בואו חשבון: אונזער שוואכער חינוך סיסטעם! (דער וועקער #3)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

בואו חשבון: אונזער שוואכער חינוך סיסטעם! (דער וועקער #3)

שליחה דורך אדנירם »

[justify][center]אונזער חינוך סיסטעם:

וואס האט פאסירט צו אונזער חינוך?
וואס קענען מיר טון עס צו פארבעסערן?
[/center]

[left]אריינגעשיקט דורך: הרב יהודה מ.[/left]


[center]1.[/center]

[center]פארווארט.[/center]
פאר צוויי-דריי הונדערט יאר צוריק, האט רוב וועלט נישט געהאט די פאסיגע נערונג, אסאך האבן געלעבט נאר אויף דאס מינימום. ווען איינער וואלט דעמאלס געגעבן פארן המון עם, צו עסן אויף א טעגליכן פארנעם, פיש און פלייש, ברויט מיט קעז, פרוכט און גרינצייגן, אזויווי עס איז דא היינט צו באקומען אין כמעט יעדן שטוב, וואלטן אוודאי געוויס די מענטשן אויסגעזען זאט, און געווען פיל געזונטער.

אבער היינט צוטאגס, איז דא א שפע אויפן וועלט. אין א געווענליכער אמעריקאנער שטוב איז דא פון אלעם גוטן, די עסן איז דא די והותר, און מיר באקומען אלע נויטיגע נוטריאנס וואס עס פעלט זיך אויס צו זיין געזונט און שטארק. און פארט זעען מיר, אז יעדע צווייטע מענטש ליידט אויף עפעס, יעדן פעלט עפעס ספעציפישע נוטריאנס. יעדע מענטש דארף א באזונדערע דיעטע צוגעפאסט צו זיין קערפער, און אויב עס איז נישט אינגאנצן צוגעפאסט וועט ער אויך נישט זיין גענצליך געזונט.

פארוואס דאס איז אזוי, איז אפן פאר דיסקוסיע. מעגליך אז מיר זענען היינט שוואכערע גופים ווי אמאל [ווי שווער איז צו פאסטן היינט צוטאגס], מעגליך אז די עסן איז נישט אזוי רייך און נאטורליך ווי אמאל, מעגליך אז מיר האבן קיינמאל נישט געוואוסט געוויסע יסודות וויבאלד עס איז סייווי נישט געווען צו באקומען אויף א גאלדענע טאץ ווי היינט צוטאגס, עס קענען זיין פילע מעגליכקייטן. אבער איין זאך איז קלאר, אז מיר באשולדיגן נישט דעם היינטיגן שפע אינעם פאקט אז עס זענען דא אזויפיל מענטשן מיט געזונטהייט פראבלעמען. מיר זאגן נאר אזויפיל, אז די שפע איז לאו דווקא די ענטפער צו די פראבלעמען.

דור דור ודורשיו, דור דור ומכאוביו.

[center]***[/center]

ווען מיר ווילן אדורכגיין אונזער חינוך סיסטעם מיט אירע פראבלעמען, און זען וואס מיר קענען טון איר צו פארבעסערן, דארפן מיר קלארשטעלן פון פריער, אז מיר קומען דא נישט זאגן אז אונזער חינוך סיסטעם טויג נישט – הגם דאס וועט ארויסקומען פון די פאלגענדע לענגערע מאמר. מיר ווייסן אז אויב עפעס איז פארקערט, עס איז נאך קיינמאל נישט געווען א מצב אז די חינוך סיסטעם זאל זיין צוגעשטעלט אויף אזא הויכן סטאנדארט.

מיר האבן היינט גוטע מלמדים, רוב פון זיי גייען אדורך א קורס דורך 'מלאכת שמים' אדער עפעס ענדליכעס, יונגעלייט מיט פרישע כוחות ווערן מלמדים און טוען זייער ארבעט בנאמנה, עס זענען דא פיל ווייניגער 'לא יוצלח'ס' ווי אמאל, און אוודאי זענען נישטא קיין לאגער-געליטענע מלמדים וואס מאכן זיכער אז די קינדער אין קלאס זאלן מיטליידן... און בעצם איז היינט פיל בעסער אין יעדן הינזיכט: די קלאסן זענען גרויס, שיין, ליכטיג, מיט הייצונג אין די ווינטער און עיר קאנדישאן אין די זומער [טראכט נאר אריין וויאזוי מ'האט אויסגעלערנט אונזערע זיידעס בעפאר'ן קריג]. עס איז דא א סעקרעטאר וואס געבט זיך אפ מיטן מאכן 'קאפיע'ס' פאר יעדע קלאס, עס ווערט צוגעשטעלט נארהאפטיגע פרישטאג און מיטאג, מ'באקומט פרסים און מתנות און תעודות ווען מ'צייכנט זיך אויס, א.א.וו. די אלע זאכן זענען ניטאמאל געווען שייך אלס חלום פון א קינד אין דער אלטער היים.

די אלע זאכן זענען טאקע עפעס אויף וואס מ'האט נאר געקענט האפן פופציג יאר צוריק, אבער דאס מיינט נישט אז די זאכן זענען וואס מיר דארפן, און דאס מיינט נישט אז די זאכן זענען די ריכטיגע הילף פאר די פראבלעמען וואס באטרעפן דעם היינטיגן דור. מעגליך אז מיר זענען שוואכערע דורות, מעגליך אז די היינטיגע טעכנאלאגישע וועלט פאדערט א צווייטע צוגאנג צו חינוך, און מעגליך אז עפעס אנדערש איז די 'סיבה'.


אבער די מציאות טוישט זיך נישט, און די מציאות ווייזט אז די היינטיגע חינוך סיסטעם, האט זייער א שוואכע סוקסעס ראטע. די פירות וואס קומען היינט ארויס - שוין נאכן פארבעסערן דעם סיסטעם פילפאכיג מער ווי עס פלעגט זיין דרייסיג יאר צוריק - זענען פיל שוואכער ווי די אמאליגע פירות. די מאס 'פירות הנושרי"ן' פארמערן זיך ליידער, און די צאל ארויסגעפאלענע פון סיסטעם שטייגן יאר-יערליך.

מיר באשולדיגן נישט דעם היינטיגן סיסטעם, ווייל מ'דארף זיין א נאר נישט צו זען וויפיל כוחות מ'האט אריינגעלייגט אין די לעצטע יארן צו פארבעסערן דעם חינוך סיסטעם. אבער מיר זעען יא, אז די היינטיגע מהלך אין חינוך איז קלאר 'נישט' דער וועג וויאזוי זיך צו באנעמען מיט די היינטצייטיגע פראבלעמען. עס איז אויך קלאר, אז סתם צולייגן נאך 'פרייזעס' און נאך באקוועמליכקייטן פאר די קינדער, און אויפנעמען נאך 'חינוך מיוחד' מלמדים, זענען ווי צולייגן נאך באנדאזשן און מעדעצינען פארן קראנקן, אנשטאטס זוכן וועגן וויאזוי צו פארזיכערן אז ער ווערט נישט קראנק. דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, ווייל דאס טוען מיר שוין די לעצטיגע יארן, אנע גרויסע סוקסעס. אלזא, מיר דארפן פרובירן צו טוישן געוויסע יסודות'דיגע צוגאנגען צו חינוך הבנים, און צופאסן די מעטאדן צום היינטיגן דור.

[center]***[/center]

עס איז אייביג פארהאן א געוויסע ציבור וואס שרעקט זיך שטארק פון די ווארט 'מסורה'. ס'טייטש? טוישן מהלכים, מאכן נייע פארשלאגן, אוועקשטעלן נייע רעיונות און יסודות? "אמאל האט מען זיך נישט דערוואגט צו טוישן דעם מהלך אין חינוך" – אייסערט זיך אזא איינער. ביי אים איז קלאר אז דאס איז בגדר המליצה 'חדש אסור מן התורה'.

אבער דער אמת איז, אז זיי זענען פשוט נישט גערעכט. נישט נאר תורה'דיג נאר אויך היסטאריש. צו האבן מיר דען נישט געטוישט כסדר פון די מסורה, עד עצם היום הזה? אמאל פלעגט מען נאר שלאגן קינדער, היינט צוטאגס איז דאס כמעט בבל יראה ובל ימצא, אמאל איז נישט געווען אזא זאך ווי 'פרייזעס' פאר קינדער, אמאל האט מען נישט געלערנט די א"ב מיט ספעציעלע מעטאדן, און אמאל איז נישט געווען אזא זאך אז 'ריסעס' האט א ספעציפישע צייט. שוין אפגערעדט פון דעם וואס אמאל איז נישט געווען א מציאות פון ספעציעלע הילף פאר שוואכע קינדער. דאס מיינט, אז מ'האט כסדר געטוישט די צוגאנג צו חינוך הבנים לפי צורך הדור, אן נוצן די לאזונג 'מסורה' אנצוהאלטן פראבלעמאטישע צוגאנגען צום היינטיגן דור.

אבער נישט נאר מעטאדן האט מען געטוישט, נאר אפילו ערנסטערע מושגים, א שטייגער ווי מיידל שולע'ס – וואס איז אמאל נישט געווען במציאות, איז היינט א כורח הדור לכו"ע. דאס הייסט, אז מ'איז משנה פון מסורה לצורך ולתועלת הדור. און ווי דען אויב נישט דא, זאל מען ענדערש נוצן די אנדערע לאזונג - וואס שטייט אין פסוק (תהלים קיט, קכו): "עת לעשות לה' הפרו תורתך" (נאכדערצו ווען מ'דארף נישט מפיר תורה זיין ח"ו, נאר ענדערן אביסל די צוגאנג).

עס איז באקאנט די מעשה מיטן חסיד'ישן רבי, וואס האט געטוישט אסאך פון די מנהגים וויאזוי זיין טאטע – דער פריערדיגער רבי – האט זיך געפירט. ווען מ'האט אים אנגעפרעגט דערויף, האט ער געזאגט אז ער פירט זיך פונקט ווי זיין טאטע: "מיין טאטע האט משנה געווען פון זיין טאטע'ס מנהגים, און איך בין משנה פון זיינע מנהגים". מיר קענען אויך זאגן דאס זעלביגע, מיר האלטן אן די מסורה מיטן גאנצן שטאלץ! די מסורה ווייזט אונז, אז מ'האט כסדר משנה געווען דערפון לתועלת חינוך הדורות הבאים, און מיר האלטן פון די מסורה.

[center]***[/center]

איידער מיר גייען צוזאמען אדורכטון וואס דאס מיינט 'חינוך', וויאזוי מ'איז מחנך היינט צוטאגס, וואס זענען די פראבלעמען וואס מאכן זיך כסדר, און וואס מ'קען טון צו לייזן די פראבלעמען, ווילן מיר קלארשטעלן אפאר וויכטיגע פונקטן:

1. מיר קומען נישט זאגן אז דאס, און נאר דאס, וואס מיר זענען מציע, איז די ריכטיגע זאך אדורכצופירן. און דאס זעלביגע מוז נישט זיין אז אלעס וואס מיר קוקן אן אלס פראבלעם איז טאקע א פראבלעם. מיר לייגן דא אראפ די פראבלעמען און די לעזונגען לויט ווי עס זעט אויס אין אונזערע אויגן. און אדרבה, אויב אנדערע מחנכים האלטן אנדערש, שטייען מיר גרייט מיט אנגעשפיצטע אויערן צו הערן וואס זיי האלטן דערוועגן. אזוי אויך, אויב זיי האבן אנדערע הצעות וויאזוי צו לייזן די פראבלעמען, זאלן זיי דא טרעפן א פלאטפארמע וואו צו זאגן את אשר עם לבבם. ומנאי ומינייכו תסתייע מילתא.

2. דער שרייבער פון די שורות, איז זעלבסט א מחנך שוין איבער דרייסיג יאר בליעה"ר, און אסאך זעלטענע 'קעיסעס' זענען אנגעקומען צו זיין טיר. האבנדיג ערפארונג אין חינוך, און צוזעענדיג די פראבלעמען וואס זענען דא היינט צוטאגס, האט ער מחליט געווען מציע צו זיין נייע רעיונות וואס קענען שטארק בייהילפיג זיין.

3. אלע נקודות אין דעם לענגערן ארטיקל, זענען אדורכגעשמועסט געווארן מיט מערערע מחנכים און מלמדים, און איז ארויסגעקומען בחבורה אחת ווען יעדער לייגט צו זיינע געדאנקן. דערפאר טראגן די ווערטער פיל מער געוויכט.


לאמיר טאקע האפן אז די נקודות וועלן אויפטון וואס עס דארף אויפטון, און די ביז יעצטיגע מהלכים אין חינוך זאלן מאכן פלאץ פאר מהלכים וואס זענען בעסער צוגעפאסט פאר אונזער דור, וחפץ ה' בידינו יצליח.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר