למעשה #8: חינוך פאר אונזערע קינדער אין דעם דור פון אינטערנעט

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

למעשה #8: חינוך פאר אונזערע קינדער אין דעם דור פון אינטערנעט

שליחה דורך שיטה מקובצת »

אידישע טאטעס און מאמעס האבן שלאפלאזע נעכט. זיי זענען פארשמאכט און פאר'דאגה'ט מה יולד יום. מיר ווייסן די שרעקליכע תוצאות וואס די אינטערנעט האט שוין געברענגט אויף אומצאליגע בחורים, מיידלעך, פרויען און יונגעלייט, און מיר ווייסן גוט איבער די מגיפה פון OTD'ס וואס ווערט ליידער מער און מער. די יושבי חושך, מיט זייער אומענדליכע בלינדקייט, פירן א מערכה קעגן דעם אינטערנעט, דעם געוואלדיגען ערפינדונג וואס דער רבוש"ע האט אונז געשאנקען, און מיינען נעבעך אז דאס וועט ראטעווען זייערע דורות.

דערווייל הערט מען יעדן טאג פרישע מעשיות פון מענטשן וואס פארלאזן דעם דרך, בחורים וואס פאלן אוועק, מיידלעך וואס גייען צום שאול תחתית. מ'הערט מער און מער פון גאר גוטע קינדער, עילויים און בני עלי', וואס לאזן איבער די תורה און די דרך התורה, און גייען אוועק צו טרעפן סיפוק אין די שוא ושקר פון וויסענשאפט. לעצטענס הערט מען שוין פון גאנצע משפחות, מאן ווייב און קינדער, וואס לאזן איבער דעם חרד'ישן דרך פון איין טאג צום צווייטן ר"ל.

די מערכה קעגן די אינטערנעט טוהט אפשר אויף אויף תמימים וואס וואלטן סיי ווי נישט נתרשם געווארן פון דעם אינטערנעט. די וואס האבן א יצר צו זינדיגן קומען סיי ווי אהן צו די שמוציגע חלקים פון דעם אינטערנעט, און די וואס דער רבוש"ע האט זיי באשאנקען מיט די ברכה פון נייגעריגקייט און חשק צו וויסן דעת און חכמה קומען אויך אהן. דאס אז די יושבי חושך פירן אונז אין תהום אריין, מיינט נישט אז מיר דארפן וויליגערהייט גיין כצאן לטבח – מיר דארפן משנס זיין מתניים און זעהן וואס מיר קענען טוהן צו העלפן אונזערע דורות. וואס קענען מיר טוהן אז אונזערע דורות זאלן בלייבן ביים ערליכן דרך, און ווי אזוי דארף אונזער חינוך אויסזעהן אין ליכט פון די לעצטיגע אנטוויקלונגען אין עולם הטעכנאלאגיע.

ווי די למעשה פראיעקט איז אוועקגעשטעלט, רעד איך נישט וואס די רבנים "וואלטן" געדארפט טוהן, ווי אזוי די מוסדות וואלטן געדארפט היינט אויסשטעלן דעם חינוך. ווי אזוי מ'וואלט זיך געדארפט באציען צום אינטערנעט, און וויאזוי מ'וואלט געדארפט מחנך זיין וועגן דעם אינטערנעט. כ'רעד דייקא וואס יעדע טאטע און מאמע קען טוהן ביי זיך אינדערהיים צו העלפן די קינדער אויסוואקסן על דרך התורה והיראה, לויט ווי די מצב איז כהיום.


לאמיר זעהן די דריי עיקר פראבלעמען וואס דער אינטערנעט ברענגט:

1. עס עפענט אויף דעם קינד צו קושיות אויף אידישקייט. עס איז נישט נאר די קושיות וואס קענען מאכן א חורבן אין א קינד וואס איז נישט געהעריג מחונך און טרענירט אין אידישקייט, נאר דעם עצם מושג אז מ'קען רעדן פון אידישקייט אין טערמינען פון קושיות און תירוצים, אז מ'קען נוצן שכל ביים אנאליזירן אידישקייט, קען אויך זיין א חורבן פאר איינער וואס איז אויפגעוואקסן מיט בלינדקייט אז "מיר גלייבן." פינטעל. אהן קיין שום חינוך אין אידישקייט. בקיצור, די ערשטע פראבלעם איז אז דער אינטערנעט צושטויסט די יסודות הדת.

2. די אינטערנעט געט פאר'ן קינד א נייע פערספעקטיוו. נישט אלעס וואס איך האב אייביג געמיינט אז עס איז אסור איז טאקע אסור, נישט אלעס וואס איך האב אייביג געמיינט אז עס איז מותר איז טאקע מותר. ער ווערט געוואר אז גאנצעטע זאכן וואס ער האט געמיינט אז זיי זענען יסודות פון אידישקייט זענען גאנץ שוואכע זאכן. וואס ער האט געמיינט אז ס'איז א דרבנן איז גאר א דאורייתא, וואס ער האט געמיינט אז עס איז א מנהג איז א דרבנן, וואס ער האט געמיינט אז עס איז א דאורייתא איז ניטאמאל קיין מנהג, וואס ער האט געמיינט אז עס איז א מסורה איז ערפינדן געווארן דרייסיג יאר צוריק, וואס ער האט געמיינט אז ס'איז מותר לכתחילה איז גאר אסור מדינא דשלחן ערוך, וכו' וכו'. בקיצור, די צווייטער פראבלעם איז אז דער אינטערנעט ברענגט פרישע אינפארמאציע וואס קען שרעקליך צומישן.

3. מיט די אלע אינפארמאציע וואס מ'זעהט אויף די אינטערנעט קומען אונזערע קינדער אמאל צו צו אנדערע מסקנות ווי אונז. אפשר וויל ער טוישן חסידות, אפשר וויל ער ווערן א ליטוואק, ער וויל אננעמען א פרישע חומרא, א קולא וואס ער האט קיינמאל נישט געזעהן ביי זיינע עלטערן. די דריטע פראבלעם איז אז דער אינטערנעט קען ברענגען אנגעצויגנקייט צווישן קינדער און עלטערן און מאן און ווייב. אנגעצויגנקייט וואס קען צומאל פירן צו שרעקליכע תוצאות ברוחניות ובגשמיות.

לאמיר צוערשט רעדן וועגן די ערשטע פראבלעם אז דער אינטערנעט צושטויסט אלע יסודות פון אמונה דורך דעם וואס מ'ווערט געוואר אז מ'קען פרעגן, און מ'זעהט פשוט'ע קושיות וואס מ'איז קיינמאל נישט געלערענט געווארן ווי אזוי א געזונטער ערליכער איד אנאליזירט זיי.

ליידער איז די הויפט יסוד פון אידישקייט בדיוטא התחתונה. מ'רעדט פון די א' ב' פון אמונה נאר אויף צוויי גאר שלעכטע וועגן. איינס איז מיט'ן אפמורמלען די י"ג עקרים נאכ'ן דאווענען – אן ארויסהאבן דעם ענין, און אן אפלערנען כאטש אזוי טיף ווי א שטיקל קצות וואס איז נוגע א שיטת התוס' אין כיצד הרגל וועגן א לול של תרנגולים. די צווייטע שרעקליכע וועג ווי אזוי מ'לערענט אמונה איז דורך איבערגעבן פאר די קינדער די יסוד פון אידישקייט אין איין קליינע זאץ: "מיר גלייבן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט." פינטעל. און נישט סתם א פינטעל, נאר א ריזיגע פינטעל וואס איז א חומת המבדיל און לאזט נישט א קינד'ס און א בחור'ס און א יונגערמאן'ס מח אנטוויקלען א ערוואקסענע פארשטאנד אין דעם גרעסטן און הייליגסטן יסוד פון אידישקייט.

די ערשטע למעשה'דיגע נקודה איז: רעדן וועגן אמונה. מ'דארף רעדן און רעדן און מאריך זיין אז מיר גלייבן, ווי אזוי מיר גלייבן, און פארוואס מיר גלייבן. יא, יא, כ'ווייס אז עס איז שווער. דער ליינער טראכט ביי זיך אז ער האט נישט קיין מושג ווי אזוי צו רעדן פון די זאכן, ווייל ער אליין ווייסט נישט. הוא אשר דברנו! זעה אז דיין קינד זאל נישט אזוי אויסזעהן ווען ער וועט זיין עלטער, זעה אז ער זאל זיין א אמת'ער איד, מיט שכל און פארשטאנד. זעה אז דיין קינד זאל קענען מקיים זיין גרינגערהייט דעם למען אשר יצוה את בניו וביתו אחריו ושמרו את דרך ה'. ליידער, צוליב דעם מצב ווי מיר געפינען זיך, איז פאר טייל פון אונז שווער דאס צו טוהן. די פריערדיגע דור האט נעבעך געמיינט אז זיי וועלן האלטן די דורות ביי אידישקייט דורך בלינדקייט. ליידער זעהט מען היינט די פירות, ווי די רגע וואס די בלינדקייט ווערט געעפענט, מ'זעצט זיך אביסעל צום אינטערנעט, פארלירט מען די גאנצע אידישקייט. אבער די עצה איז אז מ'דארף זיך זעצן לערנען. ליין די ספרים קדושים וואס רעדן וועגן אמונה, סיי די פריערדיגע ווי חובת הלבבות, ספר הכוזרי, ספר העקרים, און סיי די היינטיגע ווי די ספרים הק' פון מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל, די ספרים פון הרב נויגרשל, הרב לארענץ קעלעמען, וכו'. באזונדער איז כדאי צו דערמאנען דעם הערליכן ספר Beyond a reasonable doubt פון הרב שמואל וואלדמאן, וואס איז געשריבן מיט א הערליכע גרינגע שפראך, און צעלייגט די יסודות פון אמונה אויף קליינגעלט עפ"י דרכו פון רבי אביגדור ז"ל.

זיך אן עצה צו געבן מיט די צווייטע פראבלעם דארף מען כסדר חזר'ן און לערנען מיט די קינדער וואס איז א דאורייתא, עקרים, דרבנן, גזירה, סייג, מנהג, קבלה, מסורה, חסידות, אינדערהיים, סאסייעטי, משוגעת, וכו'. א קינד דארף וויסן דעם חילוק צווישן דעם חיוב צו גיסן נעגל וואסער (חסידות), און די חיוב צו גיסן נעגל וואסער ביים בעט (הלכה עפ"י קבלה). און די חיוב פון נעגל וואסער דארף מען אויך וויסן איז שוואכער ווי אנדערע דינים, וויבאלד עס איז מיוסד אויף קבלה. א קינד דארף וויסן די חילוק צווישן די דין פון ווארטן א האלבע שעה צווישן מילכיג און פליישיג (מנהג בלי מקור), און ווארטן זעקס שעה צווישן פליישיג און מילעכיג (מנהג שמקורו ברמ"א). און די מנהג צו ווארטן זעקס שעה צווישן פליישיג און מילכיג איז אויך שוואכער ווי קלארע הלכות אין שו"ע. מ'דארף געבן א קינד א געפיל וואס זאל אים באגלייטן זיין גאנץ לעבן אז מ'האט אים קיינמאל נישט געזוכט אריינצונארן מיט חומרות און מילי דחסידות. ער האט אייביג געוויסט וואס יעדע זאך איז, און פארשטאנען די "סולם הנחיצות", וואס איז די מערסטע וויכטיג, און וואס איז נישט געפערליך אז מ'איז נישט מקיים.

זיך אן עצה צו געבן מיט די דריטע פראבלעם דארף מען פון קליינווייז אהן געבן די מעסעדזש פאר די קינדער אז מ'ערווארט נישט אז זיי זאלן זיין קאפיס פון זייערע עלטערן. מ'דארף ביי זיך אין שטוב אויסרייסן די מידה נוראה ומושחתת אז קינדער דארפן נאכטאנצן זייערע עלטערן מיט אלעם. קינדער דארפן פילן אז די עלטערן ווילן אז זיי זאלן אויסוואקסן ווי אזוי זיי שפירן זיך באקוועם, און וועלן זיי ליב האבן אפילו אויב זיי מאכן שינויים אין זייער לעבן. א קינד טאר קיינמאל נישט פילן אז ער קען נישט לייגן זיינע ציצית אונטער זיין העמד ווייל עס וועט שטערן זיינע עלטערן. א קינד טאר קיינמאל נישט שפירן אז ער טאר נישט דרייווען ווייל עס איז נישט "אנגענומען" אין זיין משפחה. פארשטייט זיך, ווען א קינד איז אין שטוב, אלץ קינד און אלץ בחור, קענען עלטערן פארלאנגען א געוויסע צורה – אבער אויך נאר מיט שכל וויסענדיג ווי איין און ווי אויס, זיכער מאכענדיג אז דאס קינד שפירט באקוועם און אז מ'פארשטייט אים.

דאס איז נישט גענוג מיט'ן "נישט קריטיקירן" ווען א קינד וויל עפעס משנה זיין. נאר דאס דארף זיין א ארויסגעזאגטע מעסעדזש וואס די קינדער הערן דירעקט און אומדירעקט פון קליינווייז אהן, ווי שיין עס איז ווען יעדעס קינד האט די פרייהייט זיך צו בויען א לעבן לויט זיין תכונת הנפש, און ווי די עלטערן קוקן ארויס און האפען אז די קינדער וועלן טרעפן זייער צופרידנקייט אין אידישקייט און אין זייער לעבן. (די נקודה גייט נאך ווייטער בנוגע שידוכים, אז קינדער דארפן פון קליינווייז אהן וויסן אז שידוכים קלויבט מען פאר זיי, און נאר פאר זיי. מיט קלארע אפענע שמועסן דארף מען באלאנצירן די שעדליכע השפעות וואס די קינדער הערן ליידער אין די גאס אז מ'זוכט איידעמער און מחותנים און נישט ווייבער און מענער פאר די קינדער. דאס דארף בעצם א באזונדערע ארטיקל.)

אויב עלטערן נעמען די דריי נקודות ערענסט, וועט דאס העלפן אנטוויקלען קינדער וואס זענען געזונט גייסטיש און פיזיש. זיי וועלן זיי אמת'ע עהרליכע אידן, וואס האבן ליב זייערע אמונה, זייערע עלטערן, און זיך אליין! זיי וועלן נישט אזוי שנעל פארלוירן ווערן ווען זיי וועלן זעהן אז לאגיק און אמונה קענען גיין צוזאמען. הן אז זיי וועלן נישט שאקירט ווערן פון דעם פאקט אז דער גרויסער פינטל ביים עק פונעם אמונה זאץ איז א פארדרייעניש און א שקר, און הן זיי וועלן וויסן ווי אזוי צו ענטפערן אויף די יסודות'דיגע קושיות, און מסביר זיין פאר יענעם און זיך אליין פארוואס מיר זענען אידן, און פארוואס מיר גלייבן. אזעלכע קינדער וועלן נישט שאקירט ווערן ביים געוואר ווערן פון פרישע מקורות, חומרות און קולות, דאס איז אייביג געוועהן א טייל פון זייער חינוך, און זיי האבן אייביג געוויסט אז מ'האט זיי נישט פראבירט צו באהאלטן פון זיי אינפארמאציע, מ'האט זיי גארנישט געוואלט ארייננארן, זיי האבן געוויסט זיי זענען וועלקאם אויסצושטעלן זייער לעבן און זייער אידישקייט צו זייער פערזענליכן רוחניות און פערזענליכן געשמאק.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר