על דא ודאי קא בכית! (דער וועקער #3)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

על דא ודאי קא בכית! (דער וועקער #3)

שליחה דורך אדנירם »

[justify][center]א.[/center]
ווען דער ברייט-ביינערדיגער דארפסמאן, דער תמימות'דיגער - אבער פארגרעבטער - איד נטע, האט געעפנט זיין טיר, איז ער געווארן בלייך פאר שרעק, הענט און פיס האבן אים אנגעהויבן ציטערן ווי אין א קאנוואלסיע, און ער האט קוים באוויזן ארויסצושטאמלען פון מויל די ווערטער: "ביטע, לאזט מיין פאמיליע פארבלייבן אין שטוב". אבער ער זעלבסט האט געוואוסט בשעת מעשה, אז זיינע ווערטער פאלן אויף טויבע אויערן.

בליץ שנעל האבן אריינגעשטורעמט די זעלנער פון פריץ פון דערפל יאטשיניק, און גענומען נטע מיט זיין ווייב און צוויי קליינע קינדער, גרונם און געצל, אין 'גרוב' אריין - - -

[center]***[/center]

מיר גייען דא צוריק מיט צוויי הונדערט יאר, ווען פריצים האבן פארפיגט אויף פילע גיטער, כאדם העושה בתוך שלו, מיט אומבאגרעניצטע רעכטן. זיי האבן פארמאגט פילע גערטנער, קרעטשמע'ס, בראנפן ברענעריי'ס, ווינט מילן, ארענדע'ס, א.א.וו. וואס זיי פלעגן פארדינגען פאר פריוואטע מענטשן, געווענליך – פאר אידן, און נאך א יאר האט מען געדארפט באצאלן פארן פריץ דעם חוב. אין א גוטע יאר האט דער קרעטשמער און ארענדער געלייזט א שיינע מטבע פון די עוברים ושבים, גענוג צו שפייזן די פאמיליע, שכירות געלט פארן פריץ, און נאך אפאר דאלער פארן חתונה מאכן די קינדער.

אבער צומאל פלעגט זיין א ביטערע יאר, וואס מענטשן פלעגן זיך נישט אפט באווייזן אין קרעטשמע, און עס איז נישט אריינגעקומען גענוג געלט צו קענען באצאלן די שכירות. דאן האט זיך עס געוואנדן אינעם פריץ זעלבסט, איז ער געווען א פיינער מענטש, האט ער געקענט צואווארטן אביסל מיט פארשטענדעניש, אבער אויב איז ער געווען אן אומציוויליזירטער חיה [ווי אסאך פריצים אין יענע תקופה], דאן איז געווען ביטער ווי גאל.

אסאך פריצים האבן פארמאגט א 'גרוב', וואו זיי פלעגן אריינווארפן דעם ארענדאר צוזאמען מיט זיין גאנצע פאמיליע, און דארט האבן זיי געדארפט אויסלעבן ביטערע יארן פון צושטופעניש, הונגער, און א חברותא פון מייז, ראטן, לייז און זשומענדע פליגן, וואס האבן זיכער געמאכט אים צו מאכן געדענקן 24 שעה אין טאג 'וואו' ער געפונט זיך.

אונזער נטע, אדער ווי מ'האט אים גערופן אין דערפל 'נאטקע', האט געווענליך פארדינט שיין, אפילו גאר שיין, אזש ער האט פארמאגט א הערליכע הויז וואו ער האט געהאט מכל טוב וטוב. אבער דאס יאר האט זיך אראפגעלאזט א שניי במשך דעם גאנצן ווינטער, די וועגן זענען געווען פארפרוירן און קיין מענטשן האבן זיך נישט באוויזן. דער פריץ, א נערוועזער און נישט ווייניגער שלעכטער, האט געווארנט נאטקע'ן, אז ער דארף שוין אט-אט אפצאלן די שכירות געלט פארן יאר, און אויב נישט – האט ער אים צוגעפירט צום 'גרוב', און נישט ארויסגערעדט קיין ווארט. די שרעקעדיגע רמז, איז געווען מער פון קלאר.

ווען די צייט אויס אויסגעלאפן, האט אים דער פריץ געלאזט רופן און געזאגט, אז ער האט גרויס 'מיטלייד' מיט אים, און דערפאר ציט ער אויס דעם אפצאל דאטום מיט נאך צוויי וואכן. "אבער אין צוויי וואכן, זונטאג צופרי, וועלן די זעלנער דיר שוין צופירן וואו אהין דו באלאנגסט, דיר מיט דיין גאנצע משפחה" – האט ער אויסגעפירט א שארפע דראאונג.

[center]***[/center]

נאטקע איז ארומגעלאפן אן א קאפ, ער האט אפילו געזוכט צו פארקויפן מעבל פון זיין הויז, ער האט געקלאפט אויף טירן בעטנדיג אן הלוואה, ער האט געהאפט אז עס וועט זיך אראפלאזן א מבול פון אדורכגייער, אבער נאך צוויי וואכן, ווען די זעלנער האבן געקלאפט אויף זיין טיר, האט נאטקע געוואוסט אז דאס איז עס, "געים אווער", ער – מיט זיין גאנצע פאמיליע – גייען יעצט אדורכגיין שבעה מדורי גיהנום.

ער האט אבער נישט געוואוסט ווי ביטער.

אנקומענדיג אינעם נייעם פאלאץ, דער פיצעלער גרוב, האבן אים צענדליגע מייז און ראטן מקבל פנים געווען מיט א הילכיגע ברוך הבא, די לייז האבן גלייך מחליט געווען צו ווערן ממש מקושר מיט די נייע געסט, און די בייסנדע פליגן האבן געקלאפט די פליגלען זשומענדיג/זינגענדיג שירות ותשבחות אין ריכטונג פון זייער פארברייטערטע פאמיליע.

נאטקע האט געשפירט אז ער גייט אראפ פון זינען, אבער קוקנדיג אויף זיין ווייב איז ער ערשט איינגעפאלן. זי איז נעבעך געשטאנען א בלאסער, נישט וויסנדיג וואס צו טון נעקסט, מאכנדיג קוויטשערייען מיט יעדן פארביילויפנדן מייז. טרערן זענען געפלאסן פון נאטקע'ס אויגן, וואס האבן זיך אויסגעמישט אויפן נאסן ערד מיט זיין אידענע'ס טרערן. ווידעראום די צוויי קינדערלעך, דער אכט יעריגער גרונם און פינף יעריגער געצל, האבן גראדע פרובירט צו עקספלארירן די ניי-אנטפלעקטע וועלט פון שרצים וואס האבן זיך געיאוועט אין זייער ריכטונג.

דעם ערשטן אינדערפרי, האט דער שומר פונדרויסן אראפגעלאזט אן עמער וואסער און אפאר רעפטלעך ברויט, ווארנענדיג די 'נאטקעס' אז זיי זאלן זיכער מאכן איבערצולאזן אויך פאר שפעטער, ווייל דאס איז זייער איינציגסטער מאלצייט פון היינט און ווייטער, טאג-טעגליך. נאטקע האט אויס רחמנות פאר זיין ווייב און קינדער, געפאסט דורכאויס'ן טאג, ווילנדיג אז די איבעריגע פאמיליע מיטגלידער זאלן האבן עטוואס מער צו עסן.

דאס האט קיין סאך נישט געהאלפן. נאך אפאר טעג איז זיין ווייב נישט גוט געווארן, און האט אנגעהויבן באקומען פיבער ל"ע. קיין נארמאלע עסן איז נישט געווען, די מינימאלע געברויכן אויך נישט, פון די אנדערע זייט – א ברייטקייט פון כל מיני שרצים השורצים עלי אדמות, די לייז האבן געביסן שטיקער, און זי איז נישט געווען געמאכט צו קענען אויסהאלטן אזעלכע טערמינען. נאכן זיך מוטשענען פאר דריי וואכן, האט זי ליידער אויסגעהויכט איר נשמה, צו די דערשיטערנדע אויגן פונעם שוין איינגעבראכענעם שארבן – דעם אמאליגן ברייט ביינערדיגן 'נאטקע', און די קליינע דארפס קינדער, גרונם און געצל.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר