א שמועס מיט א צומישטען יונגערמאן (דער וועקער #3)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

א שמועס מיט א צומישטען יונגערמאן (דער וועקער #3)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'קומט מיר אמאל זיך צו באגעגענען מיט מענטשען וואס זענען שטארק פארווייטאגט אויפ'ן סיסטעם, אזש זיי לאזען אלס אפ, כולל משפחה אידישקייט און גאט. לויט וואס איך שמועס מיט זיי זעט מיר אפט אויס אז ווען די מענטשען וואלטען געהערט געוויסע זאכען ביים אנהייב, וואלטען זיי אזוי ווייט נישט פארקראכען. איך שרייב דא אפ דער שמועס וואס ליגט מיר אין די לונגען וואס איך האלט איין ווען איך שמועס מיט די חברה. ס'וועט ערשיינען אינ'ם חודש'ליכע וועקער במשך די נעקסטע פאר מאנאטען, והא לך די ערשטע טייל:


ר"א: שלום עליכם ר' נחמן, וואס מאכט איהר?
ר"נ: ב"ה, מ'שטופט דורך.

ר"א: וואס הער איך פון דיר אזעלכע רייד? ווי אויך זעסט דו אויס שרעקליך אומעטיג . וואו איז דער פרייליכע נחמן וואס איך געדענק פון אלס בחור?
ר"נ: אז דו באמערקסט איז שוין ביטער. לעצטענס דרייט מיר אין געדערעם כל מיני שאלות ומחשבות, איך ווייס נישט וויאזוי זיי אויסצודריקן. מיין גאנץ לעבן שטייט פאר מיר אז איך ווייס נישט וואס איך האב געטוהן און וואס איך גיי טוהן, פארוואס טוה איך וואס איך טוה, וואס וועט זיין מיט מיר? איך דערקען זיך שוין נישט.

ר"א: איך זע שוין און איך הער שוין. ס'איז גאר אן עלענדער געפיהל, מ'שטייט אליינס מיט די אלע שאלות און ענינים. אסאך מענטשן גייען אדורך די פלאנטער.
ר"נ: וואס הייסט? קודם זאגסטו אז מ'איז עלענד, און נאך דעם זאגסטו אז פיהל מענטשן גייען דאס אדורך?

ר"א: האסט גוט אנגעכאפט דער ענין. ביז יעצט ביסטו געווען א חלק פון א געזעלשאפט. ביסט געגאנגען אין חדר מיט יעדן, און אין ישיבה מיט יעדן. געלערנט ווען יעדער לערנט, געדאוונט ווען יעדער דאוונט, געזינדיגט מיט יעדן און תשובה געטוהן מיט יעדן, חתונה געהאט ווען יעדער האט חתונה. די קישן פאר דיין לעבן איז געווען דיין סביבה פון ארום און ארום, זיי האבען דיר געהאלזט, געהאלטן און ערלעדיגט. אין כולל ביסטו געגאנגען ווי יעדן, צום ארבעט ביסטו געגאנגען מיט יעדן, און דיין קליידונג איז פונקט ווי יעדנ'ס, אויפן האר.
יעצט ביסטו געוואויר געווארן אז דו האסט מחשבות אין קאפ. ביז היינט האט קיין מחשבה נישט געהאט קיין דריסת הרגל, אלס איז געווען נחלת הכלל.
היינט האסטו אנגעהויבן א נייעם רייזע אין לעבן, דער רייזע פון שכל. דיין שכל לעבט אליינס, זי מישט זיך נישט מיט אנדערע. זי פארשטייט און דערהערט, קלערט און ווארפט ארויס, פארגרייזט זיך און גלייכט זיך אויס, און אלס אין איהר אייגענע ג' על ג'. קיין אנדערע האט נישט קיין צוטריט דארט, קיינער קען דארט עפעס טוהן, נאר דו אליינס.
פיהל מענטשען גייען אדורך דער רייזע, אבער יעדער איינער רייזט אליינס. דער עלענדער געפיהל וואס דו האסט יעצט איז דער אומבאקאנטשאפט דיינער מיט די מציאות, דאס אז קיין אנדערע קענען נישט מיטטיילן דיינע געפיהלן, און די גאנצע אחריות איז אויף דיינע פלייצעס.
ר"נ: דאס איז א נקודה למחשבה, איך האב קיינמאל נישט אנגעקוקט מיין לעבנ'ס טויש מיט אזא בליק.

ר"א: לעבנ'ס טויש? וואס האט זיך געטוישט? ביסטו דען שוין נישט ר' נחמן דער פינף און צוואנציג יעריגער יונגערמאן, ארבעט אלס אקאונטענט, און איז א טאטע פון פיהר קינדער?
ר"נ: איך ווייס אליינס נישט וואו איך שטיי. מיין דרויסנדיגע לעבן איז געבליבן די זעלבע, אבער אינעווייניג בין איך אינגאנצען צומישט. איך ווייס נישט וויפיהל לענגער איך וועל עס קענען אנהאלטן.

ר"א: אוי אוי אוי, איך פיהל טאקע דיין פיין. מ'דרייט זיך צווישן מענטשן און מ'מיינט אז אלס איז אינדערערד, מ'איז פאראורטיילט צו א לעבן פון ווייבערישע גלויבונגען מיט קטנות'דיגע הנהגות, קיין וועג ארויף איז נישט דא, אלס ציהט אראפ. מ'מיינט אז א לעבן מיט אידישקייט גייט נאר מיט א פארמאכטן שכל, און מ'האט אזוי מורא פאר די אחריות, פאר די פרייז פון זיך אויפבויען אזויווי מ'וויל.
און די ספיקות דרייען זיך: אפשר יא אפשר נישט, ווער זאגט איך בין גערעכט, ווער זאגט מיר אז מיין שכל ארבעט ריכטיג? מ'האט נישט דער צוטרוי צום שכל, כאילו ער האט די כוחות צו שאפן א מענטש פון א דומם.
ר"נ: פון וואנעט קענסטו מיינע מחשבות?

ר"א: ווייל יעדער איינער וואס האט אנגעהויבן דער רייזע איז געפארן דורך די פראבלעמען, ער פיהלט אט די פיין, און מאכט מיט די אלע ספיקות. ביסט נישט דער איינציגסטער, ביסט אבער אליינס.
ר"נ: דו זעסט אויס ווי ס'האט דיר גארנישט אין לעבן פאסירט. דו זעסט מיר אויס ווי א טיפישע פופציג יעריגער איד, א שטאפענעם הוט מיט א לאנגע רעקל, די זעלבע שווארצע ברילן און א האלב ווייסע בארד. דו מאכסט חתונה די קינדער, און דו פראוועסט וואכנאכט'ס ביי די אייניקלעך. ביסט געבליבען דער זעלבער ווי דיין טאטע האט געוואלט. ווי זאגסטו מיר אז דו האסט דורכגעמאכט די רייזע?

ר"א: דא וועל איך דיר מגלה זיין א סוד. דער רייזע איז אין קאפ, און נאר אין קאפ. ברגע ס'הייבט אן ארויסצושפאצירן פון קאפ, דארף מען חושד זיין אז מ'פארט שוין פאלש.
דער ערשטער טריט אין די רייזע איז א געפארפולע, מ'מיינט ווער ווייסט וואס. איי וואס קען מען טוהן צו פארמינערן די פראבלעם? אז מ'דערמאנט זיך פון אנהייב וואס איז דא דער ציל, און מ'שטעלט זיך דערמאנונגען אויפן וועג, כדי מ'זאל נישט פארקריכן! די בוזשעווענדע וועלט זוכט צו פארקריכן ביי א יעדע זאך, ובפרט איינער וואס וויל פארגעסן פון די היימישע גאס און לעבן אליינס. די וועלט שלעפט מיט א מורא'דיגע כח, און זי טרעפט אלס נייע וועגן זיך אריינצושמוגלען.
ווען א מענטש טינקט זיך אין מקוה מיט יעדן, ער עסט קאשע מיט יען און ער שמועסט מיט יעדן, זעט ער אלס דורך די ברילן פון יעדן. זיין אחריות איז צו יעדן. ער מעג נישט טוהן - צו טראכטען - אנדעריש פון יעדן. און ווער איז דער רשכבה"ג כ"ק אדמו"ר מ'יעדעם'? געווענליך נישט קיין גרויסע חכם, נישט קיין קליינע נאר, און נישט קיין ענדע צדיק. א פלעינע מענטש מיט אלע פירושים, א גראבע בעל תאווה מיט א נידריגע בליק, און ער שטעלט דער גאנג פאר אלעמען, צו איהם האט מען אן אחריות.
יעצט אז מ'הייבט אן א נייעם וועג, איז די אחריות צום שכל, מ'דארף היטן דעם שכל, נוצן דעם שכל, בויען דעם שכל, און זיך אונטערווארפן אונטערן שכל. ווען מ'לאזט זיך וואוילגיין, טוהן נאר לויטן אינסטינקט, איז מען גאר געפאלן אין די רייזע. ווען די רייזע איז איינס מיט שכל, האט עס נישט קיין שום פשט אז ס'וועט פיהרן צו א געמיינעם בהמה לעבן.
דיין שכל איז א דיאמאנט, נאר ביזדערווייל איז עס בכלל נישט אויסגעשלייפט געווארן. יעצט האסטו דער געלעגענהייט דאס צו מאכן גלאנצן. פאמעליך, טריט נאך טריט, נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, קלאר אדורכטוהן יעדע שטאפל אין לעבן, וואס ס'מיינט, פארוואס מ'עקזיסטירט, וואו זוכט מען אנצוקומען, וואו האלט מען אין דער וועג. די זענען שאלות וואס נעמט פיהל התבוננות. אויב מ'לויפט און מ'שפרינגט, ווייסט מען אז מ'דינט נישט דעם שכל, מ'דינט נאר די תאווה פאר תירוצים.
ר"נ: זאגסט מיר אז דאס לעבן ווערט שווערער מיט די נייע לעבנסשטייגער?

ר"א: שווערער? יא. אבער מיט א טיפערע באדייט, מיט א ברייטערע פארנעם. אנגעהויבן פון יעצט, האט יעדע שוועריגקייט א פשט, יעדע שטרויכלונג קומט מיט איהר לעזונג. מ'דארף נישט פיהלן ווי די וועלט איז אזוי געפארפול, אז מ'דארף איהר משחד זיין מיט סופערסטיציע'ס און מיסטיציזם. מ'פארשטייט שוין אז צרות האבען א סיבה, איינער שטייט אונטער די גאנצע מעשה, און ער האט דיר אינזין.
שוין, איך זע אז איך האב דיר געגעבן אויף וואס צו טראכטן. מ'וועט אן אנדערע מאל ווייטער שמועסן. לאמיר זאגן אין א וואך ארום וועט מען זיך טרעפן אין ביהמ"ד פאר מנחה ערב שבת.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר