תשרי ע"פ אריסטו (דער וועקער #5)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

תשרי ע"פ אריסטו (דער וועקער #5)

שליחה דורך ונבנתה העיר »

[center]חלק א'[/center]


דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי, דער רייץ נ"ע, איז אמאל אין א מוצאי יום כיפור אריין צו זיין טאטן דער רבי רש"ב און געפרעגט: וואס איז יעצט די עבודה?

יעצט? זאגט דער רבי, יעצט דארף מען תשובה טון...

---------

אריסטו זאגט א געוואלדיגע געדאנק: אין אין-סוף צייט מוז יעדע מעגליכקייט פאסירן.

ווי דער פילאזאפישער-מאטעמאטישער געדאנק ווערט ארגינעל אוועקגעשטעלט מיינט עס לכאורה טאקע א 'פאקט' כפשוטו [וראה סוגיית אינפינעט מאנקי טעארעם].

דאס זעלביגע ווערט גענוצט לגבי אין סוף מקום. אלבערס' פאראדאקס טענה'עט אזוי: שטעלט אייך פאר אז איר שטייט אין א וואלד וועלכע האט נישט קיין סוף, איר שיסט ארויס א פייל אין סיי וועלכע ריכטונג, וועט עס סוף כל סוף 'מוזן' אריינפליען אין א בוים, ווייל אז עס איז א וואלד אין-סוף וועט יעדע ליניע מוזן האבן א בוים ערגעצוואו.

[דער פאראדאקס גיבט זיך אפ מיט'ן פראבלעם פארוואס די נאכט-הימל איז נישט ליכטיג הגם אין יעדן פונקט געפונט זיך א שטערן ערגעצוואו.]

דער רמב"ם אין מורה נבוכים בויעט אויף דעם א גלאטע ראי' אז עס מוז זיך געפונען א געוויסער וועזן וועלכער איז 'מחוייב המציאות', ס'איז נישט דא ביי אים די מעגליכקייט יא צו זיין אדער נישט צו זיין, ער 'מוז' זיין – דאס איז דער וועזן וועלכע מיר רופן 'גאט'.

עס זענען פארהאן דריי מעגליכקייטן, זאגט דער רמב"ם: אדער איז יעדע מין מציאות א זאך וועלכע קען קומען און גיין – למשל דינאזאורען, א שטיק צייט האט דער מין 'בכללו' עקזעסטירט און דערנאך איז עס פארגאנגען.

אדער קען זיין אז קיין שום מין קען נישט פארגיין.

אדער, געוויסע יא און געוויסע נישט.

יעצט, זאגט ער ווייטער, מאכט דעם חשבון:

דער צווייטער אופן איז נישט אמת – ווייל מיר זען בחוש אז געוויסע מינים קענען בטל ווערן.

דער ערשטער אופן קען אויך נישט זיין אמת. פארוואס? אט הערט:

מיר וועלן נאכגעבן פאר אריסטו זיין שיטה אז די וועלט שטייט שוין פון אייביג אן. אויב אזוי, מוז דאך זיין אז יעדע מעגליכקייט וועלכע קען נאר פאסירן האט שוין פאסירט אין דעם אין-סוף זמן, איז אויב האט אלעס די מעגליכקייט פון נישט זיין א מציאות וואלט אלעס שוין געמוזט בטל ווערן און ס'וואלט נישט געבליבן ווער ס'זאל ברענגען די פרישע מציאות'ן וועלכע מיר זען היינט פאר די אויגן.

על כרחך מוז מען אננעמען די דריטע אפציע. עפעס א מציאות מוז זיין ביי וועמען ס'איז נישט דא די ברירה פון אדער יא זיין אדער נישט זיין.

דער מציאות ווערט גערופן גאט.

--------

אינטערעסאנט איז אז אין זיין בריוו צו אבן תיבון, וואו ער איז אים פושט זיינע ספיקות ביים איבערזעצן דעם מורה צו לשון הקודש, איז דער רמב"ם עס מסביר אויף א לומד'ישען אופן:

יעדע אפשרות מוז אמאל קומען לידי מעשה. אויב נישט - פון וואס באשטייט דען די אפשרות.

אויב וואלט דער מענטשליכער מין – זאגט דער רמב"ם – קיינמאל אין היסטאריע געשריבן, און וועט קיינמאל נישט שרייבן, וואס מיינען דען די ווערטער 'א מענטש האט די מעגליכקייט צו שרייבן'?

--------

אמת. דער מושכל ראשון פון אין-סוף איז אז ס'איז 'גארנישט'. ס'איז 'שולל' אלעס.

די מעשה איז אבער פונקט פארקערט; אין-סוף מיינט טאקע דייקא 'אלעס'. יעדע אפשרות, יעדע צייט, יעדע מקום.

---------

עס וואונדערט מיר פארוואס מענטשן וועלן זען גאט אין א שיינע בלום; אה! קוק ווי וואונדערליך – גאט'ס באשאף! אבער וועלן נישט טון דאס זעלבע ביים זיך אנטרעפן אין א כינעזער אימיגראנט.

ביידע באשטייען פון די זעלבע סחורה. ביידע זענען צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען.

נישט נאר זענען זיי די זעלבע, נאר אין לויף פון טויזענטער יאר ווערט איינס רעסייקעלד אינעם צווייטן.

פון וואנעט נעמען זיך די אטאמען?

דאס איז טייל פון די מציאות וועלכע גיסט זיך איבער איבעראל, אלעמאל. עפעס אנדערש 'איז' נישט דא.

איר זעט; אז אין-סוף איז 'אלעס' מיינט נישט אז ער שטעלט זיך אויס אין אין-סוף ציורים און היכא-תמצאס, דאס וואלט געווען א שרעקליכע באגרעניצונג.

אין-סוף איז פשוט 'אלעס'. פארדעם איז ער יעדע ציור, אויף יעדן ארט, צו יעדע צייט.

איר גיסט אויס א גלעסל וואסער אויף די ערד. די וואסער שטעלט זיך דען אויס אינעם פארעם פון די צענדליגע גריבלעך בקום ועשה? ניין, זי באדעקט אלעס, אטאמאטיש האט זי אלע פארעמען. שמשא אכולא עלמא נייחא.

----------

מגלה זיין די השגה – דאס איז די עבודה פון חודש תשרי.

מ'הייבט אן מיט ראש השנה. פארהאן א פונקטליכער סיסטעם. מען בלאזט, מען וועקט, מ'זאגט ברכות, מען איז ממליך. מ'סגולה'עט זיך און יהי-רצונ'ט זיך. מ'שטופט זיך אין סקולען און מען ווארט רואיג אין ראכמיסטריווקא.

כל באי עולם עוברין לפניו. ס'איז דא א דין. כסא משפט. כסא רחמים.

בקיצור, מען מוטשעט זיך.

דערנאך קומט מען צו יום כיפור.

מען האט שוין פארפירט, געוועקט און געשריגן. גייט מען ארויף א דרגא, ס'איז יום כיפור.

כ'וועל אייך מגלה זיין א סוד שאין מגלין אלא לצנועין: יום כיפור איז נישט דא קיין שום עבודה.

יום כיפור 'טוט זיך אפ' - בלשון ישיבתי. עיצומו של יום מכפר.

נישט דא קיין חיוב ברכות, נישט דא קיינע תקיעות. גארנישט. מ'דארף נאר 'זיין'. אז איר וועט גוט בודק זיין וועט איר זען אז די ריכטיגע מבינים לייגן נישט אריין אן עבודה אין יו"כ.

נאכ'ן אויפוועקען דעם סיסטעם ראש השנה פליעט מען ארויף דארט אויבן. מ'לאזט דעם גאנצן שטאל פון אונטן און מ'שרייעט הויך ברוך שם.

ולחיותם ברעב, זאגט דער בעל התניא, דעם חיות האט מען פונעם רעב.

-------------

אבער נישט צו דעם האט מען געוואלט צוקומען.

סוכות און שמח"ת, דאס איז די מסקנא פון גאנץ תשרי. ושמחת בחגיך.

מען עסט, מען טרונקט, מען שלאפט, און שפאצירט – אלעס מיט א מצוה. מען נעמט איין די ד' רוחות פון די וועלט מיט פירות פון פעלד.

די וואס ווייסן זאגן אז שמחת תורה ווערט נתגלה ביי אידן די העכסטע מדרגה אין די נשמה – יחידה.

יחידה ליחדך. דאס איז די השגה אז ער איז איז אלעס און אלעס איז אים.

---------

געווען אמאל אן ערב יו"כ, און א חסיד האט געדארפט שאפן דריי הונדערט רובל אויף פדיון שבויים.

נאכ'ן ארומלויפן אגאנצן טאג האט ער נאר צוזאמענגעשטעלט א קליינעם טייל פון די געלט. בלית ברירה איז ער אריין אינעם ארטיגען קרעטשמע וואו די שוואכערע עלעמענט האט געשפילט קארטן אויף גרויסע געלטער.

אפשר זענט איר זיך משתתף, ס'איז פיקוח נפש! בעט זיך דער חסיד.

איך וועל מיט דיר מאכן א געשעפט, זאגט איינער, אז דו טרינקסט א גרויסן גלאז זעקס און ניינציגער באקומסטו פופציג רובל.

אומר ועושה, דער חסיד גיסט אראפ דעם שארפן סובסטאנץ. געמאכט א פופציגער.

יענעם איז געפאלן די מעשה און האט אים באלד אנגעטראגן איבערצו'חזר'ן דעם שפיל.

אזוי האט דער חסיד אויסגעטרונקען עטליכע גלעזער, ביז ער האט געהאט דעם גאנצן סכום. זיך שאקלענדיג אויף אלע זייטן האט ער קוים געגרייכט די סטאנציע און אויסגעלייזט דעם איד.

ער לויפט שנעל אין בהמ"ד אריין און דער עולם האלט שוין ביי כל נדרי.

זייענדיג גוט אנגעטרונקען און זענדיג ווי מען נעמט ארויס די ספרי תורה לויפט ער ארויף צום ארון הקודש און הייבט אן שרייען אתה הראת לדעת מיט'ן נוסח פון שמחת תורה.

האט דער רבי געזאגט, דער איד מיט זיין מסירות נפש האט מגלה געווען זיין יחידה שבנפש. ער האט איבערגעהיפט יום כיפור און באלד דערגרייכט שמח"ת – אתה הראת לדעת כי הויה הוא האלקים אין עוד מלבדו.

----------

ווייסט מען דאך וואס ער זאגט אין זוהר, משיח קומט לאתבא צדיקיא בתיובתא, צוריקקערן די צדיקים בתשובה.

דאס איז די עבודה וועלכע הייבט זיך אן באלד מוצאי יום כיפור. די עבודת התשובה – די עבודה פון צוריקקערען דעם בעל הבית צו זיין אייגענעם הויז.

ווי דער פסוק איז מעיד אויף די אידן בתקופת בית ראשון אונטער שלמה המלך: יהודה וישראל רבים, כחול אשר על הים לרוב, אוכלים ושותים, ושמחים.

----------

דאס איז דער גילוי פון משיח.

גאט האט מגלה געווען א געוויסע סכום פון אטאמען. ער שפילט זיך ארום מיט זיי. ער מאכט א שאו.

טייל דערפון האט ער געפארעמט ווי א בלום. טייל ווי א כינעזער אימיגראנט.

מסיבות הידועות לו איז טייל פונעם שאו ווי ער גייט ארויס פון קלאס אויף עטליכע מינוט און קוקט אריין פון פענסטער ווי די קינדער גייען כאדאראם.

עס נעמט נישט לאנג און דער רבי קומט צוריק אריין. דאס איז 'מיין' קלאס, 'מיינע' קינדער, און 'מיינע' שפילצייג.

משיח איז קאלאר-בליינד און ראסע-בליינד. ער שאצט נישט לויט די פיזישע אספעקטן, לא למראה עיניו ישפוט. דמורח ודאין, ער פסק'ענט מיט איידעלע חושים.

און זיין שמעק דערשפירט אפילו די ווילדע קינדער – וירח את ריח בוגדיו כריח שדה אשר ברכו הויה.

נאכדעם וואס מיר אלע וועלן האבן באזוכט ביים טעראפיסט וועט זיין ומלאה הארץ דעה את הויה כמים לים מכסים.

גאט וועט זיך נישט פארעמען אין ביליאנען צורות. גאט וועט זיך איבערגיסען איבער אלעס, און אין אלעס, ווי וואסער וועלכע דערפולען די לעכער אין ים.

תיכף ומיד, ממש, נאו.

-----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

[center]חלק ב'[/center]


מען האט אמאל געפרעגט דעם בעל התניא, ווען הלכה און קבלה קריגן זיך ווי וועמען דארף מען טון. האט ער גענטפערט: מסתמא ווי די מקובלים.

האט מען אים געפרעגט אז ער אליין שרייבט דאך אין אנפאנג הל' תפילין אז בכגון דא דארף מען טון ווי די פוסקים?

וענה: יא, אזוי זאגן די בעלי הלכה, אבער די מקובלים זאגן אז מ'דארף טון ווי די מקובלים...

--------

הערט אייך איין טייערע ברידער; אנקוקען די בריאה מיט 'קליער קאט' גלעזער – אלעס איז פונקטליך קלאר, באוואוסט, און פארשטענדליך. אויף יעדע זאך ווייסט מען קלאר טוב-רע, מותר-אסור, חסידיש-מאדערן – דאס איז דאס ערגסטע.

עס איז דאס ערגסטע מצד עצמו, און עס פירט צו דאס ערגסטע.

א חבר מיינער זאגט מיר א געוואלדיג ווארט: ליכא דידע לישנא בישא כהמן. פארוואס? ווייל המן זאגט עם אחד מפוזר ומפורד, ער זאגט נישט קיין נאמען. ער רעדט לשון הרע ע"פ הלכה.

----------

דאס איז געווען דער בראך פון אלישע בן אבויה – אחר.

ער האט אלעס גענומען פאר פעיס וואליו; מ'זאגט אים שובו בנים חוץ מאחר, און ער גלייבט אויפן ווארט, ס'פאלט אים נישט איין אז דחק ונכנס וואלט אים אודאי אנגענומען כמבואר בספרים.

דאס איז זיין עצם מהות. דאס איז זיין נאמען 'אחר'. איר ווייסט פארוואס מ'רופט אים 'אחר'? אינטערעסאנט, ס'איז א בפי' גמ' אבער אומבאקאנט.

די גמ' אין חגיגה פארציילט אזוי:

יצתה בת קול ואמרה שובו בנים שובבים חוץ מאחר. אמר, הואיל ואיטריד ההוא גברא מההוא עלמא, ליפוק ליתהני בהאי עלמא. נפק אחר לתרבות רעה. נפק אשכח זונה – תבעה. אמרה ליה: ולאו אלישע בן אבויה את? עקר פוגלא ממישרא בשבת ויהב לה. אמרה: אחר הוא.

איר פארשטייט? נישטא ביי אים קיינע בחינות, נישטא קיינע ענינים. זאל ער זיין דער גרויסער אלישע בן אבויה; אויב האט ער די מינוט אויסגעריסען א צוויבל אין שבת איז גענדיגט – אחר הוא, ס'איז שוין גאר א נייע מציאות.

---------------

ספר איוב הייבט זיך אן מיט א דיסקריפציע איבער איוב, זיינע קינדער, און זיין רייכטום. דערנאך פארציילט דער פסוק:

וַיְהִי הַיּוֹם--וַיָּבֹאוּ בְּנֵי הָאֱלֹהִים, לְהִתְיַצֵּב עַל-יְהוָה; וַיָּבוֹא גַם-הַשָּׂטָן, בְּתוֹכָם. וַיֹּאמֶר יְהוָה אֶל-הַשָּׂטָן: מֵאַיִן תָּבֹא? וַיַּעַן הַשָּׂטָן אֶת-יְהוָה, וַיֹּאמַר: מִשּׁוּט בָּאָרֶץ, וּמֵהִתְהַלֵּךְ בָּהּ. וַיֹּאמֶר יְהוָה אֶל-הַשָּׂטָן: הֲשַׂמְתָּ לִבְּךָ עַל-עַבְדִּי אִיּוֹב? כִּי אֵין כָּמֹהוּ בָּאָרֶץ, אִישׁ תָּם וְיָשָׁר יְרֵא אֱלֹהִים וְסָר מֵרָע.

'ויהי היום', וועלכע טאג איז דאס געווען ווען די הימלישע וועזנס האבן זיך געשטעלט פאר גאט? שטייט אין תרגום: והוה ביומא דדינא בריש שתא – עס איז געווען ראש השנה.

בקיצור, דער שטן האט געבעטן רשות צו פייניגען איוב און אין מכשיל זיין אין שעלטן גאט. ער האט פרובירט און נישט מצליח געווען.

שטייט ווייטער: וַיְהִי הַיּוֹם וַיָּבֹאוּ בְּנֵי הָאֱלֹהִים לְהִתְיַצֵּב עַל יְהוָה וַיָּבוֹא גַם הַשָּׂטָן בְּתֹכָם לְהִתְיַצֵּב עַל יְהוָה.

זאגט דער תרגום: והוה יום דינא רבא יום שבוק סרחניא – עס איז געווען יום כיפור.

דער שטן האט באקומען רשות אים צו פייניגען נאך מער. איוב'ס ווייב שרייט שוין עֹדְךָ מַחֲזִיק בְּתֻמָּתֶךָ? בָּרֵךְ אֱלֹהִים וָמֻת! גאו אהעד, ריר שוין אן דעם עלעקטרישען צוים...

אבער ער לאזט זיך נישט: וַיֹּאמֶר אֵלֶיהָ כְּדַבֵּר אַחַת הַנְּבָלוֹת תְּדַבֵּרִי; גַּם אֶת הַטּוֹב נְקַבֵּל מֵאֵת הָאֱלֹהִים, וְאֶת הָרָע לֹא נְקַבֵּל?

פארציילט דער פסוק ווייטער ווי זיינע גוטע פריינט האבן געהערט וואס האט צו אים פאסירט און יעדער איז געקומען צו גיין פון זיין פלאץ מיטצושאקלען און טרייסטן.

זיבן טעג און זיבן נעכט זענען זיי אלע געזיצן אויף דער ערד און נישט ארויסגעזאגט קיין ווארט.

נאכדעם... אה... נאכדעם, אַחֲרֵי כֵן פָּתַח אִיּוֹב אֶת פִּיהוּ וַיְקַלֵּל אֶת יוֹמוֹ...

הערט רבותי כמין חומר.

די ערשטע עבודה איז געווען ראש השנה – זיך געמוטשעט מיט טוב ורע.

די צווייטע עבודה איז געווען יום כיפור – ווייטער דא א מציאות פון טוב און א מציאות פון רע. מ'רייסט זיך מיט'ן ווייב אז אויך דאס שלעכטס דארף מען אננעמען.

דערנאך קומט די השגה פון סוכות.

די משנה זאגט אין ב"מ אז עס נעמט דריי טעג צו גיין צום לעצטן ישוב אין ארץ ישראל. איוב איז דאך געווען א ישראלי. אויב איז די צווייטע גזירה געווען יו"כ קומט אויס אז זיינע פריינט זענען אנגעקומען צום חג הסוכות.

סוכות באגרייפט מען די השגה פון הויה הוא האלקים אין עוד מלבדו. קיין טוב. קיין רע. בלויז אלוקות.

זיבן טעג און זיבן נעכט זיצט מען און מ'לאזט נישט ארויס קיין פיפס פון מויל. אז ס'ענדיגט זיך דער יו"ט סוכות קען מען צוריקגיין צו די קללות...

------------

אין ירושלמי שלאגט זיך אחר ארום מיט זיין תלמיד ר' מאיר איבער וואס עס שטייט סוף ספר איוב: וַיהוָה בֵּרַךְ אֶת אַחֲרִית אִיּוֹב מֵרֵאשִׁתוֹ.

ר' מאיר זאגט: ויוסף ה' את כל אשר לאיוב למשנה - שכפל לו את כל ממונו.

וואס הייסט ער האט אים געדאפלט דאס געלט? דאס נעמט עפעס אוועק פון דעם פאקט אז ער האט מכלה געווען די ערשטע געלט און געפייניגט? דאס דארף עפעס אויסמעקען די היסטאריע? [ועיין סוגיית 'אייסקריעם פאר אוישוויץ'].

שכפל לו את ממונו מיינט אז ער איז דערגאנגען דעם סוד ווי יא האבן דאס געלט און נישט האבן דאס געלט זענען צוויי זייטן פון די זעלבע מטבע, עס איז אן אפשפיגלונג איינס פונעם אנדערען.

ס'איז נישט דא קיין דעפיניט טוב אדער דעפיניט רע, זיי זענען תרין רעין דלא מתפרשין, עס איז א 'מעטטער' און 'אנטי-מעטער' פארטיקל.

אזוי ווערט מתוקן זיין ערשטע מוטשעניש.

אבער אחר איז נישט צופרידען פון אזא מהלך. ער פארשטייט נישט צו דעם. ער זאגט אזוי: וה' ברך את אחרית איוב מראשיתו, בזכות מצות ומעשים טובים שהיה בידו מראשיתו. איך פארשטיי נישט צו די עבודה פון סוכות, נאר די פונקליכע, קעסטלדיגע זכותים וואס ער האט געהאט ביים ראשית – ביי ר"ה ויו"כ – דאס איז עפעס א חפצא.

----------

יארן לאנג איז איינער געשטאנען ביים טיר פון גן עדן און געקלאפט, און געקלאפט, און געקלאפט.

ער האט געוואלט אריין.

צום סוף קומט איינער צו אים און זאגט אים: פריינט לעבן, איר קלאפט פון אינעווייניג...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר