קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הודעהדורך שמיטשיק » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 4:28 pm

דורכגעליינט כמעט די גאנצע וועקער, הערליכע ארבעט

ישר כח @שש משזר ישר כח @פיקאסא ישר כח ישר כח @שלום שטיסל און אלע אנדערע שרייבער'ס
שמיטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 8:40 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך פעינטער » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 10:08 am

וואוו וואוו וואוו די וועקער #3 האט מיר נישט אופגעוועקט נאר איך האב נישט געזינט איינשלאפען ביז איך האב גענדיגט.
אנגעהויבען מיט די עדיטאריעל פין שש מוזר אזוי שיין אראפ געלייגט די גלות ווי אינז האלטען היינט, איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי פארשטאנען ווי נאכען לייענען די ארטיקעל.

די ארטיקעל פין די בעל תפילה פין שטילע אינגערמאן, די האסט געשריבען א זאך וואס איך טראכט שוין יארן.

די ארטיקעל פין כעלעמע מגיד זעיט אויס נאר ביי דיר קימען אריין אזאלעכע חסידים וואס זאגן דיעם רעבין וואס זיי טראכטען אדער וואס עס וואלט געדארפט צי זיין, אבער סאט מיר געברענגט א שמיכל גיט אראפגעלייגט.

געוואלדיג די ציזאם שטעל אבאמא מיט אטד חברה איז געוואלדיג.

דאס איז נאר אופן שפיץ גאפאל

אין אז איך רעדט שוין וויליך דא געבען א שקויח פאר די אלע וואס לייגען אריין די שעות ארבעט אין די אויסגאבע.
איך קען קוים ווארטען אויף די קימענדיגע וועקער. א דאנק
לאמיר זינגען ציזאמען.

אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.

זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.

שקויח פארן מיט זינגען
פעינטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 24, 2016 10:21 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:09 am

לאמיך איבערגעבן מיינע איינדרוקן איבער די ארטיקלן ערשינען אינעם וועקער #3.


1. שטייצעך אלס הדיוט קופץ בראש בין איך אנגעקומען צום אויבנאן צו דערציילן א מעשה פון נאטקע, גרונם און געצל, עס ארייברענגען אין בית המקדש, צאנזער רב, און נאפאליאן, און מקנח זיין די סעודה מיט א שייכות מיטן וועקער נומער דריי. פיין, כלום אדם מעיד על עצמו? כ'האף אז דער עולם האט הנאה געהאט.


2. דער בריוו צום מערכת, קורץ און שארף, איז זייער גוט. מיר האפן אז די קומענדיגע וועקער'ס וועלן אריינבאקומען נאך גוטע געדאנקען פון סיי וועמען אין גאס.


3. @שטילע אינגערמאן האט מיך געקיצלט א וויילע. ס'טייטש, איך וויל דאווענען לאנג פארן עמוד און ער גייט מיך אפירהאלטן?... אבער סוף כל סוף איז ער דאך גערעכט, בל"נ מהיום והלאה וועל איך נישט ציען ביים דאווענען, הגם די סיפורי הוד איבערן קאמינקען באבע'ן בין איך להדיא נישט מוותר איבערצודערציילן ביים לעקעך בראנפן נאכן דאווענען.


4. כ'בין געכאפט געווארן אין שאק, זעענדיג אז רבי שמשון רפאל הירש איז אראפגעקומען א צווייט מאל בעולמינו בדמות @ליטוואק פון בודאפעסט. זיין שמועס מיטן צומישטן יונגערמאן זענען כמים קרים על נפש עייפה, [און ווער פון אונז איז דען נישט צומישט?], זאגנדיג גוטע יסודות און שניידנדיג ווי רשר"ה באגרותיו, דברים מזוקקים מלאים זיו ומפיקים נוגה. כ'וועל זאגן מיט רעכט: ליטוואק, מה לך אצל אגדה [קרי: חסידות], כלך לך אצל נגעים ואהלות [קרי: הדרכה נכונה].


5. מיין הארץ איז צופיצלט געווארן ביים ליינען @פליקער'ס שילדערונג איבערן זיין א 'קענסער' פאציענט'ס זון. געמיינט האב איך אז כ'וועל ליינען דאקטאריי, דערווייל האב איך געליינט מענטש, געלערנט הארץ, געשפירט די פיין און צער וואס אזא איינער גייט אדורך. כ'האף אז ס'איז א גוטע לעקציע פאר אונז אלע וויאזוי דאס אנצוקוקן אלס צופה מן הצד.


6. דא קומט דער יסוד פונעם דריטן וועקער, דער חינוך סיסטעם סאקט... ער זאגט זייער גוט, ער שניידט אריין אין פאסיגע חלקים [הגם לדעתי קומט אריין שארפערע שפראך, און איבער מאלעסטאציע איז קיין ווארט נישט דערמאנט געווארן, הגם שיש להבין נימוקו], אבער דאס ווייסט דאך יעדער בר בי ק"ש דחד יומא. אקעי, איז קודם כל דאס עצם מסכם זיין אלע טענות בפונדק אחד איז שוין באגריסנדווערד, אבער מיר קוקן טאקע ארויס צום קומענדיגן וועקער זען אויב ער וועט דעליווערן סעלושאנ'ס אויך, והיה שכרו שלימה.


אה, שוין געענדיגט מיין הערכה אויף מדור 'חדשות אני מגיד'.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15485 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:26 am

1. @כעלעם'ר מגיד, ס'נאר דא איין מגיד אין שטאט! דער הייבט אן מגידות אזש די שמאלץ הערינג רינט פון אלע זייטן. זיין שטיקל פאעזיע שאקלט אויף די סטרונעס, אבער איר טיפקייט מאכט צומישט דעם שטן.


2. און אז דער שטן איז צומישט, איז דאך נישט מער פון פאסיג אויסצונוצן דעם געלעגנהייט צו רעדן אויף אלע שרפי מעלה, כלומר שרפי מטה, כלומר אנשי מטה ששורפים אנשים בהבלי פיהם, כלומר אנשי מטה ששורפים אנשים בהבליהם. ער כאפט אן די רבי'ס ביים גארגל, וי"א ביים צאנזן גארטל, און שמועסט זיך אפ מיט מלאכים זיי זאלן אים איבערדערציילן וואס די רבי'ס טוען אונטער די קוליסן. איי איי איי, ס'נאר דא איין כעלעם'ר מגיד, האמיר שוין געזאגט?!


3. וישא משלו ויאמר: דאס איז וישא משלו? דאס איז משלי שש! אזוי צו אזוי, ווער בין איך אריינצורעדן אין די טיפע כוונות פון שש משזר'ן? כ'האף אז ער אליינס ווייסט יא וואס ער שרייבט.


4. אן אוידענץ ביי גאט? כ'קום שוין צו לויפן! אקעי, טעות לעולם חוזר. @רויטע וואנצעס רופט גאט צו דין תורה. נע, נישט ממש, אבער 'כמו' ['כמו-טערקישע טלית']. כ'גלייב אז זינט'ן למה הרעותה פון משה'ן, האט גאט שוין לאנג נישט געהערט אזא זאפטיגע שטיקל. ומכאן ראי' אז רויטע איז אריין אין די מ"ט שערי בינה. אוי האסטו גערעדט צו מיין נשמה!


5. בוש איז שולדיג. נאר וואדען? די רבי'ס אונזערע זאלן זיין שולדיג? פארפאלן, כ'געדענק נאך ביים פאלטאווער רב ר' מוניע, ווי דער עולם האט זיך געלערנט אז א פאסיגע משל איז צומאל די שפיץ ארויסצוברענגען די נקודה. @געוואלדיג האט דאס ממשיך געווען געוואלדיגערהייט. יעדער זאל זיך אליינס מסדר זיין, אנשטאטס זוכן א קרבן ציבור לעולה ולעזאזל.


פיינע סחורה, מדור חדשים גם ישנים.
יא, עוד בית קפינו חי!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15485 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:34 am

נאכאלס נישט פערטיג?
פיין, לאמיר ענדיגן די הערכה.

1. הילולא דצדיקיא, שיין. ווער באשרייבט דעם סקולענער צדיק, און מער פון זיי - די רוזשינע גזע... מי הוא זה ואיזהו? גאר אונזער פיפיגער סוחר, @דער געוואגטער יונגעל! כך מקובלני מפי רבינו הזקן: שייגעץ ארויס! אי מלכא את, אז דו ביזט שוין יא בגלילותינו, וואס קומסטו דערציילן פון סקולען ווען דער ראדימנער צדיק ווארט אויף זיין פסק דין? זימן שחורים ומצא לבנים. שוין, פארט א שיינע שילדערונג איבער א צדיק אמת.


2. ערנסטע הלכות לערנען מיר, זאגאר 'הלכות הקזת הדם'. פיין, פיין, טיפישע זאפטיגע סחורה פון אונזער גדול בישראל @הערשי זצ"ל. איי, וואספארא לייבן האבן זיך דורכגעקערט די ק"ש ווענט. ריכטיגע גנזים, גנזי מלכים. לערנט אונז רפואה אויף אזא מין שפראך, וואס איז בפשטות א חד בדרא ממש.


3. בך חותמין, די קרייצציגלער ושאר מרעין בישין [פאסיג לחודש שממעטין בשמחה]. א שיינע יסוד וואס @ממי_שאמרו זצ"ל לייגט אראפ, מסביר צו זיין די שקצ'עריי וואס איז געלעגן הונטער די חשבונות פון פייניגן אידן. לאמיר טאקע האפן אז די אלע צרות וועלן נעמען אן עק בקרוב, בביאת משיחינו.


טאקע פארענדיגט מדור מן הגנזים.

#דער-וועקער-וועקט שוין איינמאל!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15485 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:49 pm

די ערשטע איז געווען גאר אסאך דאונלאוד'ס די 2'טע אביסל ווייניגער יעצט נאך ווייניגער
פארוואס?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2161
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:34 pm

ווייל דער עולם האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו דאונלאודען, ממילא טוט מען עס נאר איין מאל

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8691
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8155 מאל

הודעהדורך פיקאסא » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 5:10 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווייל דער עולם האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו דאונלאודען, ממילא טוט מען עס נאר איין מאל

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk


:lol:

די ווייסט דאך יא די סיבה... דער עולם קויפט דאך סאך מער אויף עמאזאן לעצטענס. :)

גראדע צעווישן די ערשטע אין צווייטע וועקער איז דא א חילוק פון קנאפע 100 דאונלאודס, ס'נישט מער ווי נארמאל אז די ערשטע איז מער פאפיולאר.
או יאמר אז די 100 גלייכן מער א שבת גליון. נישט א זשורנאל..

די דריטע איז דא אונטער א וואך, געב עס צייט.
או יאמר אז דער עולם פראטאסטירט ווייל די ראדימנער פראצעס איז נישט געווען אין דעם..
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 6:02 pm

נישט קיין ראיה בכלל.
איך למשל האב נישט דאונ לואדיד פונעם שטיבעל די ארטיקעל, כהאב באקומען אויפ אימעיל.
צופעליג האב איך צירוק געהערט גריסן מכל קצבי תבל פונעם וועקער.
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 501 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 6:28 pm

שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:נישט קיין ראיה בכלל.
איך למשל האב נישט דאונ לואדיד פונעם שטיבעל די ארטיקעל, כהאב באקומען אויפ אימעיל.
צופעליג האב איך צירוק געהערט גריסן מכל קצבי תבל פונעם וועקער.

אדרבה, דערצייל אונז וואס דו האסט צוריקגעהערט. עס וועט אונז געבן אסאך כח און מיהט אנצוגיין ווייטער!

[אנדערע וואס האבן צוריקגעהערט גריסן דערפון, זאלן דא אויך מיטטיילן זייערע ערפארונגען].


א דאנק!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15485 מאל

הודעהדורך פעינטער » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:18 pm

פין דא מיין איך איז נישט קיין רייע וויפיל מען האט עס דאלודעט
ווייל עס איז ארום געפארן ווילד אויף...
וואטס עפפ
אמיעל
טעלעגראם
טוויטער
פיעסבאק
אינסטרעגראם
ווי נישט...... מען כאפט עס ווי פאפ קארן ביי א מאבי

אידן אין בית מדרש וועמען איך האב נישט געגלייבט האבן עס געליינט.
ני סיס אזאך וואס עס מיז גיין אויף די סטאר שעלפס.
לאמיר זינגען ציזאמען.

אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.

זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.

שקויח פארן מיט זינגען
פעינטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 24, 2016 10:21 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך פיקאסא » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:28 pm

העי @פעינטער ביזסט אינגאנצן?? האסט אויסגעלאזט די טויזענטער אויף סנעפטשעט!..

ערנסט גערעדט, איך האב גראדע צוריקגעהערט נעכטן פון א חבר מיינס וואס דאווענט אין א גאר א חסידישע ס'מעדרעש אז "דער וועקער" איז געווען די שמועס ביי זיי נאך קינות.
איך האב אין מיין חלום נישט ג'חלומט אז ס'וועט אנקומען אזוי שנעל צו אזויפיל מענטשען.
אונז האבן נישט קיין מושג ווי פאפילאר די וועקער איז! ס'איז למעלה מהשגתינו.
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך פעינטער » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:49 pm

פיקאסא האט געשריבן:העי @פעינטער ביזסט אינגאנצן?? האסט אויסגעלאזט די טויזענטער אויף סנעפטשעט!..

ערנסט גערעדט, איך האב גראדע צוריקגעהערט נעכטן פון א חבר מיינס וואס דאווענט אין א גאר א חסידישע ס'מעדרעש אז "דער וועקער" איז געווען די שמועס ביי זיי נאך קינות.
איך האב אין מיין חלום נישט ג'חלומט אז ס'וועט אנקומען אזוי שנעל צו אזויפיל מענטשען.
אונז האבן נישט קיין מושג ווי פאפילאר די וועקער איז! ס'איז למעלה מהשגתינו.


שששששששש זאג נישט אויס ווער איך בין :wink: ;)
לאמיר זינגען ציזאמען.

אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.

זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.

שקויח פארן מיט זינגען
פעינטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 24, 2016 10:21 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:17 pm

כהאב שוין געזאגט שש אין אישי אבער כוויל איבער זאגן דא.

סהאט מיר געזאגט א חסידישע איד א חניוק, ער האט געטראפן די וועקער אין טענקע ביהמ״ד ער האט עס געליינט פון דעקל צו דעקל.
קודם האט ער מיר אויסגעפרעגט וואס דאס איז בכלל די שטיבעל אין ווי אזוי דאס ארבייט (דער איד האט קיין אנונג וואס דאס איז אימעיל).
ער האט מיר געבעהטן פאר די פריעדיגע גליונות (כהאב שוין געדריקט פאר עיהם).
ער זייער נתפעאל געווארן פון שש עדיטאריעל אין זייער נתפעאל פון די חינוך ארטקיעל.

חוץ פון דעים האב איך געהערט דערפון שמועסן קיפקעס סיי אין קאנטרי אין אויך אין שטאט.
וועקער איז אדורך אסאך מער אויגן ווי די בלאט, איד, צוזאם

אה, נישט פארגעסן איינער האט מיר געבעהטן כזאת עיהם דריקן צוויי שטיק, איינס פאר עיהם אין איינס פאר זיין טאטע
ווען עטץ ווייסט ווער זיין טאטע איז טוען ענק אלע תיכף פליפן
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 501 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 2:49 pm

דער ארטיקל פון שטילע האט מיר ערוועקט קאשמארן, אויפגעברענגט בייז בלוט מיט גרימצארן.

לעצטענס אין ס׳מדרש ביי שחרית האמיר געהאט אזא @שטילע אינגערמאן סיטואציע, דער שווארצע זאקן׳דיגער (גראדע מיט אראפגעלאזטע הויזן) האט געצויגן אז סאיז געגאנגען רויעך פון מיינע נאז לעכער מיט גאז פון מיינע אויגן, דאווענען בידידות אנע מנין איז נישט געווען א אפציע ווייל כ׳האב יענע טאג געדארפט פארזענדליכע טובות פון אויבן, בינעך אזוי אפגעזיצן א נערוועזער ביז דער האט פארענדיגט זיינע חזנות שטיקלעך מיט די תנועות פון רביה״ק זצ״ל.

כ׳האף אז דער יושב בטול וועט אויף עפעס א וועג ליינען דעם ארטיקל און געוואר ווערן אז ס׳איז דא א בריאה אויפן פלאנעט וואס האט א ניין אזייגער דעדליין.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 515
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1784 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:12 pm

איך פערזענליך בין נאך נישט אנגעקימען צו ליינען דעם גאנצן וועקער נאר דעם אריינפיר פון שש משזר וואס איז אייזן שטארק, און דעם ערשטן ארטיקעל פון שטילע וואס מיינע ציין זענען ארויסגעפאלן מרוב צחוק. אבער איך האב געהערט פון אפאר חבירים מיינע וואס האבן עס דארך געליינט פון דעקל צי דעקל אז זיי זענען ארויס פון די גלייזן. כה לחי!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1087
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 899 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1129 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 4:49 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און טאמער איינער דא האט א ביזנעס און ער האט א תועלת פון מפרסם זיין, ביטע זיך איינמעלדען. ברגע ס'איז דא א פאר אדווערטייזמענט'ס, ווערט עס אנגעקוקט ווי א נארמאלערע זאך און אחוץ די געלט בענעפיטען םון ברענגען נאך אדווערטייזער'ס, העלפט עס אויס מיט די פארשפרייטונג פון די זאך.


לדעתי זאל מען נישט אריינלייגן קיין אדווערטייזמענט'ס פאר די זעלבע סיבה פארוואס די וועבזייטל האט נישט קיין אדוועטייזמענט'ס.

אז די וועקער ווערט אנגעקוקט אזוי נארמאל ווי קאווע שטבל איז אויך גוט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1855
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו

הודעהדורך קלוגע יודל » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 10:46 pm

קורקלענד האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און טאמער איינער דא האט א ביזנעס און ער האט א תועלת פון מפרסם זיין, ביטע זיך איינמעלדען. ברגע ס'איז דא א פאר אדווערטייזמענט'ס, ווערט עס אנגעקוקט ווי א נארמאלערע זאך און אחוץ די געלט בענעפיטען םון ברענגען נאך אדווערטייזער'ס, העלפט עס אויס מיט די פארשפרייטונג פון די זאך.


לדעתי זאל מען נישט אריינלייגן קיין אדווערטייזמענט'ס פאר די זעלבע סיבה פארוואס די וועבזייטל האט נישט קיין אדוועטייזמענט'ס.

אז די וועקער ווערט אנגעקוקט אזוי נארמאל ווי קאווע שטבל איז אויך גוט.

"לדעתי" וועל איך געבן פאר די גראפיקער, און פאר יעדע שרייבער אסאך געלט כדי זו צו מוטעגין צו ארבעטן....
קלוגע יודל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:40 am
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:22 pm

קלוגע יודל האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:לדעתי זאל מען נישט אריינלייגן קיין אדווערטייזמענט'ס פאר די זעלבע סיבה פארוואס די וועבזייטל האט נישט קיין אדוועטייזמענט'ס.

אז די וועקער ווערט אנגעקוקט אזוי נארמאל ווי קאווע שטבל איז אויך גוט.

"לדעתי" וועל איך געבן פאר די גראפיקער, און פאר יעדע שרייבער אסאך געלט כדי זו צו מוטעגין צו ארבעטן....


מ'האט מפרסם געמאכט א לינק (וואס איך קען נישט טרעפן אויף די מינוט) ווי די קענסט טאקע געבן אסאך געלט פאר די גראפיקער און יעדע שרייבער.
ווען די לייגסט אן אנאנס גייט עס שוין אריין אין א געוויסע וועג פון צירוקנעמען נאך אזויפיל ווי געבן.
אז די ווילסט סחורה פון די קוואליטעט דאן זאלסטו געבן פאר די מאטריאל.
ווען אזא אויסגאבע ווערט אויסגעהאלטן דורך אדווערטייזערס וועט עס ווערן אן אויסגאבע וואס פיטערט די אינטערעסע פון די אדוועטייזערס און אזעלעכע אויסגאבעס איז דא גענוג.
לדעתי האלט איך אז ווער עס ליינט און האט הנאה זאל טאקע געבן אסאך געלט אז "דער וועקער" זאל אנגיין.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1855
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 1:14 pm

ס'איז מעגליך צו האלטען די עדיטאריאל טיילונג מיט די ביזנעס אינגאנצען עקסטער. קוק די נ.י. טיימס ועוד.

די געלט וואס ווערט אריינגעשיקט גייט צום גראפיקער און עסקנים, נישט די שרייבער'ס. ס'איז גארנישט שלעכט, אבער אזוי איז

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8691
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8155 מאל

הודעהדורך שטאפענע קאפעליטש » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 2:51 pm

מי מנוחות פון איי-וועלט איז געווארן downloaded כרגע 1165 מאל (קומט ארויס יערליך)
״דער״ וועקער פון ק״ש איז דעווארן downloaded כרגע 902 מאל (קומט ארויס חודשלך)
@שש משזר, דאס איז א שיינע מספר.

נ.ב. איך האב downloaded פון מי מנוחות דירעקט, אבער דער וועקער האב איך באקומען אויפ בליץ פאסט, קענסט רעכענען אויב אזוי 903.
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 501 מאל

הודעהדורך Chuchem » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:25 pm

שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:מי מנוחות פון איי-וועלט איז געווארן downloaded כרגע 1165 מאל (קומט ארויס יערליך)
״דער״ וועקער פון ק״ש איז דעווארן downloaded כרגע 902 מאל (קומט ארויס חודשלך)
@שש משזר, דאס איז א שיינע מספר.

נ.ב. איך האב downloaded פון מי מנוחות דירעקט, אבער דער וועקער האב איך באקומען אויפ בליץ פאסט, קענסט רעכענען אויב אזוי 903.


א. מה ענין "מי"ם אצל קאווע?

ב. מה ענין "מנוחה" אצל "וועקער"

ג. די ציפערן ווייזען איין זאך, אז דארט פאר יעדעם גליון האבען זיי מזהיר געווען נאר ארום צושיקען די לינק, אבער ח"ו א בלויזען פי. די. עף. איז אסור, און די עולם פאלגט. דא האט מען געבעטען אז מ'זאל מפיץ זיין בכל אופן דאפשר, סיי אימעיל, טעלעגראם, וואטס עפפ וכו', זעט מען בלויז די ציפערן פון די וואס האבען דאונלאודעד אויפען סייט.

ד. דער ציבור שותי מי מנוחות, זענען בדרך כלל משומרים (מיט צוטריט בלויז צו copy.com וכו'), איז דארט די חידוש א פי. די. עף. פון א זייטעל וואס זיי האבען צוטריט צו, כמים כרים. משא"כ דא איז די חידוש די תוכן (וואס און פארשידענע פלעצער וואלט מען דאס דן געווען לשריפה אלס קאנטראבאנד).
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

רענזאציע אויפן וועקער נומער 3

הודעהדורך Chuchem » זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:09 pm

צוואנציג זאכען וואס איך האב נישט געוויסט פאר איך האב געליינט דער וועקער 3



א. אז שש'ל קען אראפ לייגען ווי בעטעמ'ט ראטן פלייש איז פאר קליינע קינדער.

ב. אז איך מוז פטור ווערן ווי אומשנעלסטען פון מיין נייע פאר עס. עי. עס. שיך.

ג. אז כ"ק אדמו"ר מ'יעדעם' האט די מערסטע נאכפאלגער.

ד. ווי שטעכעדיג און שפיזיג עס הערט זיך פון שייטעל מאכער "עס גייט אויסקוקען הערליך שיין"

ה. אז חוץ פון די ווייטאגען וואס א יענע מעשה פאציענט מאכט מיט, קומט צי די ווייטאג פון די סטיגמא.

ו. אז די זיידע "וואנצעס", גרייט זיך רואיג אויסצוהויכען די, ווארעם די "פליקער" קינדער ווארטן מיט אנגסט צו הערן ווי עס האלט די מחלה וואס ברענגט אפט צו צום ביטערען סוף.

ז. אז מאנכע באניצען זיך נאך מיט די לאזונג 'מסורה', אבי נישט זיך נישט צו דארפן זיך ארויסרוקען פון זייער קאמפארט זאון

ח. אז ביי אונז און די מוסדות, קען א צען יעריג יונגעל פיר שפראכען (יודיש, ענגליש, לשון קודש און אראמיש), און פיר מינע אותיות (עי. בי. סי., א'ב', רש"י אויתיות, און יודיש שרייבען אויתיות).

ט. אז א סיסטעם מוז כסדר אינסטאלען נייע אפדעיטס.

י. אז א שטיקעל פאעזיע פונעם כעלעמער מגיד, דארף מען א לאנגע שבת נאכמיטאג צו פארשטיין, אבער א זיסע שטיקעל פיקציע זיינעם, ליינט זיך כהרף עין.

יא. אז איך קען נאך אויף שטיין פון די בום, בום קולות אונמיטען די נאכט.

יב. אז משלים מאכען פשוטע זאכען קאמפליצירט, און קאמפליצירטע זאכען פשוט.

יג. אז איך ווער איבערגענומען פון די רואיגקייט פון די טויטען בעט.

יד. אז געוואלדיג האט איינגענארט דעם ציבור צו ליינען זיין פאליטישער ארטיקל.

טו. אז מיטעל יעריגע יודען בלייבען סטאק פאר יארן, וועגן געשיכטעס וואס האבען זיך אפגעשפילט צענדליגער יארן צוריק.

טז. אז האדמו"ר מסקולען ז"ל פלעגט זיך באטייליגען ביי טישען פון א צווייטע אדמו"ר אן א שטריימעל.

יז. אז מען קען אפלערנען אזא טרוקענע (?) סוגיא פון הקזת דם מיט אזא לומדות.

יח. אז די רויטע ליניעס אויפען 'בארבער סלופ' האט א טיפע באדייט.

יט. וואס גלחים האבען געטוהן אלס פאר קאנטראל.

כ. און צום לעצט, אז א גרופע פון גוטע יודען האבען מקדיש געווען אזוי פיל שעות אז ס'זאל ארויס קומען א דבר השלום.
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

הודעהדורך בן אדם » זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:18 pm

Chuchem האט געשריבן:טז. אז האדמו"ר מסקולען ז"ל פלעגט זיך באטייליגען ביי טישען פון א צווייטע אדמו"ר אן א שטריימעל.

טאקע א חידוש
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

הודעהדורך פיקאסא » זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:24 pm

@חכם נאדיר 20 גרינע :)
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט