א שמועס מיט מיין קינד איבער די מצוה פון ברית מילה

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

א שמועס מיט מיין קינד איבער די מצוה פון ברית מילה

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

מיין 9 יעריג זוהן איז אהיימגעקומען פרייטאג פון חדר מיט א בארג שאלות..

"אונז האבן געלערענט אין חדר וועגן אברהם אבינו'ס ברית, און מיין רבי האט געזאגט אז מ'טאר נישט דארט צורירין ווייל ס'איז זייער הייליג"


"טאטי, פארוואס מאכט מען א ברית"

"טאטי, מ'מעג פרעגן קשיות אויף די תורה"

יא, זאג איך, פרעג.

"פארוואס האט די אייבישטער געהייסן מ'זאל מאכן א ברית אויף אזא נישט צניעות'דיגע פלאץ?"

"פארוואס מאכט מען א ברית?"

"פארוואס האט דער אייבישטער געהייסן מאכן אזא בלוטיגע בובו פאר א קליינע בעבי?"

"דער אייבישטער האט נישט רחמנות?"

"וואס שניידט מען אראפ?"

"פארוואס מאכט מען נישט א ברית פאר א מיידל?"

איך האב אים אוועקגעזעצט און געזאגט ער זאל מיר געבן אפאר מינוט, און איך וועל עם פרובירן צו ענטפערן.


דער תפקיד וואס מיר האבן אלס עלטערן איז ח"ו נישט אוועקמאכן אזעלכע לעגעטימע פראגעס, און זאגן ביסט נאך א קינד בלא בלא בלא, ווייל א קינד זוכט דעם אמת. אונזער תפקיד איז צו ענטפערן אונזערע טייערע קינדער דער אמת אדער קרוב לאמת, אבער אין די זעלבע צייט אכטונג געבן אז מ'שניידט נישט אריין אין זייער אינעסינס וואס איז זייער וויכטיג פאר זייער אימאשענעל און ערליכע אנטוויקלונג.

יעדער מענטש וואלט מסתמא געענטפערט אנדערש אבער אזוי האב איך עם געזאגט:

דער יסוד פון יעדע זאך, איז די עיקר פון יעדע זאך. דער אבן שתיה איז דער יסוד פון די וועלט און לויט חז"ל איז זי דערפאר אינמיטן פון די וועלט. די ברית פון א מענטש ווערט אנגערופן יסוד ווייל זי איז די יסוד פון א מענטש (פאר פארשטענדליכע סיבות..) ווי אויך איז זי דערפאר בערך אינמיטן גוף. אזוי ווי דער מקום המקדש איז הייליג ווייל דארט איז די יסוד, איז דער מענטש, דער "ושכנתי בתוכם" אויך הייליג ביים יסוד. דערפאר האט דיין רבי מסתמא געזאגט אז מ'זאל דארט נישט צורירין, ווייל מיט די יסוד פון א בנין וויל קיינער נישט ארומשפילן...

דער סיבה פארוואס מיר מאכן א ברית, איז וויבאלד ווען אדם הראשון האט געגעסן פון די עץ הדעת איז דער מענטש געווארן פארשטאפט מיט קליפה. דער באשעפער האט באפוילן אז מיר זאלן אפשניידן די ערלת היסוד וואס איז נגד ערלת הלב, אז אונזער הארץ זאל זיין אפן פאר עבודת השם.

"טאטי, פארוואס ווערט מען נישט געבוירן אנדעם?"

ווייל דער מענטש דארף טוען א פעולה צו ווייזן אז ער וויל זיין א עבד ה', דערפאר טוט מען עס מיט בלוט, צו ווייזן אז א איד דארף דינען דעם אייבערשטען מיט מסירת נפש.

און מען טוט עס קליינערהייט, טאקע ווייל דער באשעפער האט זייער רחמנות, טוט מען עס ווען די קינד איז קליין און ער באגרייפט נישט די יסורים אזוי שטארק ווי אן ערוואקסענער.

"וואס שניידט מען"

מען שניידט אראפ א הויט וואס דעקט איבער די ברית. די הויט הייסט ערלה.

"א מיידל האט די הויט?"

ניין, א מיידל האט נישט די הויט. די גמרא זאגט אז א פרוי ווערט געבוירן אזוי ווי גע'מהלעט. ספרים זאגן אז דאס איז וועגן א פרוי'ס הארץ איז ריינער ווי א מאן'ס הארץ צו עבודת ה'. אויך זענען דא וואס זאגן אז א פרוי'ס הארץ ווערט גערייניגט, דורך די שטראפן וואס זי האט באקומען ביים חטא עץ הדעת.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר