וואס מייקל פעלפּס לערנט אונז ("וועקער", נומער 4)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

וואס מייקל פעלפּס לערנט אונז ("וועקער", נומער 4)

הודעהדורך העניך » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 3:24 pm

ביי די זומער-אלימפּיקס אין ריאָ פארגאנגענעם אוגוסט, האט מייקל פעלפּס ווידעראמאל באוויזן אומגלויבליכע דערגרייכונגען, און האט פארגרעסערט זיין זאפאס פון מעדאלן צו 28, דריי-און-צוואנציג דערפון גאלד – דאס מערסטע פון סיי וועמען אין דער היסטאריע. פעלפּס איז מער ווי אן אינדיווידועל – ער איז אן ערשיינונג, א געשעעניש וואס פאסירט נאר איין מאל אין דורות.

פעלפּס האט אנגעהויבן זיין אלימפּיקס קאריערע אין דעם 2000 סעזאן, אלט זייענדיג 15 יאר. אין 2004 האט ער געוואונען זיין ערשטן גאלד מעדאל, און האט ווייטער געזאמלט גאלד אין לויף פון די ווייטערדיגע אלימפיק סעזאנען.

עס איז נאטירליך אז פעלפּס איז שטארק בארימט איבער דער גאנצער וועלט, און מיליאנען מענטשן זעען אים ווי א גיבור און מוסטער. פעלפּס' געשטעל איז וועלטבארימט, און זיין גוף איז פאסיג אלס א סימבאל פון אלימפּיקס – דער גריכישער פארמעסט וואס פארגעטערט דעם מענטשליכן קערפער.

די שיינקייט און מאיעסטעטישקייט פון דעם מענטשליכן גוף האט נישט איבערגעהיפט אונזער פאלקלאר און מסורה, און מיר געפונען שילדערונגען אין דער תורה און אין חז"ל איבער מענטשן וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שיינקייט: שרה, רבקה, רחל, יוסף, אבשלום, רבי יוחנן, און נאך. דער פסוק טיילט אפילו איין מענטשליכע שיינקייט אין צוויי קאטעגאריעס: אויסזען און געשטעל – "ויהי יוסף יפה תואר, ויפה מראה." אלזא, ווען מ'רעדט פון "תואר", דעם מענטשליכן געשטעל, זענען די אלימפּיקס מחותנים.

ווען מ'קוקט אן דעם גרויסן טשאמפיאן ווערט מען דערשטוינט פון זיין אויסערגעווענליכן גוף – שטאל-געבויעט מיט מאסיווע דעמענסיעס. פעלפּס איז הויך 6.4 פיס, און פארמאגט א פליגלשפאן (לענג צווישן די שפיץ פינגער פון ביידע הענט) פון 6.7 פיס. זיינע ביינער און געלענקען זענען באפעסטיגט מיט אומגעהויערער בויגזאמקייט און מאכט. די קאפאציטעט פון זיינע לונגען זענען 12 ליטער, טאפלט פון א געווענליכן מאן. פעלפּס איז א וואונדער פון דער בריאה, און דערפאר האט ער מער ווי טאפלט גאלד מעדאלן ווי סיי וועמען אין דער געשיכטע.

אבער פאוואליע. אמת אז איינער וואס איז נישט געבענטשט מיט פעלפּס' אייגנשאפטן וועט מסתמא נישט קענען אנקומען אזוי ווייט ווי אים. אבער זענען זיינע אויסערגעווענליכע פיזישע ברכות גענוג געווען אים ארויפצושטעלן אויף דעם שפיץ פון הצלחה? אבסאלוט נישט.

מייקל פעלפּס האט זיך איבערגעגעבן פאר זיין הצלחה מיט קאנצענטראציע און התמדה וויסנדיג אז ער האט פאר זיך א ציל: צו זיין דער בעסטער שווימער אויף דער וועלט. מ'קען געבוירן ווערן מיט די בעסטע גענעס און כשרונות, אבער אויב פארמאגט מען נישט דעם ווילן, אייפער און אנטשלאסנקייט זיך גענצליך איבערצוגעבן פאר דעם ציל וועט מען קיין ערגעץ נישט אנקומען. טראץ פעלפּס' אויסערגעווענליכער פיזישער געשטעל, האט ער פארברענגט אומגעהויערע סכומים שעות זיך צו לערנען און פארבעסערן.

דורכאויס א תקופה פון פינף יאר האט פעלפּס נישט פארפעלט אפילו איין איינציגן טאג פון שווימען 3-6 שעה! יעדן טאג האט געמיינט יעדן טאג, אפילו חגאות און שמחות. ווען א זשורנאליסט האט אים געפרעגט פארוואס ער האט זיך נישט פארגינט וואקאציע פאר איין טאג א וואך, האט פעלפּס געענטפערט, "אויב דו ווילסט זיין דער בעסטער, דארפסטו טון וואס אנדערע מענטשן זענען נישט גרייט צו טון. איך האב געהאלטן אז אזוי וועל איך דורכאויס יעדעס יאר באקומען כאטש 52 טעג טרענירונג מער ווי סיי וועמען."

פעלפּס לערנט אונז התמדה, פּערסיסטענס בלע"ז. ווען מ'האט דער ציל פאר די אויגן דארף מען גיין און אנגיין דערמיט. עס איז נישט קיין נפקא מינא אז מ'איז שוין גוט אדער מ'איז נישט גענוג גוט. מ'לייגט זיך אריין לייב און לעבן און נאר אזוי קען מען דערגרייכן.

דאס לערנט אונז אויך דער שרייבער מאלקאלם גלאדוועל אין זיין בארימטן בוך Outliers, וואו ער איז מאריך מיט'ן אויפווייזן אז דער גרעסטער באשטאנדטייל פון סוקסעס איז נישט כשרון, נאר התמדה. גלאדוועל שטעלט אוועק דער "10,000 שעה כלל" – עס וועט נעמען פאר א מענטש בערך 10,000 שעה פון פראקטיצירן צו ווערן א מומחה אין א פעלד. נאכקוקנדיג די גרעסטע מומחים אין מוזיק און אין אנדערע טאלאנטן האט געוויזן אז התמדה, אנגיין און נישט מיד ווערן, האט זיי געברענגט צו וואו זיי זענען אנגעקומען.


מייקל פעלפּס לערנט אונז נאך א לעקציע. אין 2014 איז ער ארעסטירט געווארן נאכ'ן געכאפט ווערן דרייוון אנגעטרונקען. פעלפּס איז אריינגעפאלן אין א שווערער דעפרעסיע, און האט כמעט דערגרייכט צו א מצב פון זעלבסטמארד. נאך חיזוק פון זיין חבר דער גרויסער פוסבאל שפילער רעי לואיס, האט ער אוועקגעקוקט אויף די שוועריגקייטן, און האט מחליט געווען זיך צוריק אריינצונעמען אין די הענט. ער האט אנערקענט אין זיינע באגרעניצונגען זיך אליין צו העלפן, און האט זיך איינגעשריבן אין א פסיכאלאגישער טראומא און אדיקשאן באהאנדלונג צענטער, און גענוצט יעדן געצייג וואס ער האט נאר געקענט, אריינגערעכנט זיין קריסטליכע אמונה, זיך צו העלפן צוריקכאפן. ווייניגער ווי צוויי יאר שפעטער איז פעלפּס געווען צוריק אין די אלימפּיקס און האט ווידער געבראכן יעדן רעקארד אין דער היסטאריע.

התנערי מעפר קומי. ביסט צוריקגעפאלן, די וועלט זעט אויס פינסטער, עס זעט אויס ווי עס איז שוין נישט דא קיין סיבה אויף צו לעבן, זוך און נישטער צו טרעפן נאך איין פונק און צינד עס אונטער מיט די לעצטע כוחות.

ווען מיר קוקן אויף א מוצלח ווי מייקל פעלפּס דארפן מיר וויסן און געדענקען אז נישט נאר זיינע כשרונות האבן אים געברענגט צו וואוהין ער איז אנגעקומען, נישט נאר זיינע פיזישע טאלאנטן און קראפט, נאר אויך – און נאך וויכטיגער – זיינע גייסטישע כוחות, זיין התמדה, זיין אנטשלאסנקייט צו גיין און אנגיין איינמאל און נאכאמאל, זיין אנערקענונג צו נעמען הילף ווען נויטיג, דאס האט אים ארויפגעשטעלט אויף דעם עווערעסט פון מענטשליכער דערגרייכונג.


בילד

*


וואס אונזערע עלטערן און מחנכים דארפן לערנען

אין עלטער פון 9 יאר איז מייקל פעלפּס דיאגנאזירט געווארן מיט ADHD - אטענשאן דעפיציט הייפעראקטיוויטי דיסארדער, דאס איז א גייסטישע אומארדענונג וואס שפילט זיך אויס אין פראבלעמען זיך צו קאנצענטרירן און צולייגן קאפ. ADHD ברענגט אויך אויפפירונג-פראבלעמען פאר קינדער וועלכע ליידן דערויף. פעלפּס' מאמע, דעבי, א לאנגיעריגע לערערין און מנהלת אין א באלטימאר שולע, איז טאקע געווען צעבראכן הערנדיג דעם דיאגנאז, אבער זי האט פארשטאנען וויאזוי זיך אומצוגיין מיט איר קינד.

אנשטאט ארבעטן אז מייקל זאל זיין "נארמאל" ווי יעדן, האט זי אים אויפגעבויט מיט די טאלאנטן וועלכע ער האט פארמאגט - זי האט אים מחזק געווען און געהאלפן שטייגן אין שווימען, און אזוי אים געבויט סיי ווי א מענטש מיט אינטערעסן, א האבי, און א קאריערע, און סיי ווי איינער פון די גרעסטע מוצלחים אין היסטאריע. דורך זיין אינטערעסע אין שווימען האט זי אויך באוויזן אריינצודרונגען אין אנדערע לימודים. אנשטאט ער זאל זיך מוטשען מיט א רעכענען פראבלעם וואס פארמאגט מושגים וועלכע האבן אים נישט אינטערעסירט, האט זי עס איבערגעארבעט אויף: "ווי לאנג וואלט עס גענומען צו שווימען 500 מעטער אויב דו שווימסט דריי מעטער א סעקונדע?" אז מייקל האט זיך באקלאגט אז ער האט נישט קיין געדולד צו לייענען, האט די מאמע אים געמוטיגט צו לייענען די ספארטס-אפטיילונג פון דער צייטונג.

עלטערן וועלכע ווילן באמת די טובה פון זייער קינד ווילן אים בויען, אז ער, זיין פערזענליכקייט, זאל בליען און מצליח זיין אויף דעם העכסטן שטאפל וואס מעגליך. זיי זוכן נישט אז ער זאל אריינגעצווינגען ווערן אין א מוסטער לויט ווי אנדערע קינדער קענען מצליח זיין; זיי פרובירן נישט צו דערשטיקן ווער דאס קינד איז באמת אין אויסטויש פאר א מאסקע וואס באשטייט פון געזעלשאפטליכע ערווארטונגען. מייקל פעלפּס וואלט געקענט בלייבן א לא יצלח וואס האט קיינמאל נישט מצליח געווען אין שולע, און וואלט געקענט ווייטער זאמלען דערביטערונג און דערנידערונג יאר נאך יאר. אנשטאט, האט זיין מאמע אים געבויט און געהויבן - און אין דער צייט וואס היינט האט קיינער נישט געהערט פון די "מצוינים" אין זיין קלאס, האט די גאנצע וועלט געהערט פון מייקל פעלפּס.

פעלפּס ווייסט וואס זיין מאמע האט געטון פאר אים. באלד נאכ'ן באקומען זיין ערשטן גאלד מעדאל, איז ער אראפ פון די געווינער'ס פלאטפארמע, און איז צוגעגאנגען צו זיין מאמען געבן א קראנץ בלומען. "איך בין געווען אזוי גליקליך, ס'האבן מיר גערינען טרערן," האט דעבי פעלפּס זיך עראינערט.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2480 מאל

הודעהדורך כוכב » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 3:34 pm

הערליך הערליך, דער ארטיקל רודפט מיך שוין א גאנצן טאג היינט, איך האב שוין פרובירט אויסצוחשבון וויפיל שעה איך וועל דארפן לערנען א טאג אנצוקומען צו צען טויזנט שעה תורה און ווערן א תלמיד חכם, חברה, ס'איז גאנץ אסאך. אבער ווי דער גר"א שרייבט: "העקשן יצליח!" דער איינציגער וועג פאר הצלחה איז עקשנות און התמדה.
למעשה וואס איז מיר א וואונדער אז פעלפס געווינט על פי רוב אין מילי סעקונדעס שנעלער ווי זיינע קעגנער, אנדערש ווי למשל קעטי לעדעקי, די שווימערין העלדין פון עזרת נשים, וואס געווינט מיט שיינע סעקונדעס בעפאר, וואס מאכט די קונץ פון פעלפס נאך שטערקער, אז טראץ ער שטייט אזוי נאנט צו זיין קעגנער און די מארזשין פאר עראר זענען אין מילי סעקונדעס, דאך באווייזט ער "אלעמאל" ארויסצוקוועטשן א זיג, אזאך וואס איז למעלה מהשגה.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2501
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7114 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 3:45 pm

זייער שיין.

הערליך ארויסגעברענגט דעם מוסר השכל, און א פראפעסיאנאלע שריפט.

אז מ'רעדט שוין פון גלעדוועל'ס רול. כאפטס א בליק אין דעם ארטיקל http://www.businessinsider.com/new-stud ... ule-2014-7
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 5:01 pm

יישר כח @העניך, זייער יסודיתדיג סוקסעס סטארי..

3 שטארקע יסודות שפילט א ראלע אין די סוקסעס.
1) אפילו דו האסט כשרון דארפסטו אריינארבייטן. 2) די כח פון חינוך על פי דרכו.
3) און צום לעצט, די כח פון א גוטע חבר.

למעשה די ערשטע יסוד אז אפילו ביסט געבענטשט מיט כשרון דארפסטו התמדה, פארשטיי איך נישט אזוי גענוי ווי @כוכב דערמאנט אז מייקל געווינט ממש שמאל אז א מענטשליך אויג קען קוים אויפכאפן, און ביי איין טורין איז א צווייטער געווען פאר עם,
דאס איז די גאנצע וואס זיין עקסטערע 52 טעג עקסערעסייז טרענינג איבער זיינע קאלעגען מאכט עם 'נאר' געווינען א משהו?? אתמהה??? און אפשר איז פארהאן אמאל וואס א מענטש קומט אן צו די קלימאקס אז ווייטער קען ער שוין נישט גיין...,
וואלט יא כדי געווען פאר מייקל זיך אפצוריען אביסל.

די צווייטע לעקציע רעדט פאר זיך אליינס ווי @העניך צולייגט עס אזוי שיין.

די דריטע נקודה איז די כח פון א גוטע חבר, ווי מייקלס גוטע פריינד רעי לואיס האט עם געראטעוועט פון טויט ווען ער האט געהאלטן ביים שוועל פון יאוש.

וויפיל מאל טרעפט זיך אז דו זעהסט א חבר אין יאוש געפילן, זאלסטו וויסען וואסערע השפעה א פריינד האט און וויפיל מען קען ראטעווען מיט אביסל חיזוק צו אמאל א גוט ווארט צו א שטיקל הלוואה אדער סתם אזוי אויסבלאזן, און אז דאס קען צומאל ראטעווען פון טויט.
די שאלה איז נאר ווי טרעפט מען די גוטע חבר??..... רוב חבירים זענען דא ווי לאנג דו ביסט א מוצלח אין זייערע אויגן איינמאל דו פאלסט אריין אין בלאטע איז פלוצלינג נישטא צו וועמען צו רעדן.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1880
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 5:40 pm

אן אריינצוווארפן א פלאקן אין די געביידע ווינדער איך מיך אייביג כמה מייקלס איכא בשוקא וואס די מאמע האט מחזק געווען און געהלפן שטייגן אין שווימען און זיי האבן אויך אוועגעגעבן די חגאות און ימים טובים פאר עקסערסייז און מיט דעם אלעם זענען זיי נישט אנגעקומען צו ווייט.
פארוואס זאג איך דאס? פשוט צו בארואיגן כוכבן'ס עקסטאז.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 664
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2915 מאל

Re: וואס מייקל פעלפּס לערנט אונז ("וועקער", נומער 4)

הודעהדורך mevakesh » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 6:41 pm

זייער שיין
מען דארף אבער באטאנען אז מען קען זיך חלילה לערנען פון פעלפס אזוי ווי בנימין האט שוין ארויסגעברענגט אויבן אז אסאך האבן געטוהן אזוי סך איבונגעןן ווי פעלפס אדער גאר מער ולא עלתה בידם
אבער ווען מען ארבעט אויף די נשמה אדער אויף די מידות ארבעט עס נישט אזוי נאר יעדע ביסל ארבעט צאלט זיך אויס און יעדער אינדערווידואלער מענטש האט זיין אייגענעם שווים באסיין ווי ער דארף אנקומען
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:54 pm

מייקל פעלפּס לערנט אונז נאך א לעקציע. אין 2014 איז ער ארעסטירט געווארן נאכ'ן געכאפט ווערן דרייוון אנגעטרונקען. פעלפּס איז אריינגעפאלן אין א שווערער דעפרעסיע, און האט כמעט דערגרייכט צו א מצב פון זעלבסטמארד.

זה הוא? פארן ארעסטירט ווערן גלוסט זיך שוין סנעמען דאס לעבן? וויפיל געוועזענע ארעסטאנטען זענען דא צווישען היימישען עולם און אין די פרייע גאס און זיי נעמען זיך נישט דאס לעבן?
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:57 pm

א גרויסען ישר כח פאר חברינו היקר העניך פארן אזוי שיין סערווירען די ידיעות קיפ אפ!!

אגב איך מיין אז מלמדים און אזוי אויך רבנים וואלטען עס געמעגט נוצען פאר א משל ווען זיי ווילען מעורר זיין די עולם אין די ימי הרחמים והסליחות סאיז נאך אזויפיל גוט ווי דער משל מיט דער קעניג און זיין בן יחיד.... :lol: :lol:
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 3:06 pm

אין די נייעס איז באריכטעט אז א צעהן יעריג קינד האט געבראכן די רעקארד וואס מייקל פעלפּס האט שוין פאר 23 יאר!
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג מאי 22, 2020 7:26 am

מייקל פעלפּס זאגט אז די קוואראנטין טעג איז געווען די שווערסטע תקופה אין זיין לעבן. ווער עס האט געלייענט מיין ארטיקל ווייסט אז ער האט שוין געהאט א גאר שווערע תקופה.

https://mol.im/a/8344977
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2480 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט