איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכים

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכים

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אונזערע קינדער זענען אונזערע אוצרות, קינדער זענען די עתיד, און ווער דארף זיי באשיצן און ערציען במשכ'ן טאג? מלמדים. מלמדים זענען אין אונזערע קרייזן מענטשן וואס זייער אויפגאבע איז אהערצושטעלן גוטע אידן. אידן וואס גייען אין שפאן, און אידן וואס דינען דעם אייבערשטען און צומאל אויך דעם פארטיי.

דאס לאזט ווייניג מקום פאר מלמדים, עטליסט און די פרומע קאמערציעלע חדרים, זיך צו באפאסן מיט די נפש פון די קינדער. דאס איז א פראבלעם, אבער עלטערן וואס האבן שכל ערפילן דעם חלל אינדערהיים, און אז מ'דארף מער הילף צאלט מען איינעם, אדער ניצט מען שטאטישע פראגראמען צו העלפן די קינדער, אז ס'זאל ארויסקומען געזונטע קיין צוקוועטשטע פירות.

די פראבלעם איז נאר ווען עס זענען דא מלמדים משיירי כנסת הגדולה, וואס מאכן נאר חרוב. עמאצינעל איז שווער צו זאגן ווען און וויאזוי זיי זענען מקלקל, ווייל ווער קען שאצן צו דעם מלמד'ס כוונה איז געווען לטובה, און אפשר גאר האט די רבי ז"ל אזוי מדריך געווען. אבער ווען א מלמד איז א ווילדער בטבע און נוצט כעס און שלאגן ארויס פון גבול איז א חרבן. ס'צברעכט די קינדער, זייער גאנצע זעלבס-ווירדע איז ארויס פון פענסטער, און מיט אזא צוקלאפטע נשמה איז דא שוואכע האפענונג אויף הצלחה.

יא ריכטיג, ס'איז דא ארגענעזאציעס, אבער די חיות בצורת אדם געפינען זיך נאך דא און דארט אין כמעט יעדער מוסד.

פאר עלטערן צו מאכן א ויצעקו איז זייער גרינג, אבער די מלמדים קענען זיך נוקם זיין אין די קינדער, ווי אויך זענען דא ווייניג מנהלים וואס זוכן זיך איינצורייסן מיט די מלמדים, קיינער וויל נישט קיין פוטש אדער א מלמדים יונאין סטרייק אויף זיין האנט.

דערפאר וויל איך הערן צו איז עטיש אויסגעהאלטן צו סטראשען די מלמדים בסתר, דורך א בריוו וכדומה אז אויב ער הערט נישט אויף, גייט מען גיין מיט זיין נאמען בגלוי. מ'וועט אויספראקען זיין נאמען לשמצה, און די מוסד וועט אים מוזן ווארפן צוליב די פרעשער פון די אלגעמיינער גאס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר