שלא שינו את לשונם - וועקער 12

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

שלא שינו את לשונם - וועקער 12

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג אפריל 08, 2018 7:39 am

הערות, קאמפלימענטן, און קריטיק זענען וועלקאם.

לכתחילה האב איך אנגעהויבן אלץ א קורצע תגובה צו משה חזן, אבער זעהענדיג אז די מעשה מיט ר' פייש פישמאן - וואס ווערט כמעט נישט דערמאנט אין די היימישע היסטאריע ספרים און ביכער - און די גאנצע הונטערגרונד פון שפראך אין די תקופה איז ווערט אן אפהאנדלונג בפני עצמו, ספעציעל אין די צייט פון פסח, האב איך געשריבן דעם ארטיקל.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2145
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1760 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1674 מאל

Re: שלא שינו את לשונם - וועקער 12

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 08, 2018 4:47 pm

אן אייזענעם פארש ארבעט. אין די היינטיגע פלאטשיגע קולטור, האט פאסירט א ריכטיגע שריט, מיט דעם אויספארשען די פרטים און חילוקי דעות אין די דעטאלען פון דער טיילונג. ליידער בויען אסאך מענטשען יסודות און הלכות בלויז אויף מעשיות, און זיי ווייסען ניטאמאל די קראנטקייט פון די מעשה׳ס מיט די הינטערגרונד.

א גרויסען דאנק, און מיר האפען צו זע׳ען א גאנצע חיבור אויף דער טיילונג, להוציא מלבו פון די מסלפי ההיסטוריה, פון בני ברק און אנדערע מקומות, ווי זיי פארשטייען נישט די וויכטיגקייט פון די פרטים.

כה לחי!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7728
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7295 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אפריל 08, 2018 6:08 pm

א הערליכער און גאר שטארקער ארטיקל. "שלא שינו את לשונם" גיט א גאר גוטן פערספעקטיוו אויף דער אידישער שפראך, און וויאזוי עס איז געווארן אן "עיקר" אין אידישקייט. כ'קוק ארויס אויף @ריכטיג'ס ארטיקל פון דעם נעקסטן שטאפל אין אט דער עוואלוציע, וואס פירט אונז צו דער אסיפה אין מיהאלאוויץ.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2204
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8765 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אפריל 08, 2018 6:35 pm

זייער א שיינע ארטיקל. זייער קלאר געשריבן. גאר אייגנארטיג, אינפארמאטיוו און זייער באלערנד. געווען איז אמת'ע שמחת יו''ט צו לייענען.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1618
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך פאלקמאן » זונטאג אפריל 08, 2018 10:11 pm

א הערליכע ארבעט! איך האב נישט געוואוסט אז דער כתב סופר מיט ר' הלל קאלאמייער האבן געהאט אזא שטארקן ריס בנוגע דער פראגע וויאזוי צו רעאגירן צו השכלה. העכסט אינטערעסאנט!
פאלקמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 5:38 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 08, 2018 11:21 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אן אייזענעם פארש ארבעט. אין די היינטיגע פלאטשיגע קולטור, האט פאסירט א ריכטיגע שריט, מיט דעם אויספארשען די פרטים און חילוקי דעות אין די דעטאלען פון דער טיילונג. ליידער בויען אסאך מענטשען יסודות און הלכות בלויז אויף מעשיות, און זיי ווייסען ניטאמאל די קראנטקייט פון די מעשה׳ס מיט די הינטערגרונד.

א גרויסען דאנק, און מיר האפען צו זע׳ען א גאנצע חיבור אויף דער טיילונג, להוציא מלבו פון די מסלפי ההיסטוריה, פון בני ברק און אנדערע מקומות, ווי זיי פארשטייען נישט די וויכטיגקייט פון די פרטים.

כה לחי!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: א טייל פון די וועלכע פארשטייען נישט (אדער ווילן נישט פארשטיין די יסודות און די פאקטן ארום די טיילונג) וואוינען אין א געגנט אין ברוקלין, נישט ווייט פון די גרויסע וויליאמסבורג בריק. און זיי רופן זיך נאך שטעטעלעך אין אונגארן וועלכע האבן יא, אדער נישט עקזיסטירט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12305
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13685 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7842 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג אפריל 09, 2018 2:44 pm

מוראדיג אן אינטערעסאנטע ארטיקל.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2373
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4727 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6586 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 09, 2018 3:38 pm

זייער הנאה געהאט. רייך מיט אינפארמאציע און רייך אין שפראך.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4823
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9680 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9370 מאל

הודעהדורך בן אדם » פרייטאג אפריל 13, 2018 1:05 pm

הערליך! איך ווארט שוין פאר דעם נעקסטן מאמר!
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג אפריל 13, 2018 2:36 pm

כבר כתבתי במקו"א:

הוגה האט געשריבן:איך וויל דיר שטארק באדאנקן פאר די העכסט אינטערעסאנטע ארטיקל, שטיקער היסטאריע וואס וואלטן נישט געווען באקאנט פאר אונז ווען נישט דיר. א גרויסע יישר כח.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2761
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6189 מאל

הודעהדורך גדליה » מוצ"ש אפריל 14, 2018 9:34 pm

כ'האב דעם שבת דורכגעליינט דעם מאמר און גרויס הנאה געהאט. א גרויסן ייש"כ.
וואס כ'ווייס איז איין זאך, און וואס איך וויל דיסקאסירן מיט דיר איז א צווייטע זאך.
- ר' קאך לעפעל נ"י
גדליה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

הודעהדורך שמערל » מוצ"ש אפריל 14, 2018 10:18 pm

אויך געלייענט דעם ארטיקל שבת און גרויס הנאה געהאט. כ'האב ממש לעצטנס געלייענט אויף וויקיפידיע, די היסטאריע פון אידן און אונגארן, פון וואס ס'איז מיר אויסגעקומען א אינטרעסאנטע מסקנא.

לעולם דאס וואס אין אונגארן איז בכלל געווארן א מערכה וועגן אידיש, איז נישט אז אין אונגארן איז אידיש געווארן פארהייליגט און אין אנדערע מקומות נישט, נאר פונקט פארקערט, אין אנדערע לענדער ווי פוילן און ליטא איז אידיש פארבליבן די שפראך פון אפילו די פרייע אידן, נאר אין אונגארן איז נישט אזוי געווען, נאר אידן האבן אלע גערעדט אונגאריש, עד כדי כך אז די מער שוואכערע האבן שוין בכלל נישט פארשטאנען קיין אידיש, און פארדעם איז דארט בכלל געווען א מערכה צו מ'מעג זיין א דורש לועז אין בית מדרש, אז די פשוטי עם זאלן קענען פארשטיין וואס מ'רעדט.

נו וואס איז טאקע די סיבה פארוואס אין אונגארן איז די גויאישע שפראך געווארן אזוי פאפולער? אויף דעם איז מיר אויסגעקומען די תירוץ ווי דער שרייבער רירט אביסל אן אינעם ארטיקל, אז ביז פאר נישט קיין סאך פריער פונעם זמן החתם סופר, האבן אידן כמעט נישט געקענט וואוינען אין אונגארן, אין רוב מקומות בכלל נישט, און ווי יא איז עס געווען מיט שווערע גזירות און שטייערן. דאס האט זיך געטוישט ווען די מאדיאראן האבן געאפפערט פאר די אידן פולע גלייכבארעכטיגונג פאר די אויסטויש אז זיי גייען אנהייבן צו שטודירן די גויאישע שפראך און זיך מער איינעגלידערן מיט זיי. די אידן האבן זיך צוגעכאפט דערצו, און נאך עטליכע יאר האט טאקע די אונגערישע מלוכה ערלויבט פאר אידן זיך געהעריג צו באזעצן אין גאנץ אונגארן.

דאס האט געפירט אז א אסאך אידן האבן זיך אנגעהויבן באזעצן אין אונגארן און וויבאלד זיי האבן אלע געברויכט לערנען די גויאישע שפראך, האבן זיי שטארק מצליח געווען פינאנציעל פיל מער פון זייערע ברודער אין די אנדערע לענדער.

עס איז איראניש אז מען לערנט אפ פון די אונגארישע אידן זייער מלחמה בעד די אידישע שפראך, בעת וואס די עכטע מוסר השכל איז, אז די גאנצע אונגארישע אידנטום וואס האבן גענאסן פון א ברייט בעלבאטיש לעבן, ובתוכם רוב פון אונזערע עלטערן די וואס זענען פארבליבן יראים ושלימים ערליכע ארטאדאקסישע אידן ביז היינט, איז נאר צושטאנד געקומען א דאנק די 'גזירה' פון די ארטיגע רעגירונג צו לערנען אונגאריש, וואס אפילו די גאר פרומע אונגארישע אידן האבן אלע געקענט ליינען און שרייבן די גויאישע שפראך.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 6:05 pm
האט שוין געלייקט: 1109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

Re: שלא שינו את לשונם - וועקער 12

הודעהדורך פליקער » מוצ"ש אפריל 14, 2018 10:55 pm

גם אני מצטרף צו אלע אז די ארטיקל איז גאר באלערענד רייך און שטארק אינפארמאטיוו.
א דאנק.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1680
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3531 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג אפריל 22, 2018 11:36 am

@ריכטיג האט א געבענטשטע הערליכע פעדער, עס האט זיך געליינט געשמאק און פליסיג, כווייס אז אסאך ארבעט איז אריין אין איר. איך האב עקסטער הנאה געהאט, ווייל אפאר נקידות האב איך שוין אנגערירט אין מיין ארטיקל פאריאר, שם, לשון, מלבוש. און דו האסט דאס עלעבערירט אסאך שענער און רייכער. יישר כוחכם.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1853 מאל

Re: שלא שינו את לשונם - וועקער 12

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 16, 2018 10:21 am

ליינענדיג די ארטיקל, זעט מען א מורא׳דיגע נקודה, וואס מרוב פשטותו קען עס פארגעסען ווערען.

אין יעדער מערכה בלייבען בעיקר די קול קורא׳ס און תשובות לנצח נצחים. די עולם העשייה שטימט נישט אייביג מיט די פאבליק אויסדרוקען, אבער מרוב הימים קענען אסאך פון די עולם המעשה פארגעסען ווערען. ווען מ׳לערנט אפ היסטוריה נאר דורך די שטאנדפונקט פון די אפיציעלע פאסירונגען, פעלט א ריזיגע חלק פון די געשיכטע.
ריכטיג האט אונז באלויכטען די אויגען מיט אנדערע פרטים אין די היסטארישע מערכה, ודון מינה ואוקי באתרה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7728
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7295 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט