בלאט 1 פון 1

ר' יונה לאנדא: ביים רבי'ן זי"ע האט מען געלערנט ענגליש כדבעי

הודעהפורסם: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:35 pm
דורך אניהקטן
בס"ד

אויף קול מבשר איז געווען א שמועס מיט ר' יונה לאנדא, האט ער פארציילט אז ווען ער איז געווען א יונגל אין סאטמאר האט דער רבי זי"ע איינגעפירט אז מען זאל לערנען צוויי און א האלב שעה ענגליש אין סאטמאר! שפּעטער האבן די קנאים פארפירט האט מען עס געשניטן צו צוויי שעה.

ר' יונה האט פארציילט אז זיי האבן אפילו געלערנט דזשיאגראפי, דזשיאמעטרי, און פארשטייט זיך מעט און דאס אלעס איז געווען מיט דעם רבי'נס הסכמה!

ער האט פארציילט אז ס'איז געווען אן אמעריקאנער רב וואס האט געלאכט פון סאטמארער רבי'ן און געזאגט אז ער וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין אמעריקע. ווי נאר ער האט געהערט אז דער רבי האט איינגעשטעלט אן ענגלישן פּראגראם אין סאטמאר האט ער זיך אנגערופן, "יא, דער רבי איז בייגעקומען אמעריקע."

וואספארא בושה און חרפה איז עס אז היינט אין די איינע שעה וואס מען לערנט נאך היינט אפיציעל ענגליש זיצן מלמדים, וואס קענען נישט קיין ענגליש, און פארציילן סיפורי צדיקים פאר די קינדער, און דאס איז ביי די אהרונים. ביי די בני יואל און דער פרומער חלק פון די זאליס לערנט מען אפילו דאס אויך נישט.

סיפורי צדיקים? ביי לאנטש, ביי ריסעס, אדער בין גברא לגברא. זייער חשוב. וואס איז די חוצפּה אז מען האלט זיך פרומער פונעם רבי'ן זי"ע און מען נעמט אוועק פון אונזערע קינדער די איינציגסטע טשענס וואס זיי האבן נאך יא זיך צו לערנען די שפּראך וואס זיי וועלן דארפן קענען כדי צו קענען ארבעטן און ברענגען פרנסה אין שטוב? דורכ'ן נישט געבן פאר די קינדער א טשענס לערנט מען זיי צו לעבן אויפ'ן חשבון פון אנקל סעם און שלעפּן פּראגראמען פון די גאווערמענט דורך אלע סארט דריידלעך און שטיקלעך. זענען אונזערע חז"ל נישט גערעכט געווען, ווען זיי האבן אונז געלערנט כל שאינו מלמד את בנו אומנות, מלמדו ליסטות?

ווי פרעך און געמיין איז דער בלאט מיט'ן חוזק מאכן פון די ביסל ענגליש וואס מען לערנט (אויב דאס יא). פארוואס דארף מען שוין קענען ענגליש, פרעגט דער בלאט, צו קענען שנארן פ"ס פון די גאווערמענט? פארדעם איז גענוג דער מינימום שבמינימום! יא, אן קיין שום בושה האט דער בלאט ארויסגעשריבן דעם ביטערן מצב וואס ס'גייט פאר ביי אונז.

רבותי, וועקט אייך אויף, די גאווערמענט וועקט זיך אויף און זעט וואס ס'גייט פאר ביי אונז. ס'קומען מסירות דורך אזעלכע וואס זענען געגאנגען אף די דרך, די צייטונגען האבן שוין געדרוקט אפאר ארטיקלען אז מען לערנט נישט אונזערע קינדער גארנישט. ס'איז א שאלה פון צייט פאר די גאווערמענט וועט זיך אריינמישן אין אונזער חינוך און אנפאנגען איינטיילן וואס צו טאן. איז פארוואס זאלן מיר נישט כאפּן די רפואה פאר די מכה? לאמיר נישט זיין קלוגער פונעם הייליגן רבי'ן זי"ע. אויב פאר אים איז עס געווען גוט, דאן איז עס פאר אונזערע קינדער אויך גוט.

הודעהפורסם: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:59 pm
דורך עזריאל
זאל די גאווערמענט צו שפארען אלע מוסדות. און יעדער זאל שיקן און פובליק סקול אזוי וועט כאטש די פובליק סקול האבן א יודישער צורה פיל מיט יודן.
קוק מיר נישט אן עקסטרעים ווייל דאס איז די טובה פאר כלל ישראל, און איך וועל עס מסביר זיין, מיינע קינדער אדער אייניקלעך ערגעץ ווי גייען מיינע דורות נישט ווערן אנגענומען און חדר פאר צוויי סיבות איינס ווייל דאס איז די מצב היינט מ'ווארפט זיך מיט קינדער פון פשוטע שטובער ווי דער ראש המשפחה גייט נישט קיין שווארץ און ווייסע גלעזער און די מאמע גייט נישט א שטערן טיכעל. צוויי די שכר לימוד איז ביטער טייער און אויב מצאלט עס נישט איז א נערמאלע זאך אהיימצושיקען קינדער, , נו ווי גיי איך זיי שיקן? לכאורה און פובליק סקול, נו אויב אזוי קען איך באשטיין אז ס'זאל זיין דארט נאך אסאך יודישע קינדער אזוי וועט עס אפשר זיין אפילו בעסער פון סיי וועלכע חדר. און אפשר וועט מען קענען עפענען א עפטער סקול פראגרעם צו לערנען חומש וכדומה און נאך די בר מצוה וועט מען שיקן און ישיבה און פטור מיט די ביטערע הוצאה פון תלמוד תורות

הודעהפורסם: זונטאג יאנואר 18, 2015 12:30 am
דורך berlbalaguleh
די אלטע אמעריקאנער אידן. די עלטערן און זיידעס פון די היינטיגע פרייע און נישט וויסנדע אידן האבן זיך געמאכט דעם זעלבן חשבון בשעת זיי האבן געוואוינט צוזאם געשטופט אין די טענעמענטס פון די אלטע אידישע איסט סייד. זיי האבן געזאגט. תלמוד תורה'ס און חדרים און ישיבות איז צו א טייערע זאך פאר אונז אויסגעהארעוועטע און אויסגעמוטשעטע אידן וועלכע פארברענגען זייערע טעג אין די סוועט שאפס, אדער אויף די גאס פעדלען זייער סחורה. די קינדער וועלן מיר שיקן אין פאבליק סקול, און נאך די לערן שעות פון די סקול וועלן זיי לערנען אידישקייט צוויי שעה א טאג. אדער סאנדעי סקול. וואו, זונטיג, ווען ס'איז נישט געווען קיין פאבליק סקול האבן די קינדער געדארפט לערנען אידישקייט. נאר די קינדער האבן נאך לערנען א גאנצן טאג ענגליש, געהאט אזא קאפ צו לערנען עברי און חומש, ווי די היינטיגע קינדער אין ישיבות האבן א קאפ צו לערנען ענגליש...ביז די אימיגראנטן זענען געקומען קיין אמעריקע נאך די צווייטע וועלט מלחמה, איז כמעט נישט געווען אזא זאך ווי תלמוד תורה'ס. איך זאג כמעט. ווייל עטליכע געציילטע זענען יא געווען. אבער דער רוב מנין ורוב בנין פון די אידישע אימיגראנטן האבן נישט געשיקט זייערע קינדער אין די חדרים און ישיבות...!

הודעהפורסם: זונטאג יאנואר 18, 2015 4:17 pm
דורך חיים נחום הלוי פריעד
טייערע ווערטער. ליידער זעען מיר די תוצאות פון דעם מהלך אין די לעצטע יארן צו זיין "פרימער" פון אונזער הייליגע רבי'ס. מיר ווערן געפירט אין אפגרונד אריין מיט די לעכערליכע און אויבערפלעכליכע גזירות חדשים לבקרים, וואס פירט אונז ליידער אריין אין דעם חורבן וואו מיר געפינען זיך.
אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.

הודעהפורסם: זונטאג יאנואר 18, 2015 4:28 pm
דורך outspoken
כמדומה אונזערע טאטעס קענען ווייניגער ענגליש, אפשר האבן זיי געהאט מער בענענע שאלאכטץ...

הודעהפורסם: זונטאג יאנואר 18, 2015 7:26 pm
דורך קאך_לעפל
נישט בחנם איז דער ר' יונה לאנדא אזוי פארפיינט ביי די אלע וואס שטעלן זיך אהער ווי רבי זכרונה לברכה אידן.

דער ר' יונה זאל לעבן שרייבט און זאגט ארגינעל אזוי וואו ער געדענקט, אן קיין אגענדענס, נאר פון א ריין היסטאריש שטאנדפונקט.

און די א''ג רבי זכרונה לברכה אידן, וואס האבן דעם הייליגען רבי'ן זי''ע קיינמאל נישט געקענט אדער געלערענט, זיי געדענקן בלויז דער מאביל וואס יצחק שווארץ האט געקויפט פארן רבי'ן, און שטעלן אריין דעם הייליגן רבי'ן אין זייערע שלעכטע און פארדראבענע מידות, און אין זייערע פארשאלטענע אגענדעס, זענען נאר מחלל דעם נאמען פין אותו צדיק, מיט זיינע הייליגע דרכים וואס ער האט מיט אונז געלערענט, און געשריבען אין זיינע הייליגע ספרים......

הודעהפורסם: זונטאג יאנואר 18, 2015 11:17 pm
דורך עזריאל
זיי מיר מוחל אבער רבי יונה איז נישט פארפנייט, קיינער קימערט זיך נישט מיט אים, ווייל און מציאות געדענקט ער צו סך נאך מער ווי ס'האט פאסירט.

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:48 pm
דורך שמן זית
עס קען זיין אז בעצם געדענקט ער מער זאכן פון וואס עס האט באמת פאסירט, און אזוי זאגן טאקע זייער אסאך אלטע סאטמערע אידן, אבער אין דעם פאל האלט איך אז ער איז יא גערעכט.

עס איז באקאנט אז סאטמער רבי איז בכלל נישט געווען וואס מ'וויל אים היינט אראפלייגן, ער איז לעבן פרום קיינמאל נישט געשטאנען, עס איז דא אן א שיעור מעשיות וואו ער האט באשטראפט די ישיבה בחורים פאר'ן טון מעשי אלימות פאר קנאות, און ער האט דייקא "געוואלט" האבן אין די קהילה בעלי בתים.

עס לייגט זיך זייער אויפ'ן שכל אז ער האט שטארק געמוטיגט דאס לערנען ענגליש, און אויף אזא זאך איז יונה לאנדא באגלייבט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:18 am
דורך עזריאל
איך ווייס נישט ווי קנאות קומט דא אריין

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:35 am
דורך שמעקעדיג
ער מיינט מער "עקסטרעמיזם" ווי קנאות.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:42 am
דורך המלוכה והממשלה
איינער קען אפשר מזכה זיין מיט די ריקארדינג פון די אענטערוויו?

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 30, 2015 7:56 pm
דורך אנאנים
דערציילט דא א איד אז ביי די פינף מינוט וואס מען האט געלערנט ענגליש (די איבעריגע 55 מינוט האבן די קינדער געהערט א מעשה פון א צדיק) האט מען געלערנט דאס ווארט Deep

האט א יונגל געפרעגט דעם טיטשער. סארי, בשכמל"ו, כ'מיין רבי, ("וועלכער יונגל ס'וועט נאך איינמאל רופן דעם רבי'ן טיטשער, וועט געטיטשט ווערן וואס מען טוט מיט א מחוצף," -- דער מנהל.) "רבי, וואס מיינט דאס ווארט?"

האט דער רבי געזאגט, "אה דאס איז. נו, דאס איז וואס מען טינקט איין חלה דערינען אום שבת."

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 30, 2015 8:00 pm
דורך שמעקעדיג
חחח :lol:

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:08 pm
דורך דער געוואגטער יונגעל
קאך_לעפל האט געשריבן:נישט בחנם איז דער ר' יונה לאנדא אזוי פארפיינט ביי די אלע וואס שטעלן זיך אהער ווי רבי זכרונה לברכה אידן.

דער ר' יונה זאל לעבן שרייבט און זאגט ארגינעל אזוי וואו ער געדענקט, אן קיין אגענדענס, נאר פון א ריין היסטאריש שטאנדפונקט.

און די א''ג רבי זכרונה לברכה אידן, וואס האבן דעם הייליגען רבי'ן זי''ע קיינמאל נישט געקענט אדער געלערענט, זיי געדענקן בלויז דער מאביל וואס יצחק שווארץ האט געקויפט פארן רבי'ן, און שטעלן אריין דעם הייליגן רבי'ן אין זייערע שלעכטע און פארדראבענע מידות, און אין זייערע פארשאלטענע אגענדעס, זענען נאר מחלל דעם נאמען פין אותו צדיק, מיט זיינע הייליגע דרכים וואס ער האט מיט אונז געלערענט, און געשריבען אין זיינע הייליגע ספרים......

פארוואס א סך מאל איינער געבט איבער א מער מעסיגע געדאנק פון סאטמארער רב ווערט יענער אנגענומען אלטץ די אויטענטישע אלטץ די וואס האבן "ריכטיג" פארשטאנען זיין דעת/שיטה הקדושה און די פרומע ווערן אנגערופען אלטץ פראסטע מסלפים?...

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:43 pm
דורך יהושע חיים
עס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה און אויך ע"פ מענטשהייט וויאזוי אונזער סיסטעם גייט אז מען זאגט די קינדער מען דארף נישט קענען קיין ענגליש וכו' וכו'
איז דאך א שווערע קשיא סאטמער רב אי געווען א גאון עצום האט ער נישט געקענט די גמרא פון כל שאינו מלמד בנו וכו' און נאך איז שווער ער איז געווען א קליגער מענטש וויאזוי וואלט ער געקענט איינפירן אזא סיסטעם וואס איז אזוי נישט אויסגעהאלטן ער האט נישט געהאט קיין שכל? ער האט נישט געהאט קיין אחרית ? ער איז געווען עפעס א הפקר אינג? עס שטערט מען טאר נישט פרעגן אויף א רבי והמהרר אחר רבו וכו' וכו'
קומט דא א איד וואס זאגט ניין!!! די רבי האט יא געקנעט דער גמרא!!! ער האט יא געהאט שכל!!! ער האט יא געהאט אן אחרית אויף כלל!!!
פארוואס זאל מען זיך נישט פרייען און גלייבן אן האבן קשיאת אויף זייער באליבטע רבי

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:47 pm
דורך עזריאל
DOE says it will look into claim of chasidic schools failing to teach kids adequate English and math.

https://www.thejewishweek.com/news/new- ... n-yeshivas

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 1:13 pm
דורך ראובן
קלארע זכרונות פון הרב יונה לאנדא וויאזוי ענגליש האט אויסגעקוקט אין די געזונטע יארן פון האדמו"ר מסאטמאר ז"ל, אין זיין בוך "זכרון בספר".

די לימודים זענען געלאפן 2-2.5 שעה, מ'האט געלערנט גאנצע 8 גרעידס פון ענגליש, שרייבן, לייענען, רעכענען, געאגראפיע, היסטאריע, וכו'. און דאס אלעס האט דער סאטמארער רבי פארלאנגט אז מ'זאל זיך נישט ארויסדרייען, נאר לערנען און קענען.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 3:06 pm
דורך איסר האטלקי
דא איז טאקע פאסיג צו דערמאנען די סוקסעספולע ביזנעס וואס ר' יונה פירט אן, מיט די נסיעות ארום די שטאטן. עס איז נישט פארהאן נאך אזא קברים-אנטפלעקער ווי אים און מען זעט באשיינפערליך ווי די עדוקאציע וואס ער האט ערהאלטן האט אים ארויפגעפירט צום העכסטן עקאנאמישן שטאפל.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 4:03 pm
דורך שושן פורים
איסר האטלקי האט געשריבן:דא איז טאקע פאסיג צו דערמאנען די סוקסעספולע ביזנעס וואס ר' יונה פירט אן, מיט די נסיעות ארום די שטאטן. עס איז נישט פארהאן נאך אזא קברים-אנטפלעקער ווי אים און מען זעט באשיינפערליך ווי די עדוקאציע וואס ער האט ערהאלטן האט אים ארויפגעפירט צום העכסטן עקאנאמישן שטאפל.

איר רעדט פון היץ? וואס האט איינס מיט די צווייטע?

Re: ר' יונה לאנדא: ביים רבי'ן זי"ע האט מען געלערנט ענגליש כד

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 7:28 pm
דורך גראף
שושן פורים האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:דא איז טאקע פאסיג צו דערמאנען די סוקסעספולע ביזנעס וואס ר' יונה פירט אן, מיט די נסיעות ארום די שטאטן. עס איז נישט פארהאן נאך אזא קברים-אנטפלעקער ווי אים און מען זעט באשיינפערליך ווי די עדוקאציע וואס ער האט ערהאלטן האט אים ארויפגעפירט צום העכסטן עקאנאמישן שטאפל.

איר רעדט פון היץ? וואס האט איינס מיט די צווייטע?
איך ווייס יא וואס איסר וויל. טייל מאל טראלט ער און אסאך מאל שרייבט ער צום זאך.
דא זעהט אויס וויל ער זיכער מאכען אז די נארעטיוו בלייבט ביי דעם אז לימודי חול איז נישט אזוי וויכטיג והא ראי' ר' יונה'ס ביזנעס...
קען זיין איך בין ראנג.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 8:11 pm
דורך איסר האטלקי
איך האב בעיקר געוואלט פארשטיין פארוואס נאך א שעה ענגליש גייט אויפטון פאר בעסערע עדוקאציע. היסטאריע פון אמעריקע און קענען דעם גלאוב גייט טאקע אויסמאכן ביים טרעפן א זשאב?

גוטע עדוקאציע וואס זאל העלפן אונזער ציבור גייט נאר זיין אויב מ'וועט לערנען 6 שעה ענגליש. אדערווייז זע איך נישט קיין תכלית אויסער ווארפן נאך א שעה טישוס אויפן טיטשער. ס'גייט אייביג בלייבן די שוואכערע לימוד.

די איינציגע אפציע וואלט יא געווען צושטעלן אין ישיבה א אפציע פון אן ענגליש קלאס, דאס וואלט געהאלפן פילפאכיג מער. סיי ווייל ס'איז אפשענעל און סיי ווייל ס'איז אין ישיבה. מ'איז שוין א טראפעלע עלטער.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 8:13 pm
דורך איסר האטלקי
גראף האט געשריבן:איך ווייס יא וואס איסר וויל. טייל מאל טראלט ער און אסאך מאל שרייבט ער צום זאך.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk

וויאזוי געט מען א האלבע לייק?

Re: ר' יונה לאנדא: ביים רבי'ן זי"ע האט מען געלערנט ענגליש כד

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 8:28 pm
דורך גראף
איסר האטלקי האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:איך ווייס יא וואס איסר וויל. טייל מאל טראלט ער און אסאך מאל שרייבט ער צום זאך.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk

וויאזוי געט מען א האלבע לייק?
געב מיר איין לייק פאר צוויי תגובות.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 8:46 pm
דורך שמערל
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב בעיקר געוואלט פארשטיין פארוואס נאך א שעה ענגליש גייט אויפטון פאר בעסערע עדוקאציע. היסטאריע פון אמעריקע און קענען דעם גלאוב גייט טאקע אויסמאכן ביים טרעפן א זשאב?

גוטע עדוקאציע וואס זאל העלפן אונזער ציבור גייט נאר זיין אויב מ'וועט לערנען 6 שעה ענגליש. אדערווייז זע איך נישט קיין תכלית אויסער ווארפן נאך א שעה טישוס אויפן טיטשער. ס'גייט אייביג בלייבן די שוואכערע לימוד.

די איינציגע אפציע וואלט יא געווען צושטעלן אין ישיבה א אפציע פון אן ענגליש קלאס, דאס וואלט געהאלפן פילפאכיג מער. סיי ווייל ס'איז אפשענעל און סיי ווייל ס'איז אין ישיבה. מ'איז שוין א טראפעלע עלטער.


און אויב ר' יונה וואלט געהאט זעקס שעה ענגליש און נאכאלטס אויסגעוואקסן א קברים זיכער וואלט דאס געווען ראיה אז זעקס שעה העלפט אויך נישט?
פאקט איז א אזעלכע מענטשן ווי ר' יונה וואקסן אויס אין יעדן דור, פערצופאל איז ער א שטארקער בעל כשרון און גוטער קאפ וואס זיין פינאנציעלער סוסקסעס זאגט נישט קיין סאך אויף זיין עדיוקעישאן, נאר מער איבער זיין פערזענלעכע נאטור. וואס כ'קען אבער יא זאגן איז אז כ'קען עטלעכע אידן וואס זענען זיין עיזש און זענען געגאנגען אין סאטמאר, וואס זענען סוקסעספולע בעלי בתים, און קענען א פיל בעסערע ענגליש ווי די דור וואס איז צען פופצן יאר אינגער. האט עס זיי געהאלפן אין ביזנעס? מסתם, העלפט א שעה ענגליש צו קענען בעסער? זיכער יא, און אז דו גלייבסט נישט גיי קיין באבאוו בארא פארק און פארהער דעם עולם.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 10:46 pm
דורך גדליה
מזעהט טאקע אז רבי יונה איז נעבאך שטארק געפאלן אין אידישקייט נאכער וואס מהאט אים אנגעשטאפט ס'קאפ פון אלץ קליין קינד מיט גאנצעטע שעות לימודי חול.