מיט'ן רבי'ן אין קאנטרי - וועקער 13

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

מיט'ן רבי'ן אין קאנטרי - וועקער 13

הודעהדורך רויטע וואנצעס » זונטאג יולי 29, 2018 12:43 pm

נאסטאלגישע זכרונות פונעם קאנטרי באשריבן דורכ'ן קינד וואס לעבט נאך אין מיר ביז'ן היינטיגן טאג.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4820
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9662 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9353 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:35 am

כ'שרייב נישט קיין פאנטאזיע. א בילד פון מיר בשעת'ן צוגרייטן דעם סיין פאר'ן רעבין.

איר געדענקט מיך פון אלס קינד, אדער איר כאפט וועלכע רבי? שא! קום זאג העלא פריוואט :)
בייגעלייגטע פיילס
eee.jpg
eee.jpg (32.87 KiB) געזען געווארן 1259 מאל
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4820
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9662 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9353 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 11:08 am

הערליכע באשרייבונג!
אבי מ'זאגט אז אלע ארטיסטן זענען געלינקטע...
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2135
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1662 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 11:49 am

ריכטיג: אפשר אידעאלאגיש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7763 מאל

הודעהדורך תנחום » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 2:21 pm

פארוואס איז די בילד נישט אריין אינעם וועקער?
אינני מסכים למילה מדבריך, אך אהיה מוכן להיהרג על זכותך לומר אותם(וואלטר)
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:56 pm

טאקע א שאד. ערשט געטראפן איבער שבת.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4820
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9662 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9353 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 7:39 pm

זייער הנאה געהאט. יישר כח.
בא ליטאי לפני ר' יואל מסאטמאר ואמר לו: רבי לימדני דרך הבעש"ט על רגל אחת. דחפו בויואל משה ואמר לו: נשתכח.
בא לפני ר' מענדל מויזניץ ואמר לו לימדני דרך הבעש"ט. אמר לו: דהיינו שוואנצאנות, ואידך פירושא זיל גמור.
גדליה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 316
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 552 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 8:56 pm

א הערליכער ארטיקל, מ'איז אזויפיל געוואוינט צו שרייבן די נעגאטיוויטעט פון רביס ווי שיין איז צו הערן א פאזיטיווע זייט.
הרב אדמדם האט בייגעשטייערט אזויפיל ווי דריי ארטיקלען צום יעצטיגער וועקער, שטימט?
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4703 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6563 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:09 pm

שמעו נא רבותי דיינים מומחים,

איך האב געליינט דעם ארטיקל און זיך פשוט באלעקט די פינגערס. עס איז ממש הערליך! וואונדערבאר שיין.
איך ווייס פון וועלכן רבי מ'רעדט: דער סקולענער רבי שליט"א (כ'האב געזאגט פאר רויטע אין אישי אז ס'שיינט מיר צו זיין דער סקולענער רבי, און ער האט עס מיר באשטעטיגט און געגעבן רשות ארויסצושרייבן), און דער רבי איז טאקע ווירקליך אזא זיסע סארט צדיק'ל וואס פארוואנדלט דעם ארטיקל אין אן אויטענטישער שילדערונג פון אן אינטערעסאנטן פערזאן, פון יאאאאארן צוריק, וואס מיר וואלטן נישט געזען אדער געהערט ערגעץ אנדערש.


אבער רויטעלע, דער אמת איז אז די ארטיקל זעלבסט איז עפעס וואונדערבאר און הערליך שיין אראפגעלייגט פון יעדן אספעקט. דו האסט אויסגע'משל'ט די בריאה, נאטור, קאנטרי לייף, און מאסקיטאס מיט פרעש אזוי לעבעדיג, און פארט האסטו נישט מגרע זיין פון אראפלייגן אזוי ריין און לויטער דעם דמות פון סקולענער רבי, מיט די אהבה און די איבערגעגעבנקייט.

וואס איז יא א חידוש גדול מופלג בעיני, איז א נייע סטיל שרייבעריי וואס כ'האב ביז יעצט נישט עכט געזען ביי דיר. דו האסט געשריבן אסאך שטיקלעך מיט זאפטיגע מליצות אזוי ווייט, אז כ'האב אנגעהויבן צו קלערן אז שלום עליכם איז נתגלגל געווארן אין דיר.

קודם כל, געוויסע קטעים זענען געווען אזוי גוט אז כ'האב מיך פיין געלאכט פון די דזשאוקס, אבער יתירה מזו האסטו אפגע'משל'ט די קאנטרי לייף און אלעס ארום פיל מער אמת'דיג און אויטענטיש ווי ביז יעצט. ביז יעצט האב איך אלץ געזען אין דיינע ווערטער א שפרודלדיגקייט און ליבע צו נאטור. יעצט אבער, האסטו אן א שיעור מאל געשריבן פשוט מתוק מדבש, שלום עליכם סטיל, וואס איז א נייע אור בדמותך הצח.‎

כ'וויל דא ציטירן עטליכע זאפטיגע לשונות וואס האבן מיר ממש געכאפט ביים ליינען:
און געצינדען אומלעגאלע קעמפ פייערן, וואס נאר א דאנק איר רויעך און שמעק, איז מען דערגאנגען אויף אונז ביפאר א וואלד פייער ברעכט אויס.‎

מאסקיטאס האבן דארט געלאכט פון די פענסטער סקרינס און געלעקט בלוט ווי נאר זיי האבן געקענט. איך פלעג דארט כאפן מער ביסן א מנחה ווי אמן'ס, און מער בלאטע ווי מיין מאמע האט געקענט דולדען.‎

ער האט אזוי געוויינט אופן שפלות הדור אז כ'האב מיך געשעמט אז איך בין געבוירן אין איר. ‎

ביים אריבער גיין די וואש רום צימער, טאנצן די וואש מאשין'ס וואונדערליך מיט צום טאקט פונעם ניגון. ‎

די קאלטע וואסער האט דורכגעפירט א סקרוך אין מיינע אינגע ביינער בעת די פרעש און די קליינע פישלעך האבן זיך געשלאגן פאר מיין אויפמערקזאמקייט.‎

די קאנטרי לעמפלעך הייבן אן שטאטלעך צו בלינקן ווי זיי זאלן זיין אומזיכער צו זיי מעגן זיך נאך אנצינדען זינט עס איז שוין נאכן זמן.‎

די קליינע קריכן מיט די פעמפערס צווישן די פיס. דער עסט גראז און יענער עסט בלעטער הצד השוה אז יעדער איז מעלה ניצוצית מיט זיין אייגענע עבודה. די קליינע עסן היישעריקן, די מאמעס לערנען תורה און די מאן קראצט די פיס ביים לעיק. ‎

און א דריטער איז סתם אזוי נעלם געווארן פון ישיבה און קיינער כאפט זיך אפילו נישט, ווייל ווען ער איז אין ישיבה זעעט מען אים אויך נישט פאר די אויגן.‎

די טויטע אינזעקטן גייען דא דורך אן אומ'יושר'דיגן כף הקלע בעת די רשעים פון גיהנם כאפן שוין זייער וועכנטליכן שבת ברעיק.‎

ס'דאכט זיך ווי מלאכים האבן ליב די טונקל ווייל די שאטענעס פארמירן אזעלכע סארט געשטאלטן‎


דאס איז א חידוש מופלא, א נייע ווינקל וואס האט אויפגעשיינט ביי דיר.

אזוי אויך די שטיקל פאעזיע, דייקא אינמיטן די ארטיקל, איז אויך עפעס ניי און מאכט דעם ארטיקל אויסזען פיל רייכער (די פאעזיע איז שטענדיג שיין ביי דיר)


בקיצור, כל הכבוד! האסט מיר מחי' געווען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ארי נוהם אום מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:34 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 2:13 am
האט שוין געלייקט: 787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 885 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:12 pm

אגב, זע איך יעצט, אז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער העלד פון אידישע שרייבעריי, דער שלום עליכם פון אונזער דור, מרנא ורבנא @קטלא קניא, האט זיך אויך אויסגעדריקט גאר שיין אויף רויטע'ס ארטיקל, און האט טאקע אויך גע'אשפ"ג'ט פון איינע פון די אויבנדערמאנטע ציטירטע קטעים.

לאמיך אראפברענגען זיינע דברי כיבושין:
בייגעלייגטע פיילס
קטלא איז מעיד.png
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 2:13 am
האט שוין געלייקט: 787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 885 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 11:24 am

ווי ארי נוהם האט מיך אויסגעכאפט, יא, דער ארטיקל איז מתוק מדבש, הן די סצענעס וואס עס מאלט אפ, און הן דער עצם שרייבן. כ'ווייס אז רויטע לייגט אריין געוואלדיגע כוחות אין זיינע ווערק, אבער כ'פיל נישט שלעכט אז כ'מוטשע אים פאר ארטיקלען, ווייל שטעלט אייך פאר אז אזא ארטיקל וואלט קיינמאל נישט געשריבן געווארן... יעדעס ביסל וואס מיר קענען שטופן רויטע'ן צו לייגן פענע צום פאפיר איז א געווינס פאר דער וועלט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2188
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8714 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:36 am

גא"מ. איך האב אויך זייער הנאה געהאט. עס איז זייער ארגינעל אראפגעלייגט. עס האט מיר דערמאנט פון די מעשיות וואס איך האב געהערט אין חדר פון מיינע חברים וואס זענען געגאנגן אין קאנטרי מיט האדמו"ר רבי שלמה מ'באבוב זצ"ל אין ווייטלעיק.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2755
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6170 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט