בלאט 1 פון 1

"שמע בני" טעיפס, ע"י הרב אהרן ישראל קאהאן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 12:08 am
דורך מבשר ואומר
עס איז ברייט באקאנט די סעריע פון "שמע בני" טעיפס וועלכע זענען רעגלמעסיג ערשינען אין די תש"נ-יארן דורך הרב אהרן ישראל קאהאן, מלמד תשב"ר בישיבת ספינקא, בארא פארק. טויזנטער קינדער זענען געווען צוגעבונדן צו די טעיפס, און האבן מיט דורשט געהערט די געשיכטעס פון חז"ל ווי דראמאטיש געשילדערט דורך דעם מייסטער מעשה-דערציילער.

הרב קאהאן האט זיך שפעטער אריינגעלייגט אין אנדערע פראיעקטן, הויפטזעכליך דעם סידור און תהילים "תפילה בכוונה" מיט אידיש-טייטש אונטער יעדעס ווארט. ער האט אויך ארויסגעגעבן א הגדה, א ספר מיט'ן נאמען "בדרך ישראל סבא", און אן איבערזעצונג פון "חובת הלבבות" באגלייט מיט אויסצוגן פון דרשות פון הגה"צ רבי אביגדור מיללער זצ"ל.

די "שמע בני" סעריע איז יעצט אין די נייעס, וויבאלד הרב קאהאן האט אנגעפאנגען א פראיעקט איבערצוזעצן זיינע קאסעטעס פון סיפורי חז"ל אויף ענגליש. די ערשטע פיר אלבומס פון די נייע ענגלישע סעריע פון סיפורים זענען שוין דא צו באקומען.

פאלגנד איז א סעמפל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HlNTa0SzYIQ[/youtube]

די פעיסבוק פעידזש פאר די נייע סעריע
https://www.facebook.com/pages/Its-chaz ... 3164420519