רעגירונג אין ישראל נעמט אנטייל אין דעם "למעשה" פראיעקט

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן

רעגירונג אין ישראל נעמט אנטייל אין דעם "למעשה" פראיעקט

הודעהדורך יואב » דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:07 am

די רעגירונג אין ישראל האט זעט אויס אנערקענט אז בלויז דורך ארויסברענגען דעם נעגעטיוון חלק פון אחינו בני פאראזיטן וועט הלכה למעשה ברענגען נוצן פאר קיינעם וקיינעם בכלל. דער אלגעמיינער המון טוט נאכאנאנד שימפן און שעלטן איבער דעם זינלאזן הפקירות וואס שפרודלט מיט סוקסעס אונטער דעם נאמען פון תורה און שלאגט מיט אן עזות פרישע גרעניצן אויף א פארנעם וואס האט פשוט נישט קיין זין ס'זאל מעגן פארדינען פולקאמע טאלעראנץ אונטער די פרינציפן פון דעמאקראטיע. 

די קדשי קדשים פון דער בריאה מאידך גיסא, די חרדים וועלכע האבן שוין עקספערמאנטירט אויף דער אייגענער האנט אלצדינג וואס בטלן די צייט איז ביכולת צו ברענגען פאר זיך, פאר דעם לאנד און פאר גאנץ כלל ישראל, בעפארצוגען ווייטער צו זיצן אין זייערע געצוימטע ד' אמות  אנטשלאסן מיט א פרימיטיוו-איגנאראנטער אומבויגזאמקייט צו איגנארירן באגודה אדער דוקא נישט "באגודה" אחת דאס פיינפולע מציאות וואס פראסקעט מיט א ציפעדיגער קראפט אזש אין זייער אייגענעם עקשנות-באגאסענעם פרצוף. מערערע פריוון פון דער רעגירונג איינצושטעלן זאכליכע חוקים אנגעבליך צו קענען העלפן צו אינפארסירן די פליכטן פון יעדן בירגער און פארזיכערן א סטאביל לעבן פאר מענטשן וואס פראבירן צו אפהאלטן דעם עבר פון אנטלויפן, ווערן אין בעסטן פאל געזען ווי ביטערע גזירות צו וואס קאנטער-רעאקציעס קענען מאנכעמאל זיך ענדיגן זייער אגרעסיוו צו זאגאר פאטאל. והצד השווה שבהן אז יעדער אין דער מדינה, איש איש תחת דגלו ולבית אבותם בלייבט גערעכט מיט פראצענטן אבער ביטערליך צו שוידערליך באקאקט.

דער דערציאונג-מיניסטעריום טוט איצט פארשטעלן אן עדוקעישאן-פראגראם דעזיגנירט הויפטזעכליך פאר דער אלטרא-ארטעדאקסישער יוגנט, און ווי אויך וועלן קענען געניסן דערפון סתם יחידים וועלכע האבן פארפעלט צו באקומען דעם דורכשניטליכן קאריקולום וואס ווערט געלערנט אין די אלגעמיינע ישראלישע חינוך-אנשטאלטן. די צוויי יעריגע פראגראם וועט צוגעשטעלט ווערן פאר יוגנטליכע אינעם יארגאנג פון 17 ביז 20, און דאס וועט זיי האפנטליך ערמעגליכן צו נעמען מאטורע עקזאמען, גיין אין קאלעדש ואחרון חביב זיך אריינדרייען אין דער ארבעטס וועלט.

קלאסן פאר דער דאזיגער פראגראם וועט ווערן אפגעהאלטן דריי מאל דורכאויס דער וואך, און בכדי נישט צו שטערן די לימודי קודש וועט דאס פארקומען דוקא אין די שפעטערע נאכמיטאג שעות. חרדים אין דער דאזיגער פראגראם וועלן דערלויבט ווערן צו לערנען לימודים וועלכע אנבאלאנגט אידישקייט ווי איידער דאס שטודירן ליטעראטור, און די פארלאנגען וועלכע זיי וועלן דארפן נאכקומען וועט מיט פארשטענדעניש זיין אויף א מער-לייכטערן סטאנדארט ווי פון דאס וואס ווערט  אויפגעפאדערט אין די ארטיגע אלגעמיינע שולעס.

די פראגראם וועלכע וועט זיין גענצליך בחינם וועט זיך אנהייבן דעם קומענדיגן מערץ בשעה טובה ומוצלחת מיט אזויפיל ווי פינף הונדערט תלמידים וועלכע זענען שטארק מאטאוויזירט צו לערנען, און ווילן ווייטער אנגיין מיט זייערע למודי קודש אבער אונטער א מער פארמאלן חינוך. ס'וועט זיך אין לויף פון א קורצער צייט אויסברייטערן סיי אין מספר, ווי אזוי אויך פאר אפילו אזאנע מעשרים ולמעלה אויב וועט זיין א פארלאנג ועידוד הרבנים דערפאר.

קעגענער פון דעם פלאן ארגומענטירן אז דאס וועט ברענגען מענטשן צו קלערן אז צוויי יאר לערנען בקיאות איז אין אומשטאנד צו ערזעצן צוועלף יאר לערנען בעיון רב. למעשה טענה'ן שטיצער פון דעם געדאנק אז אין הכי נמי, און ווי געזאגט שוין אויבן זענען אויך ענק פון צווישן די וועלכע זענען "גערעכט." אבער וואס אין דעם גיהנום זאל מען נישט טאן צו זען דעם עם נבון וחכם די חרדים לדבר ה' אין דער עולם העבודה איינמאל פאר אלעמאל.

דער מיניסטעריום פארשפרעכט אז די מלמדים וועלן זיך אומגיין באזונדער סענסיטיוו צו דער לעבנסשטייגער און געברויכן פון די חרדים.

די דאזיגע פראגראם איז בלויז נאך אן איניצאטיוו פון צווישן א רייע אונטערנעמונגען פון דעם דערציאונג-מיניסטעריום דעזיגנירט צו קענען לינדערן דאס חשכות פון דעם איצטיגן מצב הפרנסה בתוך היהדות החרדית, וילמדו תועים בינה ובשם ה' נעשה ונצליח. 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יואב אום דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 10:13 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5819 מאל

הודעהדורך קאסטנער » דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 10:00 am

די קול קורא'ס שלענגלען זיך איצטערט ארויס פינעם קאפי מאשין די פראטעסטן האלטן זיך שוין אינמיטן פארמירן,
אויף די פלאקאטן ליינט זיך צווישן אנדערע מיט עוג מלך הבשן אותיות "נאך א מיטל אריינצישלעפן חרידישע אידן אינעם שמעלץ טאפ"- ליין : נאך א מיטל אינז צי אביסל אין פלאץ שטעלען..
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 10:19 am

אינטערסאנט אז זיי זאלן זיך פלוצלינג אזוי שטארק אריינטון מיט אלע זייערע כוחות צו העלפן די חרדישע אידן
זענען זיי געווארן חוזרים בתשובה? אדער זיכען זיי צו פארגרעסערן די צאל חוזרים בשאלה?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2161
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך יואב » דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 10:52 am

איש את רעהו האט געשריבן:אינטערסאנט אז זיי זאלן זיך פלוצלינג אזוי שטארק אריינטון מיט אלע זייערע כוחות צו העלפן די חרדישע אידן
זענען זיי געווארן חוזרים בתשובה? אדער זיכען זיי צו פארגרעסערן די צאל חוזרים בשאלה?

נומער איינס ווילן זיי מקיים זיין דעם "איש את רעהו יעזרו". נומער צוויי: פארוואס קענסטו דאס נישט זען ווי אן איניצאטיוו פון א פאר'ייאוש'טער רעגירונג עטוואס צו נארמאליזירן א פאלק פון אומציווילעזירטע באשעפענישן וועלכע מאכן נאר צרות פאר דעם כלל? זיי זענען בירגער דארט, און אנשטאט זיין פארנומען מיט כפרות, מציצה בפה צו אינגאנצן ארויפצווינגען א סעקולערן קאריקולום, געזעצן און דעבאטעס אין וואס פילע לענדער איבער דער גארער וועלט זענען שוין כהיום פארמישט, איז די מדינה מיט א לפנים משורת הדינ'דיגן פארשטענדעניש און זעלטן-איינגעהאלטנקייט אויפגעקומען מיט א שטארק-זאכליכן "למעשה" פראיעקט וויאזוי צו העלפן אידן יראים ושלמים לייזן אפאר גרייצער מיגיע כפם וזה הוא. ווילדע דעמאניסטראציעס עדיין במקומם עומדים, ערד גראבונגען וועט זיך ווייטער טרעפן מיט אן עד כדי להמית'דיגער אפאזיציע, פראגראמען וועט ווייטער זיין און די מדינה וועט ווייטער דארפן זיך ספראווען מיט אירע פראבלעמען.

דאס זעט אויס איז אבער פאר אזא חכם ווי אייך א מיטל פון דעם ס"מ אריינצוציען שלומי אמוני ישראל אין נעץ פון שמד. גוד לאק פאר דיין געשליפן מוח'ל, און אנטשולדיגט פאר'ן זיך וויסענדיג מאכן פון דיין נארישער קאפ-אין-וואנט באמערקונג.

דיסקלעימער: כ'האב יעצט געמאכט אן אויסנאם, ס'מיינט אבער נישט אז מיין צייט היינט וועט ווערן געווידמעט דיך צו קענען שענקן אויפמערקזאמקייט. סליחה.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5819 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:07 am

זייער אינטערסאנט און באגריסנווערד. זיי האבן אבער פארגעסן צו אדרעסירן דעם פראבלעם פון נישט קענן ארבייטן איידער מ'גייט אין צה"ל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 4:32 pm

ניין, איך גלייב נישט אז די רעגירונג אין מדינת ישראל וויל "אפ'שמד'ן" ערליכע אידן, און איך גלייב אויך נישט אז זיי האבן בייזע כוונות. אבער איך גלייב יא אז וויבאלד זיי זענען נישט קיין מאמינים בה' ובתורתו זעען זיי נישט קיין שויות און אונזער לעבן, און האבן "רחמנות" אויף אונז אז מיר זענען אפגעזונדערט און "צוריקגעבליבן".
קען זיין טאקע אז וואס זיי טוען קומט צוליב רחמנות און גוטהארציגקייט (וואס איך גלייב אויך נישט), אבער די רחמנות איז נאר לשיטתם.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 4:35 pm

פארוואס פסק'סטע אפ "זיי גלייבן נישט בה' ובתורתו" ס'איז יש ויש. און רוב גלייבן יא.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 4:38 pm

די וואס גלייבן יא זענען "פערצופאל" נישט אזוי "רחמנות'דיג". צום ביישפיל, נתניהו איז פיל מער וויליג נאכצוגעבן פאר די חרדים ווי לפיד.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 4:43 pm

נו, אויף דעם זאגט דאך שוין חז"ל "אין חבוש מתיר עצמו..." אין ניו יארק איז מען דען יא אזוי מקפיד אז די וואס גיבן הילף פאר היימישע אידן זאלן זיין מאמינים בה'?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 4:56 pm

מאטי האט געשריבן:זיי האבן אבער פארגעסן צו אדרעסירן דעם פראבלעם פון נישט קענן ארבייטן איידער מ'גייט אין צה"ל.


זיי האבן בכלל נישט פארגעסן

ווען זיי ווילען טאקע אונז בעסער מאכן און נאכגעבן פאר די חרדים, לאזן זיי יעדעם נעמען ארבעט בעפאר גיין אין צה''ל, וזהו
ביז אהין קען @יואב קיין פארקויפען לאקשען פאר אנדערע
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2161
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך יואב » פרייטאג יאנואר 09, 2015 1:10 am

איש את רעהו האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:זיי האבן אבער פארגעסן צו אדרעסירן דעם פראבלעם פון נישט קענן ארבייטן איידער מ'גייט אין צה"ל.


זיי האבן בכלל נישט פארגעסן

ווען זיי ווילען טאקע אונז בעסער מאכן און נאכגעבן פאר די חרדים, לאזן זיי יעדעם נעמען ארבעט בעפאר גיין אין צה''ל, וזהו
ביז אהין קען @יואב קיין פארקויפען לאקשען פאר אנדערע

פרייע קענען יא קריגן ארבעט אפילו אויב זיי גייען נישט אין מיליטער?
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5819 מאל


גיי צוריק חינוך

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט