פארטאגס

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

פארטאגס

שליחה דורך ליפא »

''פארטאגס'', די צייט ווען פארש'כלב'טע האלב שלאפעדיגע קינדער און בחורים לויפן ארויס פארצאפעלט צו כאפן דעם באס וואס וועט זיי טראגן אין חדר אדער ישיבה צו אפרעכטן ''פארטאגס''. פארוואס רבוש"ע פעלט עס אויס איז מיר שווער געווען יעדן איינציגן ''פארטאגס'', איך בין קוים געקומען צום טעם פונעם נאכטיגן שלאף ווען די בייזע וועקערס שרייען אז ס'איז ''פארטאגס''! מ'דארף גיין אין ישיבה פרעג נישט פארוואס, ס'איז פארטאגס! א צדיק האט געהאלטן אז פארטאגס גיי איך מיט מיין דריי פערטל פארשלאפענעם מח פארשטיין די סוגיא בעסער.
אז איך בין אנגעקומען אין ישיבה האב איך שוין געהאט מיין מקום קבוע וואו איך האב זיך אויסגעשטרעקט אויפן באנק אין א חדר צימער מיין מאנטל פאר א קישן און ממשיך געווען דעם חלום וואו מ'האט גענדיגט.
אז ס'דא בחורים וואס ווילן און קענען באווייזן אויפצושטיין נו איז זייער חשוב, מאך עס פאר אן אפציע געב אפילו פרסים מיט תעודות. פארוואס אבער דארף מען פייניגן אזויפיל אינגע קינדער וואס האלטן דאס נישט אויס ? איך האב זיך דערמאנט פון ''פארטאגס'' ווייל א סערוועי איז יעצט ארויסגעקומען פון די CDC וואס ווארענט אז שולע קינדער אין אמעריקע הייבן אן צו פרי סקול יעדן טאג, נאך פאר די רעקאמענדירטע 8:30 און דאס קען ברענגען קראניק שלאף דעפריוואציע.

מ'דארף זיי זאגן ווען מ'הייבט ביי אונז אן, 5:30 פארטאגס אין א קאלטן ווינטער נאכט דארף א בחור ארויסקריכן פון בעט לויפן אין די קעלט צו ישיבה. רשעים.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר