למעשה 13: מאכט אייערע צוקנופטיגע דורות אינטערנעט פרוף

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
זיניגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

למעשה 13: מאכט אייערע צוקנופטיגע דורות אינטערנעט פרוף

שליחה דורך זיניגער »

ביטע אנטשולדיגן אויב איז דא טעותים אדער סיי וועלכע גרייזיגע גראמאטישע טעותים, איך בין נאר א גאסט שרייבער אין איך האב דאס געשריבן אין א יאגעניש, ווי אויך די פוינטס וואס איז מאך זענען אביסל צימישט איך האב נישט קיין סאך צייט צי שרייבן אבער פארן ערנסקייט אין וויכטיגקייט פינעם נושא עת לעשות לה׳ ממילה ביטע זייט מיך נישט דן, נעמט ארויס וואס איר קענט ניצן פאר זיך, איך פארשטיי דאס זענען זייער הייקעלע ענינים מיט שטארקע אפיניענס אויף אלע זייטן ביטע נעמט דאס נישט פאר א פאקט מאכט אייר אייגענע ריסערטש פאר איך מאכט א באשלוס


מאנכע רבנים אין רעדנער גייען נאך אזוי ווייט ווי זאגן אז מער ווייניגער דאס גאנצע לעבן דרייט זיך ארום זימה יעדע רגע פין טאג ברויך מען טראכטן תחבולות שונות וואזוי זיך ארויסדרייען פינעם לאקערענדע ייצר הרע וועלעכער וויל ליעדע מיניט אריינשלעפן דאס מענטש אינעם זוהמהדיגער שאול תחתית.

כדי צי פארשטיין וואס איז דאס תאווה, זוהמה, ניאוף ברויך מען פארשטיין די מהותיים מענטשן וועלעכע שטארצן ארויס מיט זייער חשק צי תאווה, ווי באקאנט אויב א מענטש וואס האט אן עדיקשען צי זנות אויב איז ער הבה לטהר ער וויל הילף דאן קען ער גיין צי פראפעסניאל פסיכיאלאג, דורכאויס טעראפי וויל דער פסיכיאלאג פארשטיין וואסזשע אפ האט דעם מענטש געפירט צי אזא מצב, רוב ריבם מענטשן טרעפט מען די שורש פינעם מצב זייערע אין זייערע קינדער יארן, דאס וואס דער מענטש זיכט סעטיספיקאציע פין זעלבסט חורבן, ער דערלייגט זיין פרנסה, זיין פרוי די קינדער אלעס אבי ער זאל קענען ליגן אין זנות איז מוכיח אז דער וויל באפרידיגן עפעס וואס ער קען נישט דעגרייכן אויפן נארמאלן דרך העולם, דער מענטש ווייסט נישט וואס טרייבט אים, ער האט א קליינער מאטאר אין מוח וועלעכע ארבעט אווערטיים ער ווייסט נישט וואס גיט געזאלין פאר דעם מאטאר ער איז נישט אין קאנטראל בכלל.

מיט הילף פינעם פסיכיאטער דערגייט ער וואס טרייבט אים אין מרעדט דאס אויס מהעלפט אים טרעפן וועגן אפשטעלן דעם ווילדן חשק דורך פארשידענע אופנים אין היסטארי האט שוין געוויזן טויזענטער מענטשן האבן זיך סוקסעספול ציריק זיך אריינגלידערן אינעם נארמאלן געזעלשאפט, איי וועט איר פרעגן אויב איז דער ייצר הרע די שורש פינעם פראבלעם זייט ווען קען א גויאישער פסיכיאטער קאנקירירן מיטן ייצר הרע, וואזשע דען, דער שורש פין עדיקשען צי סיי וועלעכע זעלבסט חורבנישן פראדוקט, צי דראגס אלקאהאל געמבלינג זנות אכילה אא״וו איז 99% פין די צייט גאר א תוצאה פין א טיפערער יסודותדיגע פראבלעם אינעם באטרעפדן מענטש, דעריבער איז זייער וויכטיג צי כאפן א בליק אויף סטאטיסטיקס צי פארשטיין וואס צוהט מענטשן צי שעדליכע אויפוהרונג.

סטאטיסטיקס ווייזט אן אז דאס קיום אליין פין דראגס אלקאהאל זנות אא״וו איז נישט דער גורם פין עדיקשען, דער מענטש איז אן עדיקטעוו פערזענליכקייט נאך פאר דעם ער ווייסט בכלל אז זיין תאווה עקזעסטירט, נאר מיט דעם פאקט אז ער טרעפט אויס וואס זיין אימבאצוימטער חשק איז דאס ברענגט ארויס מכוח אל הפועל אז דער מענטש איז א טיקינג טיים באמבע זיין עדיקשען האט היילייטעט זיין טיפערע יסודותדיגער פראבלעם.

איצט איז אזוי, מיר קענען טוהן צוויי זאכן, איינס איז אוועקנעמען מחרים ומחריב זיין יעדע זאך וואס אפשר חרוב אין קליע מאכן דעם מענטש, מוועט ווארפן טראסקענען רעכטס אין לינקס, מוועט מסביר זיין פאר קינדער זייערע עלטערן זענען שקצים ציליב די טייפ טעלעפאן קאמפיוטער זיי האבן, מוועט נישט אנעמען קינדער אין די מוסדות וכהנה וכהנה, אין אזוי לויט זייערע ווערטער וועט מען מאכן הצלת הדורות אדער קיום הדורות, מיט דעם וועט מען ראטעווען די פאטענציאלע בעלי עבירה פין קאליע ווערן אין זיין א בכיה לדורות, אין א שמיעס מיט איינע פין די מערכה להצלת הדור האב איך אים געפרעגט וואס איז דאס אזוינסדי טראגעדיע וועלעכע זיי פראבירן צי אפהאלטן? אז עמיצער וועט בטעות זעהן א בילד? עמיצער וועט האבן א שוואכע מיניט? א נארמאלע מענטש מיט א וואילע פרוי וועלעכע שטעלט ציפרידן א מאן אין דער מאן איז א נארמאלע מענטש אן קיין פסיכיאלאגישע פראבלעמען וועט נישט קאליע גיין פין א בילד אדער ווידיאו פאר דעם איז דא תשיבה אדרבה פרעגט ארום אייערע פריינט אנשים מכבדים יעדער האט אמאל געהאט א שוואכע מיניט, פאר אינטערנעט, נאך אינטערנעט, אין סדום, אין מצרים ביי פרעה מאז היתה לגו. דער עסקן האט מיר אנפארטרויט מיט אזא סענעריא, מאכט זיך א אינגערמאן א תמים פין א פרימע שטוב מהאט אים ציזאם געשטעלט מיטנא אישה חשובה מאוד פין א רבישע שטוב בן אחר בן פינעם בארשעווע מגיד, זי מאכט גראדע זייער געשמאקע קיגלן אין א איינס אין די וועלט ירושלמי קיגל אבער אויפן פנים אין געשטאלט איז זי נישט אזוי ווייס איך וואס מקען קיין פאר ברכה נישט מאכן אפילו דער דיין איז מסכים מקען קיין נאך ברכה אויך ניט מאכן, קליין פעשליך איך ברויך אייך נישט געבן די מידות פינקטליך, ביידע זענען זיי ציפרידן ביז גאר זיי זענען זיכער אנע שאלה זיי האבן די בעסטע שלום בית אין די וועלט, דער אינגערמאן ווייסט נישט בחייכון צי זאגן ער האט קיין אנונג וואס געיט פאר אין די וועלט ער ווערט געוואיר די נייעס איינמאל א וואך,אויף די וועטער קוקט ער ארויס בכליון עניים אויפן דבר יום במותו, ער זיצט אין כולל א גאנצן טאג, זיין סיפוק באקומט ער ווען סאיז דא א תיקון ביי זיי מנין דאס איז ביי אים א גיטער טאג, ווער רעדט נאך ווען סאחדאס מאכט א פראטעסט פארענט פינעם קאנצעליי, ווען איין ליבער טאג קומט דע גאנצע זאך צי א האסטיגער אפשטעל, ער האט געהאט ציטריט צי א אימגעפילטעטע קאמפיוטער ער האט געזעהן וואס מברויך נישט דאס האט ערוועקט אין אים א אימבאשרייבליכער נייגער צי זעהן נאך, בשתיקה האט ער איינגעהאנדלט א טעבלעט קאמפיוטער אין איז מער קיין כולל נישט געגאנגן בשעת זיין פרוי ארבעט איז ער געזיצן אינדערהיים אין מיט דורשט איינגעשליגן די גאנצע אינטערנעט אויפאמאל מיטן דעקל ציזאמען, פארשטייט זיך אז זיין אמאליגע שיינע פרוי איז אין פארמאיסט געווארן ער האט אנגעהויבן ציביסלאך באזיכן פלעצער ווי מדארף נישט קודם גענימען א מאססאדזש אין געענדיגט ביי גאל ישראל, עכ״פ דאס שטוב איז ציפאלן דער אינגערמאן שוין היינט א ווייסער היפסטער מיט א בלאנדע מיסיס אין א ברוינע הינט.

לכאורה זעהט אויס ווי א זייער א שטארקע ארגומענט, מזאל אויסראטן טעלעפאנען ממילה וואלט דער אינגערמאן קיינמאל קיין ציטריט געהאט אין ער וואלט נאך היינט געזיצן מיט זיין פרוי געגעסן אייער קיכלעך מיט פאטעטא קיגל, סאיז ליידער אוגנארענט צי גלייבן אז מיטן צילן אויף אויסראטן סעלפאונס מיט קאמפיוטער אנע פילטער דאס וועט פארעכטן די פראבלעם פארקערט דאס איז גאר דער גורם פאר סאך א גרעסערע חורבן מיטן נאמען איגנארענס.

אזא מהלך קען נאר האבן הצלחה ווען מנעמט דעם גאנצן ציבור קיין סיביר ווי סאיז נישטא קיין סעלפאון סיגנעל מלייגט דעם עולם אין באראקן אין מען קאנטראלירט מיט א רעגירנג סטיל שטרענגשאפט וואס קומט אריין אין וואס גייט ארויס, דאס טראנזאלירט צי א קולט.

מיר וואינען ניט אר אין די ליבלארע אמעריקע נאר אין די ליבעראלסטע שטאט אין אמעריקע אין אויך אין די ליבעראלסטע סיטי פין די ליבעראלסטע שטאט, ווילאנג מרעדט זיך איין אז מיטן זיך באגוואלדעווען אויפן ציבור דורך מאניפאלעטן די פרויען מיט קינדער דורך סטראשענען אז דאס וועט ברענגן זיי וועלעכע הצלה לדורות דאס איז א גרויסע טעות.

די צווייטע וועג וויאזוי זיך אימגיין איז נאר דורך פארשטערקן די קוואליטעט פין די חינוך הבנים והבנות, ווי איך וועל שפעטער ארויסברענגן אי״ה, די יסודות מחשבה אין מעשה.

אלץ אן הקדמה וויל אייך איר זאלט פארשטיין איך שרייב דא וואס איר אלץ עלטערן ברויכן טוהן צי מחנך זיין אייערע קינדער, ניטאמאל זאל ענק דאכטן פאר א רגע אז אייער מוסד אדער ישיבה וועט אהערשטעלן דעם סטאנדערט חינוך וואס עס קומט זיך פאר אונזערע קינדער, די אינטערשטע שורה איז אז איר עלטערן ברויכט ארויפשארן די ארמעל אין טאן למעשה, די חדר ווי אייער קינד לערנט איז נישט מער ווי א בעבי סיטינג סערוויס, כמעט וואס זייערע לימודים האבן סיי וועלעכע עפעקט אויפן קינד שפעטער.

א סאסייעטי וועמענס הצלחה איז געוואנדן ווי שטארק פארמאכט די באקס אין וועלכע זיי געפינען זיך איז דאסטינירט צי גיין קאליע.

מיר זיינען אפיציעל חרידישע חסידים, א חסידישער לעבן איז געבויט אויפן תנאי אז דער חסיד וויל מינימאלע גשמיותדיגע באדערפענישן, ער איז מסכום חתונה האבן מיט סיי וועלכע מיידל מברענגט אים ווייל זיין ציל איז צי חתונה האבן אין בויען א שטוב, ער וועט זיך באגיין מיט וואס מהאט אים אראפגעלייגט אויפן טיש, א חסיד איז א לעבנס סטיל וואס דער מענטש ברויך זיך אויסקלויבן פאר זיך אויף זיין אייגענער איצטיגאניוו, מקען מאניפאלעטן מענטשן אנטוהן א געוויסע סטיל יוניפארם מקען נישט בשום אופן צווינגען מענטשן צי זיין די מבחר ומיטב שבישראל במעשה ובמחשבה, מקען עס מאכן אטראקטיוו ציציענד אבער סוף כל סוף דער מענטש אליינס איז דער וואס מוז אפמאכן ווען ער האט שוין שכל וואספארא לעבן ער וויל האבן מיט זיין פרוי, ע״פ רוב ספעציעל דער בעה״בטישע ציבור האט זייער אסאך פאראכטן אויפן געביט פין שדיכים, זיי בעה״בטישע מיידלעך זענען היינט מער געבילדעט אין סאציאליסטישן סצענע, די פרישע מענער זעהן אויס זייער ציפרידן, אין די וואס נישט זיצן נישט פארלייגט נאר טוהען צי די זאך מען גייט צי א ספעציאליסט אין אויב זאגט ער דאס ארבעט נישט איז אויס חתונה יעדער גייט אהיים.

עכ״פ וואס עסקנים זיכן צי ראטעווען זענען די וועלעכע קענען געוואיר ווערן אז זיי האבן לכתכילה נישט געוואלט א אלטרא ארטאדאקס לעבנס סטיל, דאס איז א טענה וועלכער איז אפגעפרעגט אין איגנארענט מתחילתה ועד סופו, דאס קענען זיי סיי ווי נישט קאנטראלירן נאר אין א סעקטע אין סיביר.

דאס אז אינטערנעט קען ארויסברענגן אן אדעקטיווע פערזענליכקייטן איז אויך לעכערליך וויבאלד אדיקשען איז נאר א סייד עפעקט פין א טיפערע באהאלטענע פראבלעם כידע דאס איז ליידער א פאקט סאיז זייער אסאך היימישע עדיקשענס קעיסעס מיט וועלעכע פסיכיאטערס זענען ביזי יומם ולילה אין אלע פוינטן דאס נישט צים מציאות פינעם געטראנק נאר צום טיפערן פראבלעם וועלעכער אדאנק דעם אדיקשען איז עס ארויפגעשווימען לאור עולם, דאס האט שוין די וואלט לאנג איינגעזעהן אין ווערט ציביסלאך מער אין מער איינגעזעהן אז אוועקנעמען מאכן אזאך מיט מעגליכע עדיקשען איליגאל העלפט נישט סטאטיסטיקלי פטור ווערן פינעם עדיקטיוו קאמיוניטי.

די דורכשינטליכער דעת הקהל איז אז מיר האבן אלע אן אלגעמיינער שוואכקייט צו זנות (פיקטיווע אין רעלאטיווע) מיר שערן אלע די זעלבע שוואכקייט ווי דער שמיציגסטער נידעריגער גוי מיר האבן אן אבסעציע פאר שמיץ אין סיי וועלעכע אופנים זיי קימען, די דעת הקהל איז נולד אין געבויט פינעם הארמאטישן אפטיילונג די זכרים פין די נקיבות פין קליינווייז אן, די צניעות אבזעציע וועלעכע באנעמט אלע חרידישע קרייזן ספעציעל סאטמאר ווי די פרומסטע מיידל ווערט אהיימגעשיקט במיעוט צוויי מאל א יאר פאר א האלבע אינטש קורצער אדער לענגערע קלייד, שלא במכוון אדער במכוון באקומט דער חרידישער איד א מעסעידזש אז שמוץ אין סיי וועלעכע פארם האט אן אויסערגעווענליכע חשיבות מער מאלפי זהב וכסף, ער זעהט די ערנסקייט אין אבסעציע מיט וואס פירערשאפט באנעמן זיך צי צניעות וכל כניי דאית לי דאס ברענגט א פרישער רייץ אין נייגער פאר יעדעס דענקער שיש מוח בקדקדו צי שמיץ (ממתקים אסורים הוא מתוקים) דאס וויכטיגקייט אין חשיבות פין יעדע זאך מיט שייכות צי דעם פרוי איז עד שמי מרום קינד אין קייט פארשטייען דאס אויך יעדער איז מסכים אז מיר זענען קליינע ברעקלעך קעגן די ריזיגע מעכטיגע תאוות חוץ פילטערס אין מחיצות הברזל האבן מיר קיין שום מיטל דורכקומען די ניסיונות (דימיונות) מגיט איין בליק אויפן בילד אין באלד גיט מען נאך א בליק מען פארטיפט זיך דערין מבאגרינטעוועט זיך אינעם בילד דערנאך וויל מען זעהן די ווידיאו וחוזר חלילה יעדע פאר טאג בשעת דער יעניגער פארגיסט קינדער לבטלה.. מיטן עסן קומט דאס אפעטיט עס האט זיך אים אנטפלעקט דער עולם ההסתר דאס באהאטענער וועלט וואס מהאט פראבירט מיט אלע פעילות באהאלטן פין אים אין מיט גרויס אפעטיט אין תאווה ער רייסט אויף אלע טויערן וועלעכע זענען ביז איצט געווען הארמאטיש פארשלאסן.

דאס רבותי געשעהט טאג טעגליך ביי אונז אין ווי מער מען שרייט ״פילטער״ אלץ העכער ווערט די תאווה פאר די תמימי לב צו דערגיין
מְנָן וּמָאן הוּא? וואס איז דאס אזוי רייצענדיג תאווהדיג וואס די שררה ציטערט אזוי איך זאל נישט קימען אים בארורונג דערמיט? מהאלט דרשות פאר די בחורי ישובה מען סטראשעט זיי מיטן ארגסטן זיי זאלן נישטאמאל זיך דערוואגן א בליק טאן אויפן טאטנס געפילטערטע סמארט פאון.. רבותי וואספארא מעסעידזש איז דאס פארן בחור? איז עס א פראגע בכלל צי ביים ערשטן געלעגענהייט וועט ער לויפן קויפן די בעסטע גרעסטע סמארט פאון דער מינוט וואס ער גראדיאירט ישיבה!?

די איינציגסטע וועג לענ״ד אויפציהען דורות וועלעכע עס זאל נישטאמאל אינטערעסירן אין נאכלויפן שמיץ בלינדערהייט איז פין יונגווייז אן אריינבאקן אין קינדער אינגלעך אין מיידלעך ״מחשבה״

מחשבה איז זייער א טיפער ווארט אין באנעמט זייער א ברייטע פעלד, וואס עס איז מחשבה פאר קינדער ארבעט נישט פאר בחירים דאס ברויך מען כסדר אויפארבעטן באזירט אויף די עלטער פינעם יארגאנג (א מהלך ווי סאפטוועיר וועלכע באקומט יערליך אפדעיטס) מחשבה איז כולל גדלות הבורא, אמונה, השגחה, תכלית ותועלת הבריאה, חובת האדם בעולמו.

דאס איז מחשבה.

למעשה, לערנען מיט קינדער פין קליינווייז אן.

איך קען זאגן ניין.
איך בין אין קאנטראל פין מיר אליין.
איך קען אפטיילן פיקטיוו פין רעלאליטעט.
מיין סיפוק מוז קומען פין געזינטע מקורות.
סיפוק לשעה איז קיין סיפוק.
נייגער האט געהארגעט דעם קאץ.
וויסן ווען איך בין נישט ציפרידן אין וויאזוי זיך ספראווען דערמיט.

קיינמאל בלייבן שטעקן אין א אימציפרידענעם אינווייראמענט נאר טוהן למעשה מיט חכמה זיך ארויסזעהן דערפין אויף א געזינטע אויסגעהאלטענעם אופן.

ווייסן ווען צי זיכן הילף, וויאזוי צי זיכן הילף, אין פין וועם צי זיכן הילף.

וויסן צי פארנאנצישיידן צווישן גיט אין שלעכט, זיך קענען אפשאצן אין וויסן בהחלט ווען מפארט גיט אין ווען נישט.

חלילה אויב מפאלט דורך מיט סיי וואס, לשמים או ולבריאות, זיך תיכף ומיד אויפהייבן אין פארן ווייטער אין נישט בלייבן שטעקן אין די מאראסט מיט פאראיבל אויף זיך אליינס, דער בורא האט אים שוין פארגעבן נאך פארן זינדיגן, די ארגסטע איז זיצן דערויף וואס דאס איז כידוע די תכלית החטא, ער האט גרעסערע שאנסן דאס זאל זיך נישט איבערחזרן אויב ער טראכט נישט אריין ציפיל אין שלאגט זיך אין קאפ ואכמ״ל.

ליידער דער ביטערע פאקט אז מיר האבן כמעט נישט קיין קוואליפיצירטע מחנכים דעריבער די אויסזיכטן אז אונזערע קינדער זאלן האבן ציטריט צי אזא חינוך איז ממש זערא ממילה ליגט א פליכט אויף אלע עלטערן אליין ווערן קוואליפיצירטע מחנכים אין נישט זיין אינטערן פאלשן פארזיכערונג אז דער מלמד אדער מגי״ש ראש ישיבה אא״וו וועלן אנפילן דעם חלל, טאקע דערפאר ליגט אויף אונז א חוב קדוש צי טוהן אלעס אויף דער וועלט אונזערע קינדער זאלן זיין פעסט געבויט סיי אין מחשבה אין סיי אין מעשה.

די גאנצע איבערקערעניש פינעם פילטער איז א אויגן פארבלענדעניש, זיכער איז וויכטיג צו פארמאגן א פילטער, אבער אין די זעלבע צייט ברענגט דאס ארויס דער אלגעמיינער שוואכקייט וואס מיר האבן צי ניאוף אין זוהמה, אנשטאט צי אדרעסירן די סיבה פארוואס מיר זענען אזוי פארפלעפט אין אבסעסט מיט ניאוף אין אנעמען מיטלן צי בעסער מחנך זיין קינדער שרויפט מען ארויף דאס חשיבות פין זוהמה מיטן אנצייגן פאר יונגלעך מיט מיידלעך אז גארנישט פארנעמט נישט אזא אויבן אן ביי הנהלות אין קהילות ווי זוהמה, די פירערשאפט וואס באשטייען ע״פ רוב פין בעלי ניאוף כידיע פראבירן פארעכטן זייערע חסרונות דורך איינצוימען אין באצווינגן אנדערע מער ווי זיי ווילן זיך אליינס (A psychological term that effect
people in power for example
http://www.telegraph.co.uk/news/science ... finds.html
די תוצאה דערפין איז אז מענטשן וועלעכע וואלטן קיינמאל נישט געזיכט זוהמה אויפן קאמפיוטער ציליב נארמאלע מאראלישע סיבות, באקימען יעצט א פרישע רייץ דערפאר מחמת די פאבליקאציע וואס די ממשלה האט געמאכט דערפין.

א נארמאלע מענטש וועלכער איז א תלמיד פין דעם אינהאלצרייכער חינוך סיסטעם מחשבה למעשה האט א נאטירליכער פארשטאנד פארנאנצישיידן עטישע מאראלישע סיפוק פין סתם פיקטיווע נידעריגע חיי שעה וואס דער עולם הזוהמה האט אהער געשטעלט צי באפרידיגן ליידיגע מענטשן, אזא מענטש קען אפילו דיוועלאפן אן עקל צי פאלשע ניאוף (ניאוף וזוהמה בכללות איז פאלש כידיע בפלוזופיע ואכמ״ל)

למעשה:

דא אין ק״ש וויל מען וויסן למעשה וואס טוהמער.


זייט מער אפען מיט די קינדער, די סודותפילע אינווייראמענט טרייבט ארויף פילפאכיג די חשיבות פין זיהום, לערנט מיט זיי די רש״יס וואס מען לאט אויס, אויב זיי פרעגן שעלות ענטפערט זיי בכחמה, טייל פין אונזער סאסייעטי איז דאס באהאלטן פין קינדער די גאנצע מסכת געבורטס פאזע מהאט א אימבאשרייבליכע פחד צי רעדן אפען מיט די קינדער דערוועגן, די פאקט איז אז אינגאנצן אפאר דורות ציריק איז מען געווען מער אפען מיט די קינדער, מהאט מיט מיר אלץ קינד געלערנט מער פין די רש״י ווי מלערנט מיט מיינע קינדער.

איך ווייס סוועט זיין עמיצער וועט פרעגן ״גוים יוכיח״ דארט איז מען יא מער אפען אין סגייט דארט א הפקר וועלט, איר ברויכט פארשטיין אז דאס וואס דארט איז הפקר איז א תוצאה פין א חינוך וועלעכער איז ליידיג פוסט אין העכערט די חשובות פין ניאוף אין זוהמה דורך די פארקערטע זייט, די פילמען אין טעלעוויזשן וועלכע די גויאישע קינדער קיקן איז נאר פיל מיט דעם, ביי אונז ווי עס ב״ה עקזעסטירט נישט די אלע זאכן איז א דבר פשוט אז מיטן האבן נענטערע באציאונגן מיט די קינדער וועט עס האבן א פאזיטיווער אוסקום אויף זיי.

נעמט זיי אין די שטאטישע גאסן אין מאנהעטען אין אין די פארקס אין לערנט זיי כזה ראה וקדש, אז אפילו מאיז אין די גאס אויב מזעהט עפעס בטעות גיי ווייטער אין קוק נישט נאכאמאל, געדענקט אונזערע עלטערן האבן זיך באזעצט אויף די באדן אין אזא מקום זימא ווי נ״י מיר האבן קיין ברירה נאר אויסלערנען די קינדער במעשה וויאזוי מפירט זיך אויף אים די גאס אם לא אכשיו..

מיר טארן זיך נישט לאזן נארן, יעדעס קינד וועט דורכאויס זיין לעבן זיך טרעפן מיט א אימגעפילטערטע קומפויטער אדער טעלעפאן, עס ליגט אונז א חיוב אויסלערנען די קינדער וויאזוי זיך אימציגיין דערמיט ווען די צייט וועט קומען דורך זיך אראפזעצן מיט אים אויף א אימגעפילטערטע קומפויטער אין צייגן וועלכע וועב זייטלעך איז חזיר טרייף, אים מסביר זיין וואס די פסיכיאלאגישע תוצאות זענען פין פארברענגן צייט אויף די וועב קיקן ווידיאוס אין ליינען בלאגס אין נייעס א גאנצן טאג, די רוחניותדיגע אין גשמיותדיגע פארלוסט אא״וו

דאס קינד אדער בחור ווען ער הערט דאס פין זיים פאטער וועם ער ליבט לאט עס איבער א רושם אויף אים זיין גאנץ לעבן, נישט ווען ער הערט עס פין זיין שונא נומער איינס זיין ראש ישיבה מנהל אז ער וועט פליען קאפ אראפ פיס ארויף פין חרידישן אידענטוהם אויב כאפט מען אים מיטן קליגן טרייבל.

איך רעקאמענדיר עלטערן זאלן אויסהערן לעקטשורס פין חינוך כסדר אויף יו טיב איז פילצאליגע אמתע עקספערטן אין חינוך אויף אלע געביטן, א שטייגער ווי ״מאנוס פרידמאן״ YY JACOBSON, Josef mizrachi, אין נאך, רבותי איך קען אייך נישט גענוג ווארענען, ערווארט נישט קיין אינהאלטסרייכע חינוך פין ״קיינעם״

איר זאלט וויסן אז עס איז נישט ווי מאנכע ווילן איר זאלט גלייבן אז עס איז א מדריגה ווען זימה פארנעמט נישט קיים חשוב אויבן אן ביי איינעם בכלל נישט, יעדער איינער קיים חילוק ווער קען ציקימען דערצו מיט א געזינטע ערצוהונגס סיסטעם וואס דער מקור קומט פין שטוב, פין זיין טאטע אין מאמע.

מיר זענען ב״ה געבענטשט מיט גרויסע שטיבער אין לא יאומן מאכט זיך א קינד ער פאלט ארויס די עלטערן באמערקן אים נישט ער באקומט נישט די ליעבשאפט ווארימקייט אין אטענטשן וואס א קינד מוז ציקימען ווי ליפט צי אטעמען, אזא קינד איז די ערשטע צי פאלן קורבן צי זימה, דאס גיבט אים פיקטיווע צורך השעה פרייע ליעבשאפט אין זיין אייגן וועלטל, רבותי מאכט אייך א חשבון הנפש פאר איר באשאפט א גרויסער שטוב מיט פיפצן נפשות גייט איר אין אייער פרוי האבן די מעגליכקייט זיך אפגעבן מיט עפעס קינד? האט איר בכלל געדולד צי קינדער?
גייט איר קוים ווארטן דער באס זייערע זאל זיי אפנעמען אין פטור על עסק?
גייט חדר אדער סקול זיין פאר אייך א ישועה אראפנעמן די קינד פין קאפ?
דאן ביטע זייט אזוי גיט עס איז בעסער דאס קינד זאל נישט אראפקימען צי אייך, דער רבוש״ע וועט שוין טרעפן ווי אים צי פלאצירן מיט א געזינטע משפחה ווי מוועט זיך אפגעבן מיט אים.

די אלע צרה לייט פין וועמען מיר ליידן זיך אן, אנגעהויבן פין די רבנים אין געענדיגט ביי די שכר לימוד קאלעקטארס קומען פין אזוינע שטובער ליידער זיי גיבן ארויס זייער פראסטרעשאן אויף זייערע אינטערטאנען, ביטע מיר האבן געניג פיי זיי באשאפט נישט נאך.

הערט נישט אויס די וואס שרייען אז איר זענט נישט אימשטאנד צי באוועלטיגן אייער ייצר יא איר קענט יא זיך באהערשן ווען איר וואלט וועם אויפגעצויגן געווארן מיט א אינהאלטסרייכער תורהדיגער חינוך, ליידער אונזערע מחנכים זענען פארנימען דעם מעת לעת זייערע אויפקימען מיט איין תקנה נאכן צווייטן...
די הויזן
דער פאסיג
די ברילן
די קאפל
די שיך
די קאלער
די זאקן
די סקורט
זימער מעג מען גיין מיט א טורטל נעק ווינטער נישט.
די האר
די פנים
די ליסטע איז לאנג

וואס ערווארטן מיר פין קינדער מיט אזא נארישע ליידיגע חינוך? חיצוניות חיצוניות חיצוניות דאס באכעט מען אין זיי אריין אגאנצן ליבן טאג, וואס מיינט איר די רגע זיי זענען אינדרויסן פין סקול פארברענען זיי זייער גאנצע טראגע שמירן זיך אן פין קאפ ביז פיס אין די גאנצע לעבן זייערע דרייט זיך ארום די חיצוניות!!! פארוואס? ווייל דאס האבן זיי געזעהן ווי וויכטיג דאס איז, דאס פארנעמט די אויבן אן ביי די ממשלה איז עס דעם א שאלה פארוואס אונזערע מיידלעך זענען די ליידיגסטע קעפ צווישן אלע אנדערע שולעס?

רבותי נעמט אייך אין האנט אריין מיט אייער בני בית הייבט אן הערן שעירי חינוך פין די עכטע עקספערטן מאכט א פלאן א צייט א פלאץ ווען איר וועט זיך אוועקזעצן מיט יעדעס קינד אדער אלע ציזאמען, שרייבט אייך פאר שעירים, עס איז דא אויף די אינטערנעט א שלל מיט דרשות באגלייט האט איר דא א לינק פאר אן עקזעמפעל וואס הייסט עכטע חינוך.

איך וועל איה פראבירן ציזאמקלאפן אסאך לינקס וועם צייט וועט ערלויבן.
http://theyeshiva.net/item/2464#.VXpKCDggosY.mailto

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר