קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

שליחה דורך דענקער »

די וואך האט א היימישע בית דין אין א שוידערליכע איין-זייטיגע "פסק" געפסק'עט צו באגרעניצן צוטריט פון א טאטע צו זיינע קינדער. ווייל ער "קאנפיוזט די קינדער"

די גרעסטע טענה וואס מ'האט געפינען אויף דעם אינגערמאן איז אז ר'האט געגעבן די קאווע שטיבל פה-סח פאר א פערצן יעריג בחור'ל צו ליינען. און אין א שמועס, האט דער פאטער מסביר געווען פאר די קינדער דעם תפארת ישראל און זיין מהלך אין בונה עולמות ומחריבן.

שטעלט זיך די שאלה, איז דאס טאקע אזוי? ווערן קינדער קאנפיוזט ווען זיי הערן פון א וויסנשאפטליכע-תורה'דיגע הסבר אויף די וועלט. אדער ווערן זיי קאנפיוזט ווען דער ראציגער אומגעבילדעטער טיטשער זאגט אז אלע נארישע גוים ווייסן נישט וואס זיי רעדן, און באמת דרייט זיך די זון ארום די ערדקוגל?

אין א געמיינדע ווי די גייסטיגע פירערשאפט זענען בד"כ נישט אפילו באוואוסטזיניג צו די טעמעס פון די וועלט, כל עוד עס איז דא עפעס מער עקסטרעם און פארמאכט איז עס קאנפיוזינג? און כל המחכים ידו על התחתונה? אפילו עס איז סענסיטיוו צו די אמונה און די י"ג עיקרים?
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.

דער אשכול פארמאגט 116 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר