"למעשה" #2 אנאלטער בחור!

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3087
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

"למעשה" #2 אנאלטער בחור!

שליחה דורך מאטי »

אונזער סיסטעם (אוי!  שוין ווייטער דעם מיאוס'ע ווארט) האט אויף איר קאנטע א שלל פון "גוגל-סוירטש-פרייע" טערמינען וואס קלעבט אויף אונזער ציבור ווי ארבעס צו די... (נע! וואס עפעס? ליימעביענס צום דאך). וויקיפידיע איז דערווייל נאכנישט אנגעקומען מגדיר צו זיין טערמינען א שטייגער ווי: שטאפן-היט  ווס "פלאכע-היט מאטעריאל,  באשוי, שפיצל-לעידי, כאפצעם, וכדומה. דאס זענען היימיש-האטשענדירענדע  ניואנסעס וואס פארנעמט נישט קיין ארט (דערווייל) אינעם אפיציעלן פלאץ ווי טערמינען ווערן דעפינירט.

איינע פון די טרויעריגסטע היימישע טערמינען וואס "אונזער סיסטעם"  ג'ענערירט מיט אינפלאציע איז דער מושג; אנאלטער-בחור! אנאלטער בחור האט נישט קיין פלאץ אינעם טעגליכן הו הא, ער האט נישט קיין אפיציעלע פליכטן מיט וואס צו באשעפטיגן דעם טאג. ס'איז נישט פארהאן קיין מאנופעסטאציע/פראגראם/סדר היום פאר "אנאלטער בחור".

אפיציעל ענדיגט זיך די ישיבה יארגאנג ביי "אכטצן און א דריי-פערטל." אויפן הייסן מארקעט איז מען; צווישן אכטצן און דריי חדשים, ביז ניינצן און צוויי חדשים,  לא פחות ולא יותר "בדיוק גמור" (נישט ח"ו פארמישן מיטן "בדיוק" פון חתונה בריוולעך און מלווה מלכה'ס). אונטער אכטצן און דריי חדשים איז דא א מקום לחשוש "פארוואס עפעס אזוי פרי? ער איז דאך קוים אכטצן, וואס איז די איילעניש, מסתם זוכן זיי אים צו פטר'ן ווייל זיי האבן פיטער אויפן קאפ, עפעס מוז דא זיין דא נישט אין ארדענונג. די זעלבע ווען דער מדובר איז שוין איבער ניינצן און דריי חדשים, "פארוואס איז אים נישט געגאנגען עד כה, הא? דער שדכן האט א תירוץ דערויף? ער דרייט מיטן צונג."   

איז אזוי, אזא איינער וואס זיין מזל האט אים פונקט נישט געשפילט פאזעטיוו במשך די קריטישע עלף חדשים, ווערט אינגאנצן פארוואגעלט  און פארוועלקט, מ'קלאסיציפירט אים ווי עפעס א "יו-עף-או אין א לאבאטאריע, ווי א קרפף יותר מבית סאתיים שלא הוקף לדירה. טאטע מאמע ווערן צובראכן, זיי שפירן אין דעם ווי אן  אפשפיגלונג אויף זייער אייגענעם שטאנד אין די אויגן פון אנדערע. באשולדיגונגען הייבן אן פליען אין אלע ריכטונגען, אלע זענען פארווייטיגט און שפירן זיך שולדיג איבערן מצב.

די עצה ארויסצוקריכן דערפון איז פשוט נישט אריינצוקריכן דערין.

דער עכטער אמת איז דאך טאקע אזוי, א אינגער טוטער פון אכטצן אהאלב איז נישט דאס בעסטע אידעאל צו קלייבן שידוכים. עלטערן דארפן זיך חזר'ן כסדר; "ס'גייט מיר בכלל נישט אן דעם יארגאנג פון ווען מיין קינד גייט צום מזל אונטער די חופה," נו ווערט ער עלטער, איז וואס, די טשאנסן אז דיין קינד זאל ח"ו בלייבן א גלמוד איז נאענט צו זערא.

איינמאל די עלטערן זענען איבערצייגט אז די גאנצע פראבלעם איז א פאפירענע טיגער, איז צייט זיי זאלן אנהייבן פרעגלן אין די קינדער דעם זעלבן צוגאנג, נאך אפילו אין די אינגערע יארן. האלטן אין איין זאגן צו די קינדער וואס איר האלט, אזוי מסיח לפי תומו, וועגן דעם ענין. דעמאנסטרירט זיי דעם פאקט אז ווי עלטער מ'איז, איז מען אסאך מער רייף אויסצוקלייבן א לעבנס באגלייטער.

ווען דאס קינד איז שוין - נעבעך נעבעך - אנגעקומען אין די "פינסטערע" יארן, לאזט אים נישט ווערן צובראכן, בארואיגט אים אז ס'איז בכלל נישט זיין שולד, ס'איז בעצם נישטא קיין שום סבה פאר "שולד" ס'האט בעצם גארנישט פאסירט! ער איז א הומאן-ביאונג מיט א צלם אלקים אפילו רוב פון זיינע חברים זענען שוין "צוכאפט/פארכאפט" געווארן. באאיינפלוסט אים צו טרעפן א זשאב, אויב איז ער נאך אנגעוויזן אויף אייער יוריסדיקציע, פארשטייט זיך, דאס איז ביי יעדן קינד אנדערש. אויב איר זעט אז ער האט געקליבן א מהלך פון זעלבסטשטענדיגקייט, דאן לאזט אים גיין זיין אייגן וועג, ס'איז צייט איבערצוגעבן די לייצעס ווי ס'שווער ס'זאל נאר נישט אנקומען. אויב איז ער געקנאטן פון אזא טייג איז פאסיג אים צו שטופן ער זאל זיך לערנען "א פאך" ווילאנג זיינע הוצאות זענען נאכנישט ווי אויף הייוון.

צום שלוס: א קליינע אילוסטראציע וואס ווארפט א ליכט אויפן אבסורד און לעכערליכקייט פונעם טערמין "אנאלטער בחור."

מ'טראגט עימיצען אן א בחור, די ערשטע שאלה איז "ווי לערנט ער?" אויב איז דער תירוץ, "ער האט א פיינעם זשאב, פארדינט שיין." ווערט דער יעניגער באליידיגט און שוימט "ווי שעמסטו דיך נישט אנצוטראגן פאר מיין טאכטער אזא ליידיגייער!"

אבער אין פאל ס'רעדט זיך גאר פון א גרוש פאר א גרושה - קען זיין אפילו דעם זעלבן עלטער ווי דער פריערדיגער בחור - איז די ערשטע שאלה "ווי ארבייט ער? פארדינט שיין?" אויב קומט אן ענטפער "ער זיצט נאך אין כולל און מוטשעט זיך" וועט דער אנטווארט זיין " דו שעמסט דיך נישט אנצטראגן מיין טאכטער עפעס א לא לנו?"

גיי פארשטיי ווי אזוי עסן פיקלס ביי זיבן שבע ברכות'ער דרייט איבער א נושא מקצה אל קצה .
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר