היכי דמי קידוש השם?! (דער וועקער #2)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15261 מאל

היכי דמי קידוש השם?! (דער וועקער #2)

שליחה דורך אדנירם »

[center]א.[/center]
די וואך אין די פרשה – פרשת קרח, באגעגענען מיר זיך מיט א גאר אינטערסאנטע ספעקטאקל וואס האט זיך אפגעשפילט איבער דריי טויזנט דריי הונדערט יאר צוריק.

דער בחיר הבריאה, משה רבינו, וואס האט ארויסגענומען די אידן פון מצרים נאכן טיילן געבראטענע מכות פאר די מצריים, וואס האט זיי געשפאלטן דעם ים סוף, וואס האט זיי ארלעדיגט מן צו עסן, וואסער צו טרינקען, און א פייער זויל וואס זאל זיי באגלייטן, און דאס אלעס – על פי ה', אט דער זעלבער משה איז אויסגעשטאנען די גרעסטע קאשמאר וואס א מנהיג קען נאר חלומ'ן. א מרידה האט אויסגעבראכן, אנגעפירט דורך – נישט מער און נישט ווייניגער ווי – זיין ערשטע קוזין; 'קרח'.


קרח איז ווייט נישט געווען קיין קטלא קניא באגמא, ער איז נישט געווען א באלעבאס וואס האט מחליט געווען אז ער פארשטייט בעסער, קרח איז געווען פון די חשוב'סטע אידן אין כלל ישראל. ער איז געווען גענוג חשוב, אז די סאמע עליטע פון דאס אידישע פאלק – די צוויי הונדערט און פופציג העכסטע אויטאריטעטן, ר"נ ראשי סנהדראות, האבן מיטגעהאלטן מיט אים. ער איז געווען א פיקח, ער האט געוואוסט עתידות, און ווי דער גרויסער דענקער – רבי צדוק הכהן מלובלין זי"ע ערקלערט [צדקת הצדיק אות ס"ה], האט ער געהאט א געוויסע ריכטיגע נקודה וואס מ'וועט זיך טאקע אזוי פירן לעתיד לבוא.

ווען אט דער גדול בישראל האט רעוואלטירט אנטקעגן די הנהגה פון משה, טענה'נדיג בפניו (במדבר טז, ג): "רב לכם כי כל העדה כלם קדשים ובתוכם ה', ומדוע תתנשאו על קהל ה'", מיטשלעפנדיג מיט זיך דתן ואבירם, און בר פלת, און די ראשי סהנדראות, האט משה פרובירט צו רעדן מיט קרח און מיט די בני לוי. דאס איז גאנץ פארשטענדליך. קרח איז געווען דער בר פלוגתא, און די בני קרח האבן זיך געטיילט איבער ווער ס'איז גערעכט אינעם מחלוקה צווישן די בני המשפחה – אלע פון זיי, פון שבט לוי.


אבער דאן האט פאסירט עפעס אויסערארדנטליך. משה האט גערופן צו זיך די אלטע 'טראבל מעיקערס', דתן ואבירם, פרובירנדיג שלום צו מאכן מיט די צוויי באנדיטן. די צוויי מחוצפים האבן זיך נישט צוטון געמאכט, נאר גאר אפגעענטפערט משה'ן מיט גרינשעצונג.

משה רבינו, דער לעגענדארער (במדבר יב, ג): "והאיש משה ענו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה", איז ארויס פון די געווענליכע מענטשליכע גבולים, און ער איז גאר געגאנגען צו זייער געצעלט (טז, כה). אבער זיי האבן זיך ווייטער אויסגעלאכט פון אים, א זאך וואס האט זיי עווענטועל געקאסט זייער לעבן.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר