ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:52 am

טו טו טורורו טו, דער רבי איז שוין דא-טא, דע רבי איז שוין דא. דער בער איז אויפגעשטאנען פון שלאף, #נעווער סעי נעווער.
קוואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאטער! (קרעדיט: מאיר גוטמאן, בארא פארקער שמש ענד קא.)
מזל טוב מזל טוב, ראובן האט מיך א נאמען געגעבן חיים שטערן, פארט פון זיינע משוגעתן, קרא שמו בישראל, כ'ווארט יעצט מיין מזל זאל זיך טוישן.
כא'געזאגט פאר ראובן ער זאל זיך אויסטון זיין שניפסל און באזייטיגן די בליי פון זיין אויער און די רויטע פעדער פון זיין הוט, מ'קען נישט אזוי פירן קיין פארמעסט, מ'דארף ארומטשילן מיט'ן עולם, קלאפן פלייצעס און גלעטן בערד (קרעדיט: אפטעמיסט), און אזוי ווערט א מצב, קיינער גייט נישט קלינגען דיין בעל און זיך פארנויגן 'געערטער מאיעסטעט כ'האבן אן ארטיקל פאר אייער עקסעלענץ.'
טאכלעס גערעדט, א פארמעסט איז אין גאנג, מ'גייט אריינשיקן ארטיקלען און דער עולם גייט רייך ווערן פון די גיפט קארדס, איך בין איינע פון די זשאזשעס, סאו פליז, די סיסטעם איז נישט ריגגד, קיינער זאל מיך נישט שיקן קיין ארטיקלען.
אסאך שיינע ארטיקלען זענען שוין אריינגעקומען (כ'ווייס אבער נישט געהעריג פון וועמען, ראובן האלט מיך אין דער טונקל) און מ'דארף און מ'קוקט ארויס אויף נאך.
די דעדליין איז טייט, ר"ח אלול, די פיש אין וואסער ציטערן שוין, ווער ס'איז "אין" זאל שיקן אן אישי פאר ראובן און ווען מ'קען ערווארטן זיין ארטיקל, ווער עס דארף נאך חיזוק קען קומען צו מיר אין אישי און כ'על אים פרובירן צו מחזק זיין אז ער זאל שרייבן.
נאך איין פוינט, "שרייבן פארמעסט" איז עפעס א זויערע קעפל, בערך ווי "א ווארט פון דער רעדאקציע", כ'דארף עפעס יוניק, עפעס פריש, ווער האט א גוטן טעגליין? ווער קען מאלן עפעס א שיינע מאסקאט ווי זושאלע פון קינדליין? וואו זענען מיינע גראפיקער? עפעס א שיינעם לאגא, רויטע ביזטא? די עד פאר'ן פארמעסט אין וועקער איז געווען טויטע באנקעס לדעתי, האט אויסגעזען ווי א נוסח המציבה, מ'דארף אביסל גוטע ברענדינג פאר דעם פראיעקט. ווארפטס אריין אייערע געדאנקען און שפעקולאציעס און לאמיר מאכן קאווע שטיבל גרעיט עגעין לעיק נעווער עווער בעפאר.
#דער_אלטער_פאטער_יאנקעב_ער_איז_א_הייליגער_מאן
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6332 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:59 am

דאס וואס איינער האט געשריבן דארט אין אשכול אז דער שרייבן פארמעסט איז אין גאנג פון די לעצטיגע כשרונות פארמעסטן איז סתם דאמירן בעלמא ווייל מיר האבן געהאט דא א פאעזיע פארמעסט מיט אזעלכע לייבן ווי קאווע טרינקער און לעמאן זשוס זכותם יגון ואנחה, נאך ווען יענער איז געווען אין די ווינדלען און דאס האט נאכגעפאלגט מיט דער היסטארישער שושנים פארמעסט.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6332 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 1:07 pm

העלא כוכב!

אם כוכב כאן, הכל כאן.

ווי כוכב האט געזאגט, נישט ער און נישט די אנדערע ריכטער וועלן זען די נעמען פון די מחברים ביז נאכ'ן אויסקלויבן די געווינער, כדי די ריכטער זאלן קענען מאכן באשלוסן ריין אן קיינע נגיעות.

און יא, עס זענען שוין אריינגעקומען עטליכע ווערק, און אלע ווערק וועלן צוזאמען איבערגעגעבן ווערן פאר די ריכטער אום ר"ח אלול.

שיקטס אריין אייערע סחורה (און דערצייל נישט פאר קיינעם, אבער אז דו שיקסט עס גענוג פרי אריין, וועל איך דיר קענען אביסל "גיידן" וויאזוי צו מאכן נאך שענער און בעסער).
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7666 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 3:48 pm

איך האלט באמת אז ווען ס'קומט צו שרייבן פיקציע איז די הימל די לימיט, לערנט אייך פון יצחק וואלד, איין חודש שרייבט ער א חלום וואס לא היה ולא נברא, די נשמה נעמט ער מיר ארויס ביז מ'טרעפט דעם צולייגער אין בעט אונטער די קאלדרע, א צווייטע מאל שרייבט ער א מעשה וואס האט נעכטן געקענט געשען מיט מיר און דיר און ס'אנטהאלט נישט עפעס באזונדערס, ס'הענגט אין דער לופטן, ס'מיינט נישט גארנישט און ס'זאגט נישט גארנישט, קיינער ווייסט נישט וואס די מעשה דארף צו קויפן, ס'איז א ראמאן אן קיין ראמאנס און א דראמא אן קיין דראמא, און דאך מאכט עס א גוטע געשיכטע!...
והנוגע לענינינו, אז איר ווילט שרייבן א געשיכטעלע פאר'ן שרייבן פארמעסט, געדענקט אז די סקיי איז דע לימיט. קענסט שרייבן א סייענס-פיקשען סטארי ווי הארי פוטער און שלשה אחים, און פונקט אזוי קענסטו גיין ביז צום אנדערן עקסטרעם און באזירן א געשיכטע אויף ווירקליכע איבערלעבענישן פון טאג צו טאג, און בויען די קערעקטערס אויף דיינע ארומיגע מענטשן וועמען דו קענסט.
אלנפאלס, איך קוק ארויס צו ליינען דיין ארטיקל וואס דו שיקסט אריין, צי קאמעדיע צי דראמא, סיי וועלכע זשאנער פון סטארי-טעלינג דו וועסט אויסוועלן, וועט עס מיר זיכער פאראינטערסירן, געדענק נאר, לאז די פאנטאזיע שפינען דעם געוועב און נאגל דיך נישט אראפ צו קיין שום דאגמעס.
בהצלחה
#טירן_טויערן_וועלן_זיין_אפן
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6332 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:10 pm

אלע ארטיקלען וואס שרייבערס שיקן אריין פאר דעם פארמעסט גייט אריינגיין אינעם וועקער?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1018
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:21 pm

יעדער ארטיקל וואס איז פאסיג צו ווערן געדרוקט וועט געדרוקט ווערן.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7666 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:08 am

פשיהא, כוכב אין די האוז!

מיט כוכב׳ן צווישן אונז איז ערווארטעט א ערענסטע פארמעסט פון חברי השטיבל, כוכב איז כל כולו מצב, אז מ׳קוקט צוריק די היסטוריה פון שטיבל זעהט מען אז דער חיים שטערן איז מלא טעלענט, עפעס א רוח שאינו מצויה, ער האט עפעס די שפראך צו יאגן און פאדערן דעם עולם, כ׳האב שטארק מורא אז ער איז דער וואס שטייט ביים בור און שרייט ׳א טובל און ארויס׳ ׳בחור׳ל וואס טוסטו דארט אזוי לאנג׳ (גילו?)

נו געגאנגן, זיך נעמען שרייבן און אריינשיקן, ׳די לעצטער כאפט א שמוץ׳ (קרעדיט כוכב)
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1659 מאל

Re: ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"

הודעהדורך פליקער » זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:34 am

'שריפט שטיבל' דאס איז וואס איך העט וועין געקלערט
איך קלער אז דער געווינער זאל באקומען עפעס א טיטל אויף זיין ניק, ווי א סערטיפייד 'שריפטלער' אנשטוט 'שר האלף'
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1651
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3447 מאל

הודעהדורך כוכב » זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:30 pm

כהאב באמת נישט קיין אנונג ווער עס האט שוין יא אדער נישט אריינגעשיקט אן ארטיקל, אבער נאכ'ן ליינען דעם שבת דער ראדמינער פראצעס פון @דער געוואגטער יונגעל וויל איך דא עפענען א פעטיציע אז געוואגטקינד ווי ראובן רופט אים, זאל אריינשיקן אן ארטיקל צו דעם פארמעסט.
ער האט א כוח פון שילדערונג חד בדרא. ווען ער האט אראפגעמאלן די רויעך פון די דאמף שיף וואס פארלאזט די האפן אין פראנקרייך האב איך געשפירט ווי די רויך קנוילן פאטשן מיר אין פנים און דערשטיקן מיין אטעם.
ווער עס וויל אונטערשרייבן די פעטיציע זאל געבן א לייק. (כ'הא א לייק דעפיציט, ווארף אריין א לייקל צוויי און האב אינזין בשם כל ישראל ועל דעת מרן מהרשש משזר ז"ל וכל הצדיקים. טענקס.)
#גיימער_קיין_דותן
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6332 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:19 pm

שכח @כוכב. דו פנים מיינע שיינט ווי א חתן נאכן ערשטן קיש...
כ'גיי לכאורה נישט קענען אנטיילנעמען אינעם קאנטעסט דאס מאל.


אבער ס'קומט דאס מאל א גוט שטיקל ראדימנע וואס פארמאגט שטיקער דראמא... פון די סמעטענע...
#בלויז_18_און_העכער
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1312
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1851 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3372 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:22 pm

דער דעדליין פאר'ן פארמעסט איז קומענדיגע וואך מיטוואך, בדר"ח אלול, און ר"ח דערנענטערט זיך מיט שנעלע טריט. רבותי, כאפטס אריין!
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7666 מאל

Re: ברעיקינג: כוכב איז א דזשאזש אויפ'ן "שרייבן פארמעסט"

הודעהדורך מפוזרי » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:24 pm

איך בין געווען זיכער אז ס'וועט זיך רודערן.
דער רודערער איז איינגעשלאפן ביים רודער?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט