הפעם אודה את ה' (דער וועקער #4)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15261 מאל

הפעם אודה את ה' (דער וועקער #4)

שליחה דורך אדנירם »

[justify][center]א.[/center]
די וואך אין די פרשה – פרשת שופטים, געפונען מיר א באקאנטע פסוק (דברים טז, כ): "צדק צדק תרדוף למען תחיה" וגו'. אלע מפרשים שטעלן זיך אויפן דאפלט לשון 'צדק צדק' תרדוף, און מיר וועלן דאס אויך פרובירן מסביר צו זיין.

אבער אין אמת'ן אריין דארפן מיר ענדערש ערקלערן פשט אינעם המשך הפסוק 'למען תחיה'. כדי צו לעבן דארפן מיר 'נאכלויפן' צדק? מיר דארפן זיך אויפפירן בצדק וביושר, און דאן לעבן מיר ווי עס דארף צו זיין, אבער נאלויפן צדק איז א תנאי פאר 'למען תחיה'?

[center]***[/center]

מיר שטייען דא ביים טויער פון צוויי חדשים וואס גייען געקניפט און געבינדן, אלול און תשרי. פון ווען דער שופר לאזט הערן דעם ערשטן געשריי פון א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י, ווערט מקוים דער רמז פון א'ני ל'חוץ ו'מאוד ל'חוץ... דער עולם דרייט זיך ארום נערוועז און צוטראגן, מ'שטייט פאר די הייליגע טעג, מ'דארף תשובה טון, און ס'איז צרות ווי א בארג...

דאס איז שוין אין גוטן פאל, אין ערגערן פאל שפירט מען אז די 'פרעשור' דערפון איז צו שטארק, און מ'איגנארירט פשוט די פאקט אז ס'איז שוין אלול, ס'איז שוין די וואך פון סליחות, און ס'איז שוין גאר דער יום הדין. מ'האפט זיך שוין צו זען די אנדערע זייט טיר נאך די האלעפטשעס שמחת תורה, ושלום על ישראל.

וואס מאנכע פארזעען איז, אז עס איז דא איין יסודות'דיגער בולט'ער חילוק, אינעם טיטל וואס מ'געבט פאר חודש אלול לעומת'ן טיטל פאר חודש תשרי. אין די צייט וואס תשרי איז א ירח האיתנים, און אירע טעג זענען ימי הדין, זענען אבער די אלול טעג 'ימי הרחמים והסליחות'. די חילוק צווישן זיי, איז די סיבה פארוואס מיר וואלטן געדארפט טאנצן אין די גאסן פאר שמחה, אום חודש אלול.

ווען איינער פאלט אריין אין געריכט, איז 'דין' דער שולט. מ'קען זיך נישט ארויסדרייען מיטן זאגן "איך גיי שוין זיין וואויל". שעפעלע, זיי וואויל בעפאר מ'כאפט דיך, אז מ'כאפט דיך איז שוין ביטער. דאס מיינט דין. און ווען עס קומט אונזער יום הדין, ראש השנה אדער יום כיפור, זענען מיר שוין אין פעקל: "יקוב הדין את ההר" (מסכת סנהדרין ו' ע"ב), "אין מרחמים בדין" (מסכת כתובות פ"ד ע"א).

צו אונזער גוטן מזל, קענען מיר יא זאגן "איך גיי שוין זיין וואויל". דאס קענען מיר זאגן במשך א גאנצע מאנאט בעפאר די געריכט סעסיע הייבט זיך אן. אין חודש אלול קענען מיר פארמערן צו טון גוטס, און ווייזן א 'דזשעסט' פון אונזער זייט, אז מיר פלאנען טאקע זיך צו פארבעסערן. מיר קענען 'תשובה' טון – זיך אומקערן צום טאטן, און די 'ימי הרחמים' זענען טאקע דאס – טעג ווען די טויערן זענען אפן פאר יעדער וואס זאגט: 'האב רחמנות, איך גיי שוין זיין וואויל'.

דער וואס גייט צו צו דעם מיט א ריכטיגן בליק, פארפאסט נישט די ספעציעלע מתנה וואס הייסט 'אלול'. ווען א ריכטער געבט א מעגליכקייט גענצליך אוועקצונעמען די עונש, דורכן ארויסווייזן אז מ'פארבעסערט זיך שוין, וואלט קיינער נישט פארפאסט די געלעגנהייט! מ'וואלט זיך געפרייט צו אזא מאמענט, און מ'וואלט געזוכט וואס מ'קען נאר טון צו ווייזן פארן ריכטער אז מ'האט זיך שוין געלערנט א לעקציע, און מ'גייט שוין זיין וואויל מהיום ולהלאה.

אט דאס איז אלול: אני לדודי ודודי לי, מיר קענען יעצט ווייזן אונזער וויליגקייט צו טון גוטע טהאטן, און מיר ווייזן דאס פאר אונזער באליבטער פרייינט, 'זה דודי וזה רעי', וואס וועט אונז זיכער שענקן אלדאס גוטס ווען ער שטייגט ארויף אויפן ריכטער'ס שטול, אום ראש השנה. דער אני לדודי סטיל בליק, דארף אונז צוברענגען צו שמחה, און נישט דאס פארקערטע.
ייש"כ באשעפער פארן אונז צושטעלן אזא מעגליכקייט! הפעם אודה את ה'!

[center]***[/center]

ווען מיר פארשטייען וואס די געדאנק וואס ליגט אונטער דעם איז, וועלן מיר דערהערן די טיפקייט פון די ווערטער "צדק צדק תרדוף למען תחיה". א יעדע נארמאלע מענטש לעבט מער-ווייניגער א לעבן פון צדק. ער איז א מענטש, פירט זיך מענטשליך, און פרובירט צו טון וואס פאסט פאר אן אנשטענדיגן מענטש. אבער א מענטש איז נאר א מענטש, און א מענטש באגייט טעותים, אסאך טעותים, און צומאל – פאטאלע טעותים.

דאס איז אבער נאר ווען א מענטש לעבט מיטן געווענליכן פארשטאנד אין 'צדק'. ווידעראום ווען א מענטש זוכט כסדר וויאזוי ער קען זיך אויפפירן נאך מער אויסגעהאלטן, ווען א מענטש לויפט נאך מידת הצדק והיושר ווי נאך א דיאמאנט, דעמאלס מאכט ער פיל ווייניגער טעותים.

מיטן פשוט'ן צדק לעבט מען טאג טעגליך, אבער דעם ריכטיגן צדק דערגרייכט מען נאר מיטן איר נאכיאגן, נאר מיטן 'צדק צדק תרדוף'. דער וואס פארלאזט זיך אויפן פשוט'ן אפטייטש פון צדק, באגייט פארט עוולות פון צייט צו צייט, אבער דער וואס לויפט כסדר נאך צדק, דער לעבט כסדר גענצליך אויסגעהאלטן.

וויפיל מער 'צדק' מיר לויפן נאך, אלס מער 'למען תחיה' איז דא. וויפיל מער מיר ווייזן א 'דזשעסט' פון זיין גוט און טון גוטס, אלס מער בינדן מיר זיך אן אינעם עץ החיים, און אלס מער ווייזן מיר פארן באשעפער אז 'מיר ווילן זיין וואויל'. דאן זענען מיר זוכה צום 'למען תחיה', דאן גייען מיר אריין בספרן של צדיקים, דאן ווערן מיר נכתב ונחתם בטבעת המלך בספר החיים.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר