהל מיט א בלעכענעם פנים, און זאגן, "נעם מיין קינד, איך האב נישט קיין פרוטה צו באצאלן" און אראפלייגן דעם טעלעפאן?
וואו איז אונזער חדר וואו דאס קינד פון גע'גט'ע עלטערן און אפגעפארענע מאמע קען אריינשפאצירן און זאגן, "איך וויל לערנען בראשית ברא אלקים"?
וואו איז אונזער חדר וואס אנערקענט אז יעדעס איינציג קינד פארדינט זיך א פלאץ, מיט חברים און מלמדים, זיך צו געפינען דורכ'ן טאג?
וואו איז אונזער יהושע בן גמלא?
וואו איז אונזער ר' חייא?
וואו איז אונזער ר' יוחנן בן זכאי?
וואו איז אונזער פאבליק סקול סיסטעם?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר