לקראת תשע"ו מוסדות תולדות יואל מסאטמאר אין ק"י

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

לקראת תשע"ו מוסדות תולדות יואל מסאטמאר אין ק"י

שליחה דורך shem-tov »

פארגאנגענעם שב"ק האב איך געהערט אינטערסאנטע נייעס אז לקראת שנת תשע"ו ווערט געפלאנט נייע מוסדות התורה והחינוך בגלילות קרית יואל מיטן נאמן "מוסדות תולדות רבינו יואל מסאטמאר"

עס גייען ארום עטלעכע פארביטערטע יונגעלייטלעך און פרובירן צו שאפן א גרעס-רוט קאמפעין אויפצובויען א נייטראלע סאטמארע מוסד על טהרת הקודש בכל פרטיה ודוקדוקיה, די חברה ארבעטן אריין, זיי ארבעטן אויף שטיצע פון חשובע רבנים תלמידי רביה"ק, זיי שפאנען איין ערפארענע מחנכים מיט ברייטע עקספיריענס בשדה החינוך, אויך ארבעטן זיי אויף נגידים, איך הער אז זיי האבן עפעס שטיצע פון ערענסטע נגידים יונגעלייט וואס פארשטייען דאס נחוצות הענין, זיי האבן געלייגט א יד אויף עפעס א בנין בגלילות קרית יואל וואס זיי האפן אפצוקויפן און גרייט מאכן צום נייעם יאר, זיי ארבעטן מיט איינעם וואס ארלעדיגט פראגראמ'ס פאר מוסדות, בקיצור די חברה זענען עפעס מוראדיג אנטשלאסן פארצוזעצן זייערע פלענער.

וואס גייט פאר? וואס פעלט אויס נאך א מוסד, ווער איך שאקירט פון די תשובה אז כעת דרייען זיך ארום עטליכע קינדער-געבענטשטע משפחות אין קרית יואל וואס מען האט סוכות-צייט איינגעמאלדן דעם טאטען אז זיין פלאץ איז מער נישט אין קרית יואל. טראגט אייך אפ פון דא. איי ווי זאל איך גיין. איז דער ענטפער, ציט אייך קיין מאנסי, קיין קאנארסי, איבעראל אבער נישט דא, דיינע קינדער ווערן נישט צוריקגענומען און אונזערע מוסדות. די עלטערן פרובירן מיט גוטן און מיט בייזן אבער גארנישט, ס'נישטא מיט וועם צו רעדן. חוץ פון דעם זענען דא אן א שעור היימישע סאטמערע יונגעלייטלעך שומרי תורה ומצות, שומרי שבת וקוראי עונג, ערליכע סאטמערע תלמידים פון אונזער סיסטעם וואס מען מאכט זיי דעם טויט ווען זיי ווילן איינשרייבן די קינדער אין די מוסדות. בקיצור זאגן זיי גענוג איז גענוג נמנו וגמרו, עת לעשות לה' מען גייט מאכן מוסדות פאר אונזערע קינדערלעך.

פרעג איך זיי פארוואס שיקן זיי נישט אין איינע פון די אנדערע מוסדות, איז די תשובה אז בשו"א וועט די צווייטע מוסד אנעמען א משפחה מיט קינדער אויב איז ער אנטזאגט געווארן פון איין מוסד, מיטן סלאגען אז עפעס אמת מוז דאך זיין אין די עבירות וואס מען זאגט אויפן "טאטען" טא באלאנגט ער נישט אין אונזער מוסד. (נאך אלעם איז דאך דער טאטע נישט קיין ספרדישער אדער תימנ'ער נאר מבשרינו ממילא איז ער גאר פארפוילט). נאך מער גייט די רשעות, די מוסד פון ווי ער קומט וועט נאך צוזאמרעדן כל דבר אסור זיכער צו מאכן אז דער טאטע פאלט אויף די קניען און כאפט זיין הארץ אטאקע ה"י. למען ישמעו ויראו. והשנית איז עס זייער שווער פאר א גרעסערע קינד צו טוישן קלאס אין א שפעטערע עלטער, והשלישית באלאנגט ער דאך נישט פונקטלעך דארטן ווי ער איז יעצט געצווינגען צו שיקן.

גיי איך אזוי שטילערהייט און איך פרעג די חכמים אפאר קשיות, קודם פארוואס ווייס מען נישט פון די ארויסגעווארפענע משפחות? צווייטענס וויל איך וויסן ווער וועט אנפירן אזא מוסד, וועלעכע סארט סאטמאר גייט עס זיין, און וואס וועלן זיין די גדרים וסייגים. בקיצור אויף אלעם האבן זיי אנגעגרייטע תשובות. קודם זאגן זיי אז די משפחות זענען אונטער געפערליכע בושות און צער אז די קינדער זיצן אינדערהיים א גאנצן טאג, ממילא איז עס א גרויסער סוד זיי עסען זיך אויף שטילערהייט, און לגבי די עצם מוסד טענהן זיי דאס ווועט באשטיין פון יעדען חסידי מהר"א, מהרז"ל, בני יואל, אבער בעיקר פון אזעלעכע וואס האבן די גאנצע מעשה אין בוידעם, זייער איינציגע זארג איז אז זייערע טייערע קינדערלעך זאלן לערנען תורה און יראה פונקט ווי זיי און זייערע עלטערן האבן געלערנט. און כבר היה בעולמו זעלבסשטענדיגע מוסדות אין מאנסי און בארא פארק, סוועט זיין א וועד ההורים מיט א באורד, און סוועט געפירט ווערן אזוי ווי א מוסד דארף געפירט ווערן מיט די אינטערעסן פונעם אייבערשטען און מיט זיינע תשב"ר אלץ טאפ פרייאריטי. דערנאך קומט ערפארענע מחנחים מיט קרעדענשאלס און א נארמאלער סיסטעם און די פסולת וועט בלייבן דארטן ווי סבאלאנגט.

און לגבי די רולס זאגן זיי אזוי. יש לנו אב זקן, תרתי משמע. ס'דא א באשעפער און א תורה און דאס איז דער וועגווייזער. והשנית. ווער ס'וואוינט אין מאנרא מיינט אז ער איז א סאטמערער חסיד תוכו כברו. א אמתדיגער סאטמארער חסיד איז א בעל חסד א בעל צדקה און א בר שכל. יעדער סאטמאר חסיד האט אן אהבת נפש צו רביה"ק והטהור זי"ע דער מוסד וועט זיין א סאטמארער מוסד מיר ווילן זיין ערליך, מיר ווילן האבן ערליכע נארמאלע קינדער, מיר ווילן זיין נוטראל, מיר ווילן נישט אנפילן די קעפ זייערע מיט ליידיגע שטותים והבלים. מיר ווייסן זייער קלאר וואס אונז ווילמער. בקיצור ער רעדט און רעדט...

גיב איך נאך אזא פרעג דאן פארוואס בגלילות. פארוואס נישט אין קרית יואל זאגט ער אז נאר בגלילות וועט אזא זאך קענען פאסירן בדרך הטבע, און ווייזן אן אויף די פרעכטיגע ויואל משה בנין און אויף בני יואל אין וואדבערי . בדרך אגב זענען די חברה זייער א קעגן אנעקסעישאן. איך ווייס נאכנישט פונקטלעך פארוואס.

ע"כ איז דער באריכט וואס כ'האב אזוי אויפגעכאפט דעם שבת. יעצט וויל איך דא פרעגן דעם עולם קודם איז טאקע אמת אז ס'דא משפחות וואס זענען ממש אויפן וואסער אן א מוסדות בעיר קרית יואל. אויב יא איז דאך עס א הימל געשריי שאין כמוהו. והשנית וואס זאגט איר צו דעם פלאן פון מוסדות תולדות יואל. איז עס בכלל א מעגליכקייט דורכצופירן נייטראלע מוסדות וועט זיך דער סיסטעם טוישן.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר