אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הודעהדורך ימים ידברו » מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 11:57 am

צו אלע חשובע ענטפערער! איך האב נישט די ארטיקעל און פארענט פון מיר יעצט, לייענענדיג זיין ארטיקעל האב איך קלאר געזעהן אז דער יששכר באציט זיך אויף די שינוים פון די חסידים און הלכה ווי דאוונען נאך זמן תפלה און מאכען מיידעל שולעס וואס דאס ניצט ער אלטס ראי' אז מקען צופאסען הלכה לויט די רוח הזמן והתקופה, וואס דאס איז מופרך מעיקרא, בנוגע די חסידישע ענינים מיט הלכה איז א באזינדערע שמיעס וואס פאדערט א לאנגע ארטיקעל וואס את"ל עס איז א עוולה נגד הלכה ווי קומט דאס צו די גאנצע פעמיניסטישע רוח וואס איז נגד יסודות הדת? און והשנית כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים וואס איז בפירוש נגד הלכה! און א תלמיד וותיק דאכט זיך הרב שעכטער אפשר הרב וויליג וואס זענען די גרעסטע תלמידים האבען מודה געווען אז דאס איז שטארק שילדיג וואס איז ארויסגעקימען די פארפאלטע חובבי תורה וואס זיי זענען נענטער צו קאנסערוויטיוו ווי צו ארטאדאקס און זיי זענען מודה אז דאס געווען א טעות פון זייער גרויסען רבין וואס קומט זיי קרעדיט דעראויף צו זיין מודה על האמת, מיר האפען אז יששכר וועט תשובה טוען און צוריק דרייען זיינע פארקרומטע און פארדארבענע פלפולים של הבל נגד יסודי הדת! ווי אנערקענען מושחתים פון די חטאי דור המביל וואס די תורה הק' איז נתונה מסיני ולא ישונה קיין זיז כל דהוא! און פרויען רבנית רחמנא ליצלן וואס מען קען נישט מתיר זיין אויף קיין שום וועג! און ווייטער די גאנצע פרויען עליות מיט די פאלטשע רחמנית אז זיי ווילען זיין נאנט צום בוכ"ע, זיי ווילען נישט נאר אויסרייסען די תורה נערישע מענטשען מיט קרומע השקפות טרעפען זיי א אוזן קשבת! מיר זענען מתפלל אז וידעו תועי רוח בינה און צוריק קימען צים חיק אבותם און תשובה טוען און זיין מזכי הרבים נישט חלילה פארקערט!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 11:37 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 12:03 pm

ימים ידברו האט געשריבן:כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים

זאג נאר, די דריי הונדערט תנאים וואס האבן געלערנט תורה מיט נשים כמבואר במסכת פסחים דף סב: זענען אויך פסול ביי דיר?! זיי וויסן אז ס'איז שוין דורכגעבאכן געווארן נאך אין די צייטן פון די משנה, כמבואר במסכת סוטה דף כ.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 1:29 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ימים ידברו האט געשריבן:כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים

זאג נאר, די דריי הונדערט תנאים וואס האבן געלערנט תורה מיט נשים כמבואר במסכת פסחים דף סב: זענען אויך פסול ביי דיר?! זיי וויסן אז ס'איז שוין דורכגעבאכן געווארן נאך אין די צייטן פון די משנה, כמבואר במסכת סוטה דף כ.

אינטערסאנט! אז דער רמב"ם און רבי יוסף קארו האבן נישט געוואוסט דערפון? (גמרא סוטה כא. רמב"ם הלכות תלמוד תורה. שו"ע יו"ד רמו ו.) זיי "פסקנ'ן" אז מ'טאר נישט, און רוב היתירם פון די גדולי ישראל אין די לעצטערע דורות איז נישט געווען צו סתם איגנארירן א אפענע סעיף אין שו"ע, נאר מיט היתירים לצורך הדחק וכו'
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 894
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 5:39 pm

טאקע אינטערעסאנט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט