די היסטאריע פון 'טומאת נדה' והשלכות היוצאות מזה (וועקער #5)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הודעהדורך moshav zekeinim » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 9:54 am

"אויב גאט איז אין די גיסטע". א מין אויסדרוק אויפן באשעפער.

דאס איז חירוף וגידוף!
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1577 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 10:33 am

דש וזורה איז א סיפור פון וואס מען קען פארשטיין אז אפהאלטן די מעגליכקייט פון האבן כאטש א קינד צוויי קען זיין רע בעיני השם און מסוכן. מען דארף נישט זיין צו קלוג צו זעהן אז דער איסור הוצאת זרע האט א קנאפער שייכות מיט ער ועונן. אבער הוצאת זרע, ווען אימער עס איז נתחדש געווארן, איז קלאר געבויט אויף פיזישע סיבות, ווי דער פארלוסט פון פאטענציאנאלע קינדער אדער אומגעזונטהייט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1577 מאל

Re: די היסטאריע פון 'טומאת נדה' והשלכות היוצאות מזה (וועקער

הודעהדורך נאסע ליילעך » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 10:59 am

moshav zekeinim האט געשריבן:דש וזורה איז א סיפור פון וואס מען קען פארשטיין אז אפהאלטן די מעגליכקייט פון האבן כאטש א קינד צוויי קען זיין רע בעיני השם און מסוכן. מען דארף נישט זיין צו קלוג צו זעהן אז דער איסור הוצאת זרע האט א קנאפער שייכות מיט ער ועונן. אבער הוצאת זרע, ווען אימער עס איז נתחדש געווארן, איז קלאר געבויט אויף פיזישע סיבות, ווי דער פארלוסט פון פאטענציאנאלע קינדער אדער אומגעזונטהייט.

"אפילו ס'איז נישט קיין ריכטיגע דמיון" האב איך געזאגט. איך האב געמיינט די געדאנק דערפון און דאס איז מיר פשוט די ערשטע בייגעפאלן. די געדאנק איז, אז ווען איינער טוט היינט וואס עונן האט געטאהן, הרג'עט אים נישט גאט. אבער ביי עונן האט אים דער רבוש'ע יא געמאנט דערפאר. איך וויל נישט אריינגיין יעצט אין יענע פרשה אבער ס'דא אזא געדאנק ווי אן הסתרה פון גאט, אפילו ביי זאכן וואס ער קען אן אנדערן אומברענגען דערפאר.
ווייסט וואס שטייט אין קבלה אויף מוציא זיין לבטלה? אבער צו אונז קען מען נישט אזוי רעדן היינט, ווייל נתקטנו המוחות והלבבות.

בקיצור די תורה בלייבט די זעלבע, די הנהגה קען אבער זיין, טוישט זיך. עונן האט דאס זורה זיין אומגעברענגט, אבער היינט קען געציל זורה זיין און דרעשן ווי אזוי ער וויל און סעט אים גארנישט פאסירן. דאס איז די בחינה פון צדיקים מדקדקין בהם כחוט השערה..
אפשר העל איך עס נאך באשרייבן באריכות.

Sent from my SAMSUNG-SM-N910A using Tapatalk
באניצער אוואטאר
נאסע ליילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 11, 2015 8:30 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:53 pm

ר' נאסע ליילעך, האסט נישט געכאפט מיין נקודה. איך זאג אז ס'איז נישט קיין דמיון, ווייל די נושא פון דש וזורה איז א פראבלעם מצד האיסור, נישט מצד הסכנה. ס'איז פונקט ווי כרת וכדומה, וואס גאט הרג'עט צוליב איינעמ'ס זינד. איינעם קען ער מוחל/מוותר זיין און א צווייטן נישט, מחמת חשבונות שלו, אבער ס'איז נישט קיין 'פיזישע' סכנה, נאר א ווארענונג פון גאט אז ער וועט אים פארטיליגן. משא"כ די נדה איז לפי הרמב"ן א פשוט'ע פיזישע פראבלעם, אזויווי אסאך קטעים אין צוואת דר"י החסיד, וואס די יסוד הסיבה קען זיין אבערגלויבן אבער די מציאות איז נישט קיין 'עונש', נאר א פשוט'ע פיזישע 'סכנה'.


-----
מושב, דו ביזט ניטאמאל קיוט מיט דיינע קינדערישע פירקלען, אבער ענדזשוי לייף, כ'גלייב אז אין מושב זקנים שפילן די אלטיטשקעס אזעלכע סארט געימס מרוב לאנגווייליגקייט.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג אקטאבער 25, 2016 8:12 pm

אחד מחכמי הפורום האט מיר געשריבן אין אישי, אז אין תורה געפונען מיר נישט קיין דירעקטע קלארע ציווי צו גיין אין מקוה נאכן זיין א נדה. איך גלייב אז לאור דעם אשכול איז מעגליך צו זאגן, אז דאס וועט זיין נאך איין רינגעלע אין די קייט פון די געדאנק אז די תורה איז בעיקר געקומען ארויסברענגען די מושג אז א נדה איז מרוחקת וטמאה, און נישט אזוי ווייט די ענין פון זיך מטהר זיין לבעלה, ווי אויבנדערמאנט באריכות.

ס'איז זיכער ווערד אן אבזערוואציע.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

הודעהדורך ממרום שלח אש » דינסטאג אקטאבער 25, 2016 8:49 pm

שוין לאנג נישט געווען דא. אבער איך האב אנגעטראפן א וועקערל דעם יום טוב און ס'האט מעורר געווען די אהבת נעורים.

א דאנק שש משזר פאר א וואונדערבארע ארטיקל, משורת הדין וואלט איך געדארפט מעיר זיין כדרכה של תורה, אבל אין עתי בידי. אבל לאות הכרת הטוב אציין לכתבה מעניין שראיתי לא מכבר.

https://www.theguardian.com/global-deve ... n-pictures
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:56 pm
האט שוין געלייקט: 544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 710 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג אקטאבער 25, 2016 9:18 pm

WOW! כ'האב עמטליך ארויסגעשלעפט מרנא ורבנא @ממרום שלח אש פון קבר ארויס, נאכן נסתלק ווערן פון ק"ש גאנצע צוויי יאר צוריק!

כ'בין האמבלד.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 12:45 am

נאסע ליילעך: איך וויל נאר מחזק זיין שש משזר'ס נקודה. אז די תורה זאגט אז ער ועונן זענען געווען ..."רע בעיני ה'"...קען נישט קומען איינער און לערנען פשט אז די מעשים פון ער ועונן זענען געווען בבחינת א פסיק רישא פון א פיזישן שטאנדפונקט. און נישט אז די אייבישטער איז כביכול געווען אויפגערעגט אויף זיי איבער זייערע מעשים און דערפאר האט ער זיי געהרג'ט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך chosen people » פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:05 am

איך האב געטראפן א שטיקל מקור אז הלכות נדה האט מען יא אנגעקיקט אין זמן הגמרא אזאך וואס איז די עיקר נוגע בין אשה לבעלה. די גמרא איז אין מסכת ברכות דף ד ע''א
כך אמר דוד לפני הקב"ה רבונו של עולם לא חסיד אני שכל מלכי מזרח ומערב יושבים אגודות אגודות בכבודם ואני ידי מלוכלכות בדם ובשפיר ובשליא כדי לטהר אשה לבעלה
chosen people
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 338
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

עס איז זייער א שיינע מראה מקום, ווייל דאס ווייזט אז רבי מאיר'ס שיינע אגדה געדאנק, אז א פרוי איז טמאה אלס נדה כדי שתהא חביבה על בעלה נאכן טבילה, איז איינגעגעסן געווארן אין כלל ישראל, און מ'האט זיך טאקע באנוצט מיט דעם מטבע לשון און געדאנקנסגאנג, אין שפעטערדיגע תקופות [דאס וואס די גמרא ברענגט עס אראפ ווי דוד המלך זאגט עס, מיינט נישט ממש כלשונו נאר די געדאנק דערפון, ופשוט].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 4:20 pm

אות ה':

בביאת משיח, און לעתיד לבוא, צו וועט אנגיין איסור נדה אדער נישט?

איך האב שוין געשריבן אביסל איבער טומאת נדה לעתיד לבוא, במשנת הרב קוק, אבער באמת ווען מיר קריכן אביסל אריין אין דעם, דערזעט מען זיך מיט א נייע געביידע, וואס מאכט טראכטן אז ס'איז טאקע נישט אזוי פשוט.

לאמיר אנהייבן מיט גאר אן אינטרעסאנטן אגדה (מסכת שבת ל' ע"ב): "יתיב ר"ג וקא דריש, עתידה אשה שתלד בכל יום, שנאמר (ירמי' לא, ז): הרה ויולדת יחדיו". פירש"י: "ביום שהרה זה יולדת ולד אחר כמו תרנגולת, וכיון שמשמשת בכל יום נמצאת יולדת בכל יום" וכו'. די מפרשים מוטשענען זיך צו פארשטיין, וויאזוי די גמרא קען זאגן אז זי וועט משמש זיין טאג טעגליך און האבן קינדער טאג טעגליך, לכאורה ווערט זי דאך טמא נאכן האבן נעכטן א קינד בטומאת יולדת, נו וויאזוי קען זי היינט פון פריש משמש זיין?!


גראדע איז אינטרעסאנט, אז דער של"ה (תושב"כ סו"פ ויצא) איז טאקע מפרש דאס וואס זי וועט האבן קינדער 'כמו תרנגולת', אז די כוונה איז אז פונקט ווי א תרנגולת לייגט עטליכע אייער דורכן ווערן מעוברת איין מאל, און פון די שלל ביצים קומט יעדן טאג ארויס נאך אן איי, אזוי וועט די זרע הבעל מוליד זיין קינדער און קיין טיפה וועט נישט קיין לבטלה, און זי וועט האבן אסאך קינדער פון איין מעשה עיבור, אבער די כוונה איז נישט אז מ'וועט יעדן טאג פון פריש משמש זיין און מוליד זיין. דער גר"א אין זיין פירוש אויפן אויבנדערמאנטן גמרא, זאגט אויך אזוי.

דער לעצטער ליובאוויטשער רבי – הרמ"מ, איז אויך אזוי מסביר די כוונת הגמ', וז"ל (אגרות קודש חכ"ג, ע' רצ"ו. עס איז אויך געדריקט געווארן אין זיין בארימטן 'לקוטי שיחות' חי"ב ע' 178): "להערתו איך אפ"ל תלד אשה בכל יום, כיון שאיסור טומאתה לא ישתנה, הרי באווארענט שם על אתר והוסיף 'מביאה אחת'. ועי' עוד פי' בלקוטי הש"ס להאריז"ל, והצ"צ במילואים לתהלים (כ, י), ודלא כחדא"ג מהרש"א" (זע אויך אין ספר 'שיעורים בספר התניא' (אגרת הקודש, ע' 1675), וואס איז אויך אזוי מסביר באריכות, ועיי"ש מה שהביא מהגמ' נדה כ"ז ע"א).

פאקטיש איז אבער שווער, אז דאס וואס ער שלאגט אפ דעם מהרש"א איז א שטיקל פלא, ווייל דער מהרש"א קומט סך הכל מסביר זיין כוונת רש"י [עיב"ד], און אויב ס'איז דא א פראבלעם – איז עס מיט רש"י זעלבסט וואס שרייבט קלאר "וכיון שמשמשת בכל יום - נמצאת יולדת בכל יום", וואס איז זיכער דלא כדבריו של הרמ"מ, און אפילו אויב זיין מהלך שטימט גוט אין די כוונה פון די גמרא, דארפן מיר אבער פארשטיין לויט רש"י'ס פשט וויאזוי דאס קען זיין.


עס וואלט געווען גרינג צו פארענטפערן, אז לויט רש"י גייט ארויף די מימרא אויף די תקופה פון 'לעתיד לבוא' וואס וועט זיין נאך תחיית המתים, וואס דאן זאגט מען דאך אז (מסכת נדה ס"א ע"ב): "מצוות בטלות לעתיד לבוא", אבער בעפאר דעם – דהיינו אפילו נאך ביאת משיח – וועט מען נאך געהעריג מקיים זיין די מצוות (כמש"כ ה'בעל התניא' באגרת הקודש סי' כ"ו. ועיעו' בזה בשדי חמד כללים אות מ' ס"ק רי"ח). לויט דעם וואלט מען געקענט זאגן אז די וואס האבן נישט אנגענומען רש"י'ס מהלך, איז עס צוליב דעם וואס זיי האלטן אז די גמרא רעדט פון די ערשטע תקופה ווען מצוות וועלן נאך אנגיין ווי נארמאל (אזוי איז שטארק מסתבר, וויבאלד די פסוק וואס די גמרא ברענגט אראפ, 'הרה ויולדת יחדיו', איז א המשך פון וואס עס שטייט פריער "הנני מביא אותם מארץ צפון וגו' הרה ויולדת יחדיו", וואס גייט קלאר ארויף אויף ביאת משיח וואס וועט צאמנעמען די גלויות, ודו"ק).

אדער קען מען זאגן, אז לויט זיי איז די כוונה פונעם מימרא 'מצוות בטלות לעתיד לבוא' נישט כפשוטו אז ס'גייען מער נישט זיין קיין מצוות, נאר ס'מיינט אז מיר וועלן זיין אויף א העכערע בחינה אז ס'גייט זיין פאררעכנט אלס דבר פשוט. וכהנה יש פשטים רבים אז ס'מיינט עפעס א געוויסע נקודה און נישט כפשוטו (וכ"כ הרבי מליובאוויטש בעצמו בספר השיחות תשנ"ב עמוד 31. לויט דעם וואלט אויסגעקומען אז דער ליובאוויטשער רבי גייט 'לשיטתיה' [אגב, א זאך וואס דער ליובאוויטשער רבי האט שטארק געגליכן, ווען עס קומט מסביר זיין יסוד משנת איזה תנא. והלך בזה בדרך הגאון מראגאטשאוו]). קומט אויס אז ביידע האלטן אז ס'גייט ארויף אויפן תקופה פון נאך תחיית המתים, און די נקודת המחלוקת איז וויאזוי מ'לערנט אפ דעם 'מצות בטלות לעתיד לבוא' (מיר האבן שוין אמאל גערעדט וועגן די געדאנק, ביים מאמר אויפן לויתן, אונטערן קעפל: "ווען וועט דאס אלס פארקומען, בעפאר תחיית המתים אדער נאכדעם?").

***


אבער דער אמת איז, אז ס'איז דא א בפירוש'ע מדרש וואס דריקט זיך אויס מיט אומצוויידייטיגע דיבורים. די פסוק זאגט אין תהלים (קמו, ז): "ה' מתיר אסורים", און אין מדרש שוחר טוב דארט אויפן פלאץ שטייט בזה"ל: "מהו 'מתיר אסורים', י"א כל הבהמה שנטמאת בעולם הזה, מטהר אותה הקב"ה לעתיד לבוא... וי"א אינו מתירן לעתיד לבוא... ומהו 'מתיר אסורים', אין איסור גדול מן הנדה, שהאשה רואה דם ואסרה הקב"ה לבעלה, ולעתיד לבוא הוא מתירה".

[דער טעם הדבר שמועסן אויס די מקובלים, אז די טומאת יולדת ונדה איז א תוצאה פון זוהמת הנחש וקללת חוה, וואס לעתיד לבוא וועט נפסק ווערן זוהמת הנחש און דער וועלט וועט ווערן מתוקן, און דערפאר וועט זי שוין נישט ווערן טמא. כ"כ החסד לאברהם (מעין חמישי נהר ל"ו), האגרא דכלה (פ' תזריע, עה"פ "אשה כי תזריע וילדה"), הדברי יציב (בתשובות, יו"ד סי' ק"י), והרמ"מ מליובאוויטש שהאריך בזה כמה פעמים (עי' לקוטי שיחות חי"ד, ואתחנן ב' ס"ז, ושם בהערה. וראה גם מש"כ בח"ג ע' 983, וברשימות חוברת מ"ט ע' 13, ובספר הדרנים על הש"ס ע' תע"ח בהערה, ובשיחת י"ט כסלו תשכ"ג ס"ח)].

עכ"פ לויט דעם וואלט מען גרינג געקענט מסביר זיין די כוונת הגמ' הנ"ל, לויט די פשטות הלשון און ווי רש"י ערקלערט, אז יעדן טאג וועט מען קענען משמש זיין און מוליד זיין, און ס'וועט נישט זיין קיין פראבלעם פון טומאת יולדת וויבאלד די טומאות וועלן בטל ווערן לעתיד לבוא.

און כאטש עס זענען דא וואס ווילן זאגן, אז למעשה וועט יא אנגיין טומאת יולדת לעתיד לבוא (בלקוטי שיחות חי"ד הנ"ל בהערה, הוסיף לכתוב בזה"ל: "וראה אגרת הקודש סי' כ"ו, שלעתיד לבוא יצטרכו לידע דיני טומאת יולדת, ואינו מזכיר טומאת נדה. וראה אור תורה בראשית עמוד נ"א". וכ"כ שם חי"ד עמוד 260. ויעו' עוד בשיחת י"ט כסלו הנ"ל שכתב שלא דיבר המדרש רק מנדה, ואף לא מאיסור זיבה. ובעצם הענין לחלק בין טומאת נדה לטומאת יולדת, עי' מש"כ הרמב"ם בהקדמתו לס' טהרות, ועיעו' שו"ת בית דוד סי' כ"ד, ועיעו' בקובץ שיעורים פסחים ט' ע"א אות ל"ט, ואכמ"ל בזה), וואס לויט דעם קען מען נישט פארענטפערן רש"י ווי אויבנדערמאנט, איז אבער זיכער לויט יעדן איינעם אז איסור נדה וועט יא נתבטל ווערן לעתיד לבוא, און טאקע ווי עס שטייט אינעם מדרש שוח"ט.


נאר דער אמת איז, אז דער מדרש איז זיך לכאורה סותר מיט זיינע אייגענע פריערדיגע ווערטער, וואו עס שטייט (סוף פע"ג) בזה"ל: "בעוה"ז אדם הולך ומשמש עם אשתו נדה אין מי שיעכבנו, אבל לעתיד לבוא האבן זועקת ואומרת לו נדה היא".

אין ספר לב חיים או"ח סי' ל"ב מוטשעט ער זיך דערמיט, און שמועסט אויס אז מ'קען נישט מחלק זיין צווישן די מדרשים אז זיי קריגן זיך אויב 'מצוות בטלות לעתיד לבוא' אדער נישט, וויבאלד מ'מוז זאגן אז אפילו דער מדרש וואס זאגט אז לעתיד לבוא וועט מען מתיר זיין איסור נדה מוז אויך האלטן אז מצוות אינן בטלות, ווייל אויב זיי זענען יא בטלות איז דאך נישטא קיין שום חידוש און רבותא מיטן דערמאנען א היתר פארן איסור נדה דווקא, ווייל אלע מצוות וועלן דאך נתבטל ווערן. אלא מאי, מוז זיין אז ביידע מדרשים האלטן אז מצוות אינן בטלות, נו וויאזוי פארענטפערט מען די סתירה אינעם דין נדה לעתיד לבוא.

האב איך געזען א תירוץ אין ספר 'ימות המשיח בהלכה' סוף סי' נ' (פון וועם איך האב גענומען פארשידענע מקורות איבער דעם שמועס בנוגע לעתיד לבוא, ותשוחח"ל), אז מ'קען זאגן אז די ערשטע מדרש (פרק ע"ג) האלט ווי דער ערשטער שיטה וואס איז אראפגעברענגט געווארן אינעם צווייטן מדרש (פרק קמ"ו), וואס האלט אז די פסוק 'מתיר אסורים' גייט ארויף אויף איסור בהמות טמאות וואס וועט ווערן מותר, אבער איסור נדה קען ער האלטן אז ס'וועט בלייבן אסור. קומט אויס אז ס'איז נישט קיין סתירה נאר אן עמטליכער מחלוקת.

***


למעשה זעען מיר, אז די אנגענומענע קו איז יא אז לעתיד לבוא וועט איסור נדה נתבטל ווערן, וואס לויט דעם קען מען צוריקקומען צו אונזער אויבנדערמאנטער שמועס, אז וויבאלד די גאנצע טומאת נדה איז באזירט אויף וואס איז געווען אנגענומען בימים הקדומים אלץ אבערגלויבן, דערפאר וועט דאס אויטאמאטיש נתבטל ווערן לעתיד לבוא.

אדער קען מען זאגן פונקט פארקערט, אז דאס איז זיכער אז טומאת נדה איז נישט באזירט אויף דעם אבערגלויבן אז ס'ברענגט קראנקייטן א.א.וו. ווי דער רמב"ן האט ערקלערט בטעם טומאת נדה, נאר עס איז באזירט אויף אנדערע טעמים וואס מיר פארשטייען נישט [לאמיר אנכאפן די געדאנק פון זוהמת נחש פאר אן אנגעבליכן טעם], וואס לעתיד לבוא וועט עס טאקע קענען נתבטל ווערן [וויבאלד די זוהמא וועט אפגעטון ווערן וכו']. משא"כ אויב די טעם וואלט געווען צוליב חשש חולי וכדומה, וואלט מען לכאורה יא געדארפט אנגיין ווייטער מיט טומאת נדה, וואס איז נישט קיין איסור מדיליה נאר א חשש סכנה.

הגם מ'קען דאס גרינג פארענטפערן לדעת הרמב"ן הנ"ל, אז לעתיד לבוא וועט נישט זיין קיין חולי, און דערפאר וועט די איסור קענען נתבטל ווערן, טאקע צוליב דעם וואס עס איז נישט קיין איסור מדיליה נאר א תוצאה פון א חשש סכנה, וואס אין א תקופה וואס מ'וועט לעבן מיט פילע ניסים וועט אויך די חולי נתבטל ווערן.


פארט אבער איז די מדרש א שטארקע ראי' צו מיין מהלך אז טומאת נדה איז נישט קיין תוצאה פון א חולי וכדומה, ווייל אויב יא איז שווער וואס איז דער חידוש פון דעם אז לעתיד לבוא וועט דער אייבערשטער מתיר זיין איסור נדה. ס'איז דאך נישט עכט דא א הסרת האיסור מעצמו נאר א הסרת סיבת האיסור, דהיינו ס'וועט נתבטל ווערן די חולי, און די איסור וועט פון זיך אליינס נתבטל ווערן וויבאלד ס'איז נאר באזירט אויפן חשש סכנה (ואכן כ"כ להדיא הרמ"מ מליובאוויטש ברשימות, חוברת צ"ב).

אלזא, פונעם מדרש זעט זיך דייקא קלאר ארויס ווי מיין טענה כלפי די טעם פונעם רמב"ן באיסור נדה.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 4:42 pm

הפלא ופלא.

מדי דברי בו, דער עתידה אשה שתלד בכל יום דארף א שטארקע ביאור, די קשיא איז צו שטארק, די תירוצים דערויף זענען פיל שוואכער, טייל זאגן אז עס וועלן זיין גאר לאנגע טעג, אבער עס איז א דוחק צו לערנען אזוי פשט, און בכלל ווי אוזי איז מעגליך אז גאנץ כלל ישראל וועט יעדן איינציגן טאג האבן א בעבי, ווי וועט מען מאכן אזויפיל ברית'ן, אפשר וועלן וואקסן שולן אויפ'ן בוים פאר יעדן, אויך דארף מען פארשטיין וועלכע יארגאנג רעדט מען דא, אויכעט באבעס וועלן האבן קינדער צי נאר א געוויסע יארגאנג/טיים פרעים? איך גלייב אז עס פאדערט א באזונדערן אשכול.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 9:09 pm

שש משזר האט געשריבן:
אות ד':

פארוואס היטן מיר אפ דיני נדה?!

לפי דברינו אלה קומט אויס, אז די גאנצע מצוה איז א תוצאה פונעם אלטמאדישן וועלט בליק אויף אזעלכע מושגים ווי 'דם נדה', וואס איז פארבינדן געווארן מיט מיסטיציזם, אבערגלויבן, און טיפישע מיטלאלטער מישעריי צווישן רעליגיעזע אנשויאונגען און אזויגערופענע וויסנשאפט, וכדברי הרמב"ן: כי ידעו הקדמונים בחכמתם שהבלן מזיק, גם מבטן מוליד גנאי ועושה רושם רע, כאשר בארו הפילוסופים.

לויט דעם מהלך, איז דאך פשוט אז אזא מצוה האט נישט קיין פשט און קיין מקום אין די תורה, און עס איז ערגער ווי ווען ס'איז א חק בלא טעם וואס דאן קען מען אננעמען אז די טעם הכמוס איז יא גוט, ווייל וויבאלד מיר ווייסן היינט ['כאשר בארו הפילוסופים'...], אז א נדה'ס בליק איז די זעלבע ווי א נארמאלע פרוי'ס בליק, ואינו מוליד גנאי ואינו עושה רושם רע, קומט אויס אז נפל בבירא די גאנצע געדאנק פון א נדה.

דא וואלט מען געדארפט צוקומען צו די באקאנטע יסוד פונעם רמב"ם אין אפאר פלעצער אין מורה נבוכים, אז געוויסע מצוות זענען אריין אין די תורה נאר צוליב דעם וואס דער המון עם איז געווען צוגעוואוינט צו דעם מהלך המחשבה, און האבן זיך נישט געקענט אפטרייסלן דערפון, און דערפאר איז עס אריין אין די תורה.

ולדוגמא ווי ער רעדט איבערן חג האסיף, אז דאס איז אן אלטער מנהג עמי המזרח, עי' במו"נ ח"ג פמ"ג. ער גייט אפילו א שטאפל ווייטער, זאגנדיג אז די קרבנות זענען נישט נאר א מנהג שהגיע בעקבות עמי העולם, נאר בעצם וואלט דער באשעפער נישט אריינגעלייגט אזא מצוה אין די תורה, אבער היות אין יענע צייטן איז דאס געווען גאר שטארק נפוץ און ס'וואלט געווען גאר שווער צו דינען דעם באשעפער אן קיין קרבנות [ער ברענגט א משל למה"ד דומה, אז היינט זאל א נביא קומען בשם ה' זאגן אז דער באשעפער וויל מיר זאלן אים דינען אן קיין תפילות, און אן קיין תעניתים בעת צרה, און ענקער עבודה זאל נאר זיין במחשבה און נישט במעשה. דאס וואלט געווען כמעט אוממעגליך פאר אונז אויסצופירן. אזוי איז געווען בימים ההם דער עיקר עבודת האל דורך קרבנות], דערפאר האט דער באשעפער דאס אריינגעלייגט אין די תורה, און אזוי זענען מיר מקיים א מצוה דינענדיג דעם באשעפער אויף דעם אופן. שווער צו גלייבן, אבער אזוי שרייבט דער נשר הגדול אין מו"נ ח"ג פל"ב.

אזוי שרייבט אויך זיין זון רבינו אברהם, אין זיין פירוש עה"ת, מיט אומצוויידייטיגע ווערטער (בראשית לא, לט): "ואתה ידעת כי היבום אע"פ שהיא ממצות התורה היה מנהג בימי קדם, והשאירה אותו התורה. וכזה בקצת המצות בלי ספק". און ער זאגט דעם יסוד אויך אין אנדערע מקומות (בראשית לה, ב. און שמות י, יא).


פאקטיש, פונקט ווי יבום איז געווארן חלק פון די תורה, איז קרבנות אויך געווארן א חלק פון די תורה, און אפילו ווען משיח וועט קומען וועט זיך עס נישט טוישן, ווי דער רמב"ם שרייבט קלאר אין יד החזקה (הלכות מלכים ריש פי"א): "המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה, ובונה המקדש ומקבץ נדחי ישראל, וחוזרין כל המשפטים בימיו כשהיו מקודם, מקריבין קרבנות". אין מו"נ שרייבט ער אויך, אז איינמאל ס'איז אריין אין די תורה, איז עס געווארן מקודש און איז א וועג און מיטל וויאזוי מיר קענען זיך דערנענטערן צום באשעפער דורכן מקריב זיין א קרבן פאר אים.

לויט דעם קומט אויס, אז הגם די ערשטע געדאנק פונעם מצוה איז שוין נישט די נארמע בזמנינו, האלטן מיר עס ווייטער אן אריינלייגנדיג אין איר א ספיריטואלע פנימיות'דיגע באדייט וואס איז נוגע לזמנינו, אבער דער עצם מצוה קען מען נישט אויסמעקן (דער יסוד נוצן אסאך די בעלי מקובלים, צו פארענטפערן טענות וקשיות אויף מושגים אין קבלה וואס זענען מיוסד אויף גאר שפעטער-ערפינדענע געדאנקען, ווי נקודות וצורת הטעמים, ואכמ"ל. לפ"ז קען מען שוין אויך מקדש זיין די מושג פון א פייער ל"ג בעומר, הגם שיסודתו בהררי ערבים כנודע למי שחקר בזה).

אט דאס איז דער יסוד החילוק צווישן די ראציאנאלן נוסח הרמב"ם און די ראציאנאלן נוסח הריפורם. אין די צייט וואס כלל ישראל האט אלס באוויזן אנצוהאלטן די מצוה, דורכן טוישן די פנימיות'דיגע געדאנק - אן צורירן צום סטרוקטור זעלבסט, האבן די יוצאי"ם מן הכלל - די רעפארמער - פשוט צאמגעווארפן די יסודות און עוקר געווען גופי תורה, צוליב דעם וואס עס איז נישט 'אפ טו דעיט' לפי רוחם, ולכן נחתם דינם לכופרים גמורים בתורת משה.


איין פראבלעם בלייבט נאך איבער, אז קרבנות קען מען כאטש פארענטפערן ווי דער רמב"ם שרייבט, אז מיר שפירן א ספיריטואלע העכערקייט מיטן 'מקריב זיין' א קרבן, בהמה תמורת אדם, הקרבה ממני לה', וכו', און דערפאר קען מען מקדש זיין אזא מצוה הגם דער רצון הבורא וואלט עס נישט איינגעפירט מלכתחילה מדיליה.

אבער אזא דין ווי א נדה, וואס איז מבוסס אויף אלטמאדישע אבערגלויבן, כוחות מיסטיים באשה שמוציאה דם, און איז היינט שוין נישט אקצעפטירט איבערן וועלט, האט דאך נישט קיין ספיריטואלע הרגשה צו זיך. עס איז בלויז א 'חק בלי טעם' און קיין זאך וואס מיר זענען זיך מחבר דערצו, ובפשטות צ"ע.

מיר מוזן זיך אנכאפן אינעם דרשה פון ר"מ ווי אין א רעטונגס ברעט, חוץ אויב מיר וועלן זאגן אז דער טעם בדין נדה וואס דער רמב"ן האט אנגענומען פאר א פשטות, איז נישט די ריכטיגע תורה'דיגע בליק, נאר עס איז א חק בלי טעם שיתגלה בביאת משיח במהרה.


נספח.

דער גרויסער גאון און דענקער, הגראי"ה קוק זצ"ל, האט יא דערוואגט זיך אויסצודריקן אז בביאת משיח וועט קרבנות מעגליך בטל ווערן, וז"ל (אוצרות ראיה ב-ג 756):
"ותכונת המוסר תתרומם כ"כ, עד כדי הערת הצד החיובי של משפט בעלי החיים ביחשו של האדם אליהם, על העת ההיא שהיא ראש פסגת הגעת הקולתורה הטהורה, אמרו חז"ל דברם הגדול ומפליא (מדרש תנחומא אמור פי"ט): 'כל הקרבנות בטלין לעתיד לבוא'. והכתוב אומר על קץ החזון (מלאכי ג): 'וערבה לה' מנחת יהודה וירושלים', והבליט מנחה מן הצמחים במקום הקרבנות".


ענדליך צו דעם שרייבט ער אין א צווייטן ארט (עולת ראיה א רצב):
"לעתיד לבא שפע הדעת יתפשט ויחדר אפילו בבעלי-החיים, "לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, כי מלאה הארץ דעה את ה'" (ישעי' יא, ט), וההקרבה שתהיה אז של מנחה, מהצומח, תערב לה' כימי עולם וכשנים קדמוניות".


לויט דעם וואלט אפשר געקענט זיין א צד צו זאגן, אז דאס זעלביגע קען פאסירן מיט דין הנדה [הגם הרב קוק'ס פראבלעם איז נישט דער זעלבער פראבלעם ווי דער רמב"ם. דער רמב"ם פרעגט אויפן טעם פארוואס יא, הרב קוק האט די ליבעראלע וועלטס בליק פארוואס נישט].

אבער הרב קוק ווי הרב קוק, האט זיך אויסגעדריקט קעגנזייטיג אין אנדערע פלעצער, טאקע בנוגע דיני קרבנות לעתיד לבוא, טענה'נדיג אז פארקערט גאר - די ליבעראלע וועלט וועט טוישן אירע אנשויאינגען בנוגע 'בעלי חיים רעכטן'. עי' בזה באגרות ראיה ד, עמוד כד, ובערפלי טוהר עמוד כב, ועיעו' אוצרות ראיה ד 46.

לפ"ז האלט מען ווייטער ביים ארטאדאקסישן בליק פון 'מה שהיה הוא שיהיה', און דאס מיינט אז מיר האבן דא א מצוה וואס איז זיכער אריבער אן עוואלוציאנערישן שטאפל, ביז זי איז אנגעקומען צום היינטיגן מצב ווען די טעם פון 'כלה נכנסת לחופה' איז די הויכפונקט פון מצות נדה, און אזעלכע ווערטער ווי דאס וואס די ברייתא, משנה, רמב"ן, ועוד, זאגן בטעם והלכות הנדה - איז כהיום בבל ישמע ובעל ימצא במקומותינו.


ווי זאגט מען אין אזא פאל? "אכשר דרא"!


איך האב דיר נישט געבטן זאלסט האלטן הלכות נדה אבער אזוי זיסע און שיין ארונטערייסן א טריקענע מצוה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן

און עס איז נאך באזירט אויף די ראשונים, ולפי גודל דעתך זענען זיי פול מיט פאנטאזיעס, פארשטייט זיך אז ווען מדארף זיין ניצן אונטערצוגארטלן דיינע פארפאלטע אידיאלאגיע קעןמען זיי ניצן פאר א גוט'ן מקור

אודאי איז קוק א גרויסער דענקער, ווייל ער האט נישט קיין פראבלעם צוצולייגו אדער פארמעקן חז"ל'ן לויט זיין שטארקע "ישרות הדעת..." כנודע, ואולי די רמב"ם און רמב"ן זייערע ווערטער באזירט אויף אבערגלאביגע געמישעכץ פון רעליגיע און מיסטיקה
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » דינסטאג מערץ 07, 2017 9:34 pm

שש משזר האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:געהעריגע דברי כפירה מיט אלע מפרשים.

איך זוך נאך די ערשטע שטיקל כפירה, לויטן ערשטן מפורש. [נישט אז דו האסט א פראבלעם דערמיט, ואדרבה. דו זוכסט דאך אבער צו אטאקירן, אלזא - ברייטער אויס דיין קלוגע סטעיטמענט].

כשלעצמי האלט איך איבער דעם גאנצן נושא, אז מ'קען נישט משיג זיין כוונת הבורא, ואסר נדה, זבה, קרי, מת, מצורע, פאר סיבות וואס ער ווייסט. אולי יש טומאה רוחנית שאיננו משיגים. כ'האב איבערהויפט נישט גערעדט איבער מיין בליק אז ס'איז עפעס א גזיה"כ און חק בלא טעם, ווייל כ'האב מיך מתייחס געווען לטעם הרמב"ן - וואס לאור הנ"ל זעט אויס ווי די מצוה האט 'עקספייערד' אין א וועלט וואס ווייסט אז א נדה איז נישט מזיק מיט איר בליק. ווידער ביי מיר האט עס טאקע נישט עקספייערד, ווייל דער טעם הרמב"ן איז מיר גארנישט מחייב.

איך פארשטיי נישט מושב, אבער כפארשטיי אויך נישט מיט וואס שש משזר מוטשעט זיך. דער רמב"ם זאגט דאך איין טעם פאר אלע סארט טומאות, וטומאת נידה בכללן, אין מורה נבוכים. מקען נוצן זיין הסבר און זיין א ערליכע יוד.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 873 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג מערץ 07, 2017 10:09 pm

פון ליינען די ארטיקל זעהט מיר נישט אויס ווי שש מוטשעט זיך. ס'זעהט מיר אויס ווי ער האלט ער האט עס גאנץ פיין ארויס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1789
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1001 מאל

Re: די היסטאריע פון 'טומאת נדה' והשלכות היוצאות מזה (וועקער

הודעהדורך מי אני » דינסטאג מאי 07, 2019 4:16 pm

IMG_4492.jpg
IMG_4493.jpg


אינ׳ם ענין פון גלויבונגען אין די שעדליכקייט פון דם נדה. אין תורת משה להחת״ס (דעם פינעפער) פ׳ תזריע.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2370 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט