"דער וועקער" פינאנצן

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4627 מאל

"דער וועקער" פינאנצן

שליחה דורך געוואלדיג »

בתלת זימנא הוי חזקא, נישט צום גלייבן וואספארא מהפיכה קומט פאר אינעם אידישן וועלט אין יארע תשע"ו, מען האלט שוי עכט די דריטע מאל וואס דאס אומגלויבליכע געשעהט, דער דריטער וועקער איז נעכטן ערשינען צום מזל נאך גרויס מיה און פלאג פון די חברי המערכת.

און לאמיר זיך טאקע דא אפשטעלן איין מינוט און צונעמען די פאר איינצעלנע ווערטער וואס איך האב דא יעצט דערמאנט, עס איז באמת נישט קיין חידוש אז ק"ש גיבט ארויס העכסט קאליבאר אויסגאבעס אן צו פאדערן קיין פרוטה אחת פון די צופרידענע ליינער, אנגעהויבן האט זיך דאס מיטן פיאנער [tag]פישלע העררינג[/tag], און געקומען צו א נייעם און העכסע פראפעסיאנאלן ניווא דורך [tag]כוכב[/tag]'ס עטליכע פראיעקטן וואס האבן אויפגעשיינט ווי אויף א נייעם האריזאנט און אנגעגרייט די באדן פאר די דויערהאפטיגע אויסגאבעס, אונז זענען שוין געווארן צוגעוואוינט צו באקומען אויסגאבעס וואס קענען זיך שטעלן אויפן אויבן אן פון אידישע ליין מאטריאל אן צו דארפן באצאהלן א פרוטה אחת צו דעם.

די יעצטיגע אויסטערלישע העליכע "דער וועקער" אויסגאבע איז אבער א בריה חדשה, א נייער דערהער אין קאווע שטיבל'ס אויסגאבעס, ווייל אנדערש פון ביז היינט וואס אלע אויסגאבעס זענען געווען איינמאליגע אויסגאבעס וואס טראץ די פילע ארבעט וואס גייט אריין אין יעדע אויסגאבע און ספעציעל אין א איינמאליגע וואס מען דארף אויסשטעלן אינגאנצן א נייע אויסשטעל, אבער קעגן דעם איז די מאטאוואציע הויעך און נעמט נישט אויף צייט צו צושטעלן מער ווי די איין מאל, אנדערש איז אבער "דער וועקער" וואס אנטשפרעכט צו זיין - און איז שוין טאקע - א חודש'ליכע קביעות'דיגע אויסגאבע וואס ערשיינט מדי חודש בחדשו כן יתן ה' להלאה.

כמובן אז אין יעדע אויסגאבע גייט אריין פילע ארבעט טעג און וואכן, אריינגערעכנט נאכלויפן שרייבער צו זיכער מאכן אז "דער וועקער" פארמאגט פלייש, די מאנאטאנע ארבעט פון אויפזוכן אין די ק"ש אוצרות די ריכטיגע ארטיקלען, אויסוועלן און סעלעקטירן וועלכע ארטיקלען זענען ראוי לעלות על שלחן מלכים, מגיה זיין אלעס מהחל ועד כלה, גראפירן און אויסשטעלן, אפירזוכן און צוזאם קראצן פאסיגע בילדער מארבע קצוות תבל, און דאס אלעס אנהאלטן מדי חודש בחדשו.

ברוך ה' אז די ארבעט צאהלט זיך דערווייל אויס מיט לייקס פאר די עוסקים במלאכת הקודש, מיט די גרויסע תפוצה און פארשפרייטונג וואס "דער וועקער" באקומט ווי נאר דאס ערשיינט, און מיט די מורא'דיגע פאזעטיווע פידבעק וואס מען הערט כסדר צוריק, אבער די מציאות האט אונז שוין ר' יו"ט ערליך אויסגעלערנט 'אן קיין גאזעלין, פארט נישט די מאשין' חברינו היקר [tag]פיקאסא[/tag] לייגט אריין א עבודה רבה אין די גראפיקס כאשר עיניכם תחזינה, אבער עס איז דא א כלל אז פון א טעקסי דרייווער בעהט מען נישט קיין היטש און אוודאי נישט קיין קביעות'דיגע ווייל דאס איז זיין פרנסה, ער וועט זיכער נישט קענען אנהאלטן די ארבעט איוב ווערט ער נישט באצאהלט לכה"פ עפעס, אזוי אויך איז ר' [tag]שלום שטיסל[/tag] נישט קיין הולך בטל, ער ארבעט שווער אין ת"ת און אין זיינע חינוך שיעורים צו ברענגען לחם לפי הטף, מורינו ר' [tag]אדנירם[/tag] איז אויך נישט קיין יושב קרנות חלילה דער רבי איז פארנומען מיט די מוסדות א גאנצן טאג, [tag]אבטולמוס[/tag] איז באקאנט אלס א פול טיים פארשער, און אני הקטן זיץ אויך נישט עפעס א פוס אויף א פוס זוכנדיג וואס צו טוהן, ב"ה יעדער איז פארנועמן יעדער האט תירוצים אבער פאר די וויכטיגע צוועק גיבט מען זיך אוועק בלב ונפש.

אונז ווייסן אבער אז עס איז נישטא קיין אומזיסטע לאנטש, א וואלונטיר ארבעט וועט האבן אזא פנים אויב וועט דאס נישט האבן קיין יסוד איתן, און עס איז בלי שום ספק זיכער אז אויב וועט מען חלילה נישט מצליח זיין צו שטעלן א שטארקע און ברייטע באזע פון חודש'ליכע פעימענטס וועט דאס זיכער ביום מן הימים און נישט לאנג ארום צוזאמפאלן, מען פאדערט טאקע נישט קיין באצאהלונג פאר ליינען און באקומען די אויסגאבע, מען וויל און מען זוכט עס זאל ווערן פארשפרייט וואס מער, אבער עס איז צייט אז אונז אלע וואס האבן אזוי הנאה פון "דער וועקער" זאלן ווערן פינאנציעלע שותפים אינעם אויסגאבע און אנהייבן געבן א חודש'ליכע אפצאל העשיר ירבה והדל ימעיט כל אחד כפי יכולתו.

אין אמת'ן אריין איז דער באדן רייף פאר די בקשה דער ציבור האט שוין כמה פעמים ארויסגעברענגט זייער וואנדער אז עס איז בחינם און אז זיי זענען גרייט צו באצאלן פאר זייער הנאה, קיינער זוכט נישט נהמא דכיסופא און יעדער פארשטייט אז עס פאסט צו באצאלן פאר הנאה האבן, בפרט אז מען וויל אז מען זאל טאקע קענען ווייטער הנאה האבן, און כמובן אז די מערכת האט גרויסארטיגע פלענער פארן עתיד, אבער די פלענער זענען געקניפט און געבונדן מיט געלט און אז עס וועט זיין גענוג דורשין לשבח וועט מען קענען אויספירן אלע פלענער.

מען ארבעט אין די טעג אז עס זאל ווערן א אפיציעלע אויסגאבע און דאן וועט מעגליך זיין צו אויסשטעלן אטאמאטישע חודש'ליכע צאלונגען, אבער ביזדערווייל ווערט יעדער געבעטן צו באשטייערן מיט גרויסע אדער אפילו קליינע סכומים דורך די פעי-פאל אקאונט פון info@derveker.com, און פארשטייט זיך אז אלס קנאת סופרים תרבה איז זייער ראטזאם אז יעדער זאל דא מפרסם זיין זיין חודש'ליכע אונטערנעמונג אז עס זאל זיין אין די בחינה פון ממנו יראו וכן יעשו.

דא איז די ריכטיגע געלעגנהייט צו ארויסברענגען די דאנק פון די מערכת פאר הני תרי צנתרא דדהבא ידידנו [tag]רויטע וואנצעס[/tag] און ידידנו [tag]שטאפענע קאפעליטש[/tag] וואס זענען געווען די ערשטע צוויי נחשונים צו באצאלהן פאר זייער הנאה מיט א סכום שיש בו ממש וואס איז טאקע געווען א ערנסטע טרייב קראפט פאר די יעצטיגע וועקער.

גלייכצייטיג וויל איך דא קלאר מאכן אז עס גייט נישט זיין קיין שום טויש אינעם פארשפרייטונג פונעם וועקער און עס וועט ווייטער זיין צו דאונלאודן פאר גענצליך בחינם, די באצאלונג פארן וועקער וועט זיין פרייוויליג און אונז וועלן פארשטייט זיך שטופן דערצו.

דער אשכול וועט דינען פאר אלע פינאנציעלע אנגעלעגנהייטן פונעם וועקער, און פארשטייט זיך אז יעדער איז געלאדנט צו לאזן הערן זיינע מיינונגען, עס איז אונזער אויסגאבע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר