וויאזוי קענען מיר פארבעסערן דעם חינוך סיסטעם?! ("וועקער" #4)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15260 מאל

וויאזוי קענען מיר פארבעסערן דעם חינוך סיסטעם?! ("וועקער" #4)

שליחה דורך אדנירם »

[justify][center]אונזער חינוך סיסטעם.


חלק א': בואו חשבון: אונזער שוואכער חינוך סיסטעם!

חלק ב': וויאזוי, און מיט וואס, מיר קענען פארבעסערן דעם מצב החינוך.[/center]

[left]אריינגעשיקט דורך: הרב יהודה מ.[/left]


[center]1.[/center]

[center]"ותשועה ברוב יועץ" (משלי יא, יד).[/center]
יעצט אז מיר האלטן דא, דארף מען דאך אריינקלערן און פרעגן 'אלא מאי'?, וואס איז די ריכטיגע און פאסיגע עצה, וויאזוי מחנך צו זיין אונזער עתיד, אונזערע באליבסטע, די טייערסטע אוצרות וואס מיר פארמאגן, אונזערע קינדער. וואס און וויאזוי דארף מען זיי מחנך זיין אז זיי זאלן לכל הפחות זיין אזויווי די מיידלעך, וואס ביי זיי איז די מצב (כאטש אביסל) בעסער [ווייל צו זיין פון די וואס קריטיקירן שטענדיג, די וואס זענען בכלל 'אין כוחו אלא בפה', וואס זאגן אייביג ווי שטארק די מצב טויג נישט, אבער קענען נישט מציע זיין און אויפקומען מיט עצות און תיקונים, אויף זיי זאגט דער משנה (מסכת אבות פ"א מט"ו): "אמור מעט ועשה הרבה"].

דאס איז אבער קלאר און פשוט, אז אין אזא פאל טאר מען חלילה נישט זאגן די כלל פון (מסכת עירובין ק' ע"א): "שב ואל תעשה עדיף", ווייל דער חכם מכל אדם זאגט דאך (אנהייב פונעם פסוק געברענגט אינעם קעפל "ותשועה ברוב יועץ"): "באין תחבולות יפל עם".

דערפאר לאמיר צוזאמען אדורכגיין פארשידענע נקודות, וואס עס איז ווערט אריינצוקלערן דערינען, און זען אויב זיי זענען גוט [און איך קום דא נישט צו זאגן 'קבלו דעתי', אז מיין הצעה איז די ריכטיגע תשובה צו אלע אויבנדערמאנטע טענות און שאלות, נאר איך לייג דא פאר וואס איז מיר איינגעפאלן, 'וירא הקהל וישפוט', און אדרבה – יעדער וואס האט אן הצעה אדער א מהלך אין דעם ענין, זאל ער דאס מציע זיין. און פונקט אזויווי עס איז נישטא קיין 'דרך הלימוד' וואס איז א דבר השוה 'לכל' נפש*, אזוי אויך איז דא נישטא קיין איינצלנע מהלך וואס איז פאסיג פאר יעדן צוגלייך. און פארקערט גאר, אויב עס וועלן זיין פארשידענע פאסיגע מהלכים אין דרכי החינוך והלימוד פאר מלמדים און מגידי שיעורים, וועט יעדער אויטאמאטיש קענען אויסוועלן וואס ער וויל און וואס ער האלט אלץ מערסט פאסיג לפי המצב].

  • א' - עס איז באוואוסט, אז איינע פון די גרויסע יסודות אין רפואת הגוף איז, אז עס איז פיל גרינגער צו לעבן געזונטערהייט און פארבלייבן געזונט, ווי אויסצוהיילן א גוף וואס האט שוין באקומען א קרענק, ווייל אפצוהאלטן א הפסד איז גרינגער ווי צו דערווייטערן א שאדן וואס איז שוין געשען**. על אחת כמה וכמה ווען מיר רעדן פון דאס געזונט פונעם נשמה און דער נפש האדם, דארפן מיר טון וואס מיר קענען נאר – "כל טצדקי דאית לן למיעבד", אז די איידעלע קינדער זאלן נישט צוקומען צו קיין גייסטישע קרענק ח"ו, אדער אפילו א שוואכקייט אין זייער לערנען, זייער אויפפירונג, און אין זייער שפעטערדיגער השקפת החיים.


    [center]"לא יתן לעולם מוט לצדיק" (תהלים נה, כג).[/center]
    דערפאר דארף מען איינשטעלן אין די חדרים, געלונגענע מוכשר'דיגע יונגעלייט - א חוץ די מלמדים פון יעדן קלאס - וואס פארשטייען צום קינד'ס זעהל, און ווייסן וויאזוי צו רעדן צו זיי אויף א וועג אז די ווערטער זאלן אריינדרינגען אין זייער הארץ, צו עפענען זייערע הערצער צו תורה עבודה א.א.וו. די יונגעלייט זאלן קענען זען און דערקענען אויף א קינד אויב ער דארף ספעציעלע הילף און חיזוק אין עברי, טייטש, אדער אנדערע שוועריגקייטן וואס קומען צומאל אונטער, זיי זאלן קענען מעודד ומחזק זיין די קינדער צו שטייגן און זיך דערהייבן פון זייערע שוועריגקייטן, אז זיי זאלן נישט ארונטערפאלן ח"ו. די קינדער דארפן קענען שפירן, אז דער יונגערמאן שטייט אונטער אים און וועט אים נישט לאזן פאלן. די יונגעלייט זאלן אויך קענען מאכן שלום צווישן דעם קינד און זיינס א חבר, צווישן דעם קינד און די מלמד אדער די הנהלה, און בעיקר – צווישן דעם קינד און זיך זעלבסט. דאס מיינט, אז די עיקר ארבעט פון די מחנכים זאל זיין, אז די קינדער זאלן שפירן אז זיי האבן צו וועמען זיך צו ווענדן, און עס איז דא איינער וואס איז גענצליך פריי אין זיין צייט און אין זיין הארץ און נשמה, פארן קינד'ס הצלחה.

    אזוי וועט אויסקומען, אז פון ווען א קינד גייט אריין אין חדר אין כיתה א' אדער נאך פריער, ביז ווען ער גייט ארויס פון חדר אין כיתה ח' אדער ט' (און אפשר אפילו נאכדעם אויך), וועט ער האבן דעם ספעציעלן מחנך וואס ווייסט און פארשטייט צום קינד, מיט אלע זיינע מעלות און חסרונות, דער מחנך וועט וויסן זיין מצב צווישן די אנדערע קינדער אין קלאס, און וואס איז זיין סטאטוס און וואס איז די סיטואציע ביי אים אין שטוב, מיט זיינע עלטערן און געשוואוסטער.

    אזוי אז ווען דער מחנך וועט פארשלאגן פאר די עלטערן אדער די מלמדים עפעס א פארשלאג, לטב ולמוטב, צום ביישפיל אז ער דארף א מלמד פרטי, אדער ער דארף אביסל מער פונעם "ימין מקרבת" אדער פונעם "שמאל דוחה", וועט מען אים אויסהערן און מקבל זיין וואס ער זאגט, וויבאלד אלע וועלן וויסן אז ער רעדט נישט בלויז כדי אראפצונעמען פון זיך אן עול אין קלאס, נאר אז ער מיינט אויסדריקליך די תועלת פונעם קינד. דאדורך דעם וועט מען אויך איינשפארן אסאך עגמת נפש פון די עלטערן און די מלמדים, און שוין אפגערעדט ווי סאך דאס קען העלפן און ראטעווען דאס קינד זעלבסט***.


    [center]עברי און טייטש.[/center]
  • ב' - מ'זאל איבער'חזר'ן די 'עברי' אין יעדן כיתה, געציילטע מינוטן יעדן טאג אדער וואך. אפילו אין כיתה ז' קען מען פרובירן צו לערנען מיט זיי עברי אויף א העכערע שטאפל, למשל די יוצרות אדער תרגום אונקלוס, און אין ספרים וואס האבן נישט קיין נקודות, און אין די שטיקל גמרא וואס זיי גייען הערשט לערנען די קומענדיגע וואך, וכדומה.

  • ג' - מ'זאל לערנען לשון הקדוש אין אלע קלאסן, למשל מ'קען מאכן א געוויסע 'אוצר מילים' פון ווערטער וואס זענען נישט אזוי שכיח און באוואוסט, כדי צוצולייגן צו זייערע אלטע ידיעות.

  • ד' - מ'זאל פארזעצן צו לערנען משניות, אפילו אין די עלטערע קלאסן וואו מ'לערנט שוין גמרא. די תועלת דערפון איז פילפאכיג:

    קודם כל, אז דאס קינד זאל שפירן א פארזעצונג אין זיינע לימודים (אזויווי ער זעצט פאר צו לערנען חומש רש"י), און ער זאל נישט שפירן ווי איינער וואס קומט פלוצים אן צו א לאנד וואס ער פארשטייט נישט זייער שפראך, נאר אז מ'האט צוגעגלייגט א נייע לימוד פון 'גמרא', אזויווי מ'האט צוגעלייגט די לימוד פון 'נקודות' נאך די א-ב, און דערנאך אויך עברי, און דערנאך אויך לימוד רש"י ואותיות רש"י, און דערנאך אויך משניות.

    אזוי אויך, פאר די קינדער וואס עס איז זיי שווער צו פארשטיין די גמרא, וועלן נאכאלס ממשיך זיין און פארשטיין די לימוד המשניות, און זיי וועלן שפירן א טעם און הצלחה אין זייער לערנען.

    און אזויווי ביים לימוד חומש רש"י איז מען מוסיף והוליך יעדע יאר, סיי בכמות און סיי אין די טיפקייט פונעם לימוד, אזוי אויך קען מען צולייגן און זיך מתעמק זיין בעסער אין די לימוד פון משניות, און די מעלה דערפון איז אז עס פארמאגט נישט די געווענליכע שוועריגקייטן וואס זענען דא ביים לערנען גמרא (ווייל די משניות זענען הלכות פסוקות, בקיצור אן קיין שקלא וטריא'ס, און אין לשון הקודש, משא"כ גמרא).


    [center]וויאזוי אויסצולערנען גמרא.[/center]
  • ה' - ווען מ'לערנט גמרא, זאל דער מלמד איינטיילן די לימוד הגמרא אין א קלארן סדר: עברי, טייטש, און פשט.

    דאס מיינט, אז צוערשט דארף מען לערנען די עברי פון די גמרא, און א יעדע מלמד קען זיך אויסוועלן א ספעציעלן ניגון דערצו – אזויווי ביים לערנען משניות, און מ'זאל איבער'חזר'ן און איינגעוואוינען די קינדער צו די לשון הגמרא.

    דערנאך זאל מען אויסלערנען די פירוש המילים, דאס מיינט די בלויזע טייטש פון די ווערטער, אן געבן קיין הסברים אין פשט, נאר פונקט ווי מ'האט געלערנט חומש אין כיתה א'. אזוי וועלן רוב רובם פון די כיתה – אפילו די 'שוואכע קעפ' – קענען כאטשיג די עברי טייטש, אזויווי זיי האבן ביז יעצט געקענט די חומש און משניות.

    צום לעצט זאל מען אויסלערנען פשט, נאכדעם וואס מ'קען שוין די עברי טייטש פון די גמרא, און עס איז שוין אביסל אריין אין מח, קומט דער מלמד און ערקלערט אויסנווייניג די תוכן פון די גמרא, די מימרא די איבעיא די ראיה, א.א.וו. און דערנאך לערנט מען דאס פון אינעווייניג ווען מ'פארבינדט די 'עברי-טייטש' מיטן 'פשט'.

    די אויפטו דערפון איז אין לשער, ווייל דורכדעם וועלן אפילו די קינדער וואס פארשטייען נישט פשט, כאטש קענען די עברי טייטש, און זיי וועלן שפירן אז זיי האבן א שייכות מיטן גמרא, נאר ס'פעלט זיי אביסל אין הבנה, און עס איז פשוט אין במשך הזמן וועלן זיי אויך אנהייבן צו פארשטיין בעסער. איך ווייס טאקע פון א כיתה ח' מלמד, וואס געבט יעדע וואך צוויי בחינות אויפן גמרא, איינס אויף די פירוש המילים דהיינו 'די טייטש', און איינס אויפן שקלא וטריא פון די גמרא ווי געווענליך. דורכדעם קענען אויך די שוואכערע קינדער כאטש די טייטש, און זיי קענען אפילו באקומען א 'הונדערט' צייכענונג אויפן בחינה פון 'עברי טייטש', און אדאנק דעם וועלן זיי נישט שפירן ווי זיי זענען גענצליך אפגעהאקט פון די גמרא.


    [center]יעדע לימוד דארף א באזונדערע מלמד![/center]
  • ו' - א יעדע נושא דארף האבן א באזונדערע ספעציעלע מלמד מומחה אין דעם הינזיכט, און נישט אז עס איז דא איין מלמד וואס זיצט אין די זעלבע כיתה מיט די זעלבע קינדער א גאנצע טאג. דאס מיינט, אז ווען איינער איז א מומחה אויסצולערנען חומש, מיינט עס נישט בהכרח אז ער איז אויך א מומחה אין אויסלערנען משניות, ווייל (כאטשיג ס'מאכט זיך אמאל א מלמד וואס איז א מומחה צו אלערליי סארטן לימודים, אזויווי ס'איז דא א כלליות'דיגע דאקטאר, אבער) בדרך כלל פארמאגט יעדער זיין מומחיות לויט זיין תכונת הנפש, וואס דארט צייכנט ער זיך ספעציעל אויס. און דורכדעם וואס מ'וועט ארבעטן לויט די מומחיות, וועט דער וואס איז אויסגערופן אין זיי כח פון אויסלערנען משניות, קענען אויסלערנען משניות – נישט נאר פאר דעם כיתה, נאר ער זאל גיין פון קלאס צו קלאס אויסצולערנען 'משניות'****.

    און אזוי אויך ווען מ'קומט צו לימוד הגמרא, איז אויך מעגליך איינצושטעלן א ספעציעלן מלמד נאר פאר עברי טייטש, וואס דאס וועט זיין זיין מומחיות, און א באזונדערע מלמד וואס וועט אויסלערנען די שקלא וטריא פון די גמרא, ווי דערמאנט אויבן.

    איך ווייס אז עס וועט זיך שוין אפירזוכן מענטשן וואס וועלן נישט מסכים זיין מיט אזא סדר הלימוד, און וועט זאגן אז א קינד דארף איין מלמד א גאנצן טאג, ווייל אויב וועט ער דארפן לערנען פון אפאר אנדערע מלמדים וועט ער ווערן אינגאנצן צומישט, ווייל עס דויערט דאך צייט זיך צוצוגעוואוינען צו איין מלמד, און וויאזוי וועט ער זיך צוגעוואוינען צו אפאר אנדערע מלמדים. אבער דער תירוץ דערצו איז אז עס איז נישט ריכטיג, ווייל מיר אלע ווייסן אז די יונגלעך זענען במהותם מער הארטער און שטאנדהאפטיג ווי מיידלעך (ווי חז"ל זאגן (מסכת שבת ל"ג ע"ב): "נשים דעתן קלה"), און די יונגלעך מאכן נישט קיין ריכטיגע קשר (פון שעצונג און געטריישאפט) מיט זייערע מלמדים אזויווי די מיידלעך מאכן, און טראצדעם פארמאגן די מיידלעך א באזונדערע לערערין פאר יעדע נושא, און די סדר שאדט זיי בכלל נישט (און עס איז באוואוסט אז יונגלעך זענען בטבע נישט 'מקבל מרות' אזויווי די מיידלעך).

    נאכמער, עס איז מסתבר אז די אמת איז פונקט פארקערט, אז וויבאלד עס וועלן זיין אסאך אנדערע מלמדים, וועט דאס קינד שפירן כאטש ביי איין מלמד, אז יענער מלמד האט אים ליב און וויל אים מאכן שטייגן און קוקט ארויס אויף זיין תועלת, און אפילו עס איז דא א קינד וואס (מיינט אז ער) קען נישט מצליח זיין אין לימוד הגמרא, און דער 'גמרא מלמד' וועט שפירן אז ער איז נישט עכט חלק פון זיין קלאס (אדער אז ער איז גאר פון די וואס שטערן די לימודים), וועט דאס אבער נישט האבן קיין שייכות מיט די לימודים פון חומש אדער משניות, און ביי יענע – גרינגערע – לימודים וועט דאס קינד קענען אנהייבן מיט א פרישקייט און א חשק, וויסנדיג אז דא קען ער באקומען גוטע צייכענונגען אויף די בחינות (און אפילו גאר פרסים, און אויסצייכענונג תעודות, וכדומה).

    אין די אמת איז, אז דורך אזא מהלך וועט אפילו ביי (א חלק פון) די מלמדים זיין א גרעסערע חשק צו זייער ארבעט, וויבאלד זיי וועלן זיך אנשטרענגען אין דעם ספעציפישן לימוד מיט וואס זיי ספעציאליזירן זיך, און זיי וועלן זיך צוגרייטן מיט אלעס וואס איז נאר שייך, ווי טבלאות [טשארט"ס], און אנדערע זאכן וואס העלפן ארויס צו פארשטיין און קענען און איבער'חזר'ן דעם ספעציפישן לימוד, און אויטאמאטיש וועלן זיי אויך שפירן א גרעסערע סיפוק, זעענדיג ווי מער און מער קינדער לערנען און שטייגן אין דעם הינזיכט וואס ער לערנט אויס די תלמידים.

    און כאטש וואס דאס איז טאקע דער אפיציעלער מהלך ביי די מיידל שולעס [מיט סוקסעס], איז אבער אפילו ביי די יונגלעך אויך דא עפעס א מעין דערפון, ווייל עס איז דא א באזונדערע מגיד שיעור פאר 'שיעור עיון', און א באזונדערע מגיד שיעור פאר 'שיעור בקיאות' אדער 'שולחן ערוך', און מ'זעט אז יעדער לערנט פאר דארט וואו ער ספעציאליזירט זיך. דאס וואלט מען טאקע געדארפט איינפירן ביי יעדע סארט לימוד.


---------
* און פונקט ווי עס איז נישטא קיין איינצלנע היילונג פאר אלע סארטן ווייטאגן און קראנקהייטן, אזוי אויך זאלן נישט אלע חדרים און ישיבות זיין אין איין סגנון מיט איין מהלך. און עס זאל נישט זיין קיין "סדום בעטל", וואו יעדער דארף זיך צופאסן צו איין סיטואציע, אפגעזען צו עס איז נארמאל און צו עס איז בכלל מעגליך.

** ענליך צו דעם געפונען מיר אין גמרא (מסכת שבת ל"ב ע"א): "אמר רב יצחק בריה דרב יהודה, לעולם יבקש אדם רחמים שלא יחלה, שאם יחלה אומרים לו הבא זכות והפטר".

*** ווען איך האב מציע געווען דעם געדאנק פאר מחנכים, האט מען מיר צוריקגעענטפערט מיטן שאלה פון גמרא: "כסף מנלן?!" וויאזוי קען מען דאס אויך ארויפלייגן אויפן בודזשעט פונעם תלמוד תורה אדער אויף די עלטערנ'ס פלייצעס? דערפאר קלער איך אז עס וואלט געווען כדאי אז מ'זאל אוועקשטעלן א ספעציעלן ארגאניזאציע פאר דעם (רוף עס 'מפעל עזר לילדים', 'הצלת הדורות'), און פונקט ווי ביי אלע אנדערע צדקה ארגאניזאציעס, וועלן אוודאי זיין גענוג חכמי לב וואס וועלן פארשטיין אז עס איז גאר שטארק ווערט די מינימאלע השקעה קעגן די תוצאה (אפילו אויב מ'וועט נישט קענען זען אויבערפלעכליך וואס מ'האט מרוויח געווען מיט דעם, און וויפיל נפשות יקרות זענען געראטעוועט געווארן אדאנק דעם). ווידעראום דער תלמוד תורה, דארף ניטאמאל זיין אחראי אויף דעם ארגאניזאציע, נאר זיי זאלן אוועקגעבן א פלאץ און א צימער וואס זאל זיין מיוחד נאר פאר דעם.

**** דא קומט ווידער אריין דער אויבנדערמאנטער געדאנק (נקודה ד'), אז עס איז כדאי ממשיך צו זיין מיט לימוד המשניות אפילו פאר עלטערע קינדער און בחורים, און אוודאי פאר די וואס עס איז זיי שווער צו פארשטיין די גמרא. אזוי ארום וועט דער 'משניות ספעציאליסט' טאקע קענען ארומגיין אלע קלאסן, פארלערנען זיין מומחיות – משניות, פאר יעדן לויט זיין עלטער.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר