שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער #5)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער #5)

שליחה דורך אדנירם »

[center]שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך[/center]
[left]פון: שטילע אינגערמאן[/left]


מיין טייער לעכטיג קינד, תנחום'ל שיחי'.

א ביטערע טראגעדיע איז געקומען אויף אונז, אידן חיות רעות טוען אלע מיטלען אוועקצוכאפן אונזערע קינדער פון אונזערע הענט, זיי ווילן אויסלערנען אונזערע קינדער שלעכטע מידות, אפצו'חוזק'ן פון די עשרת הדברות, אין אפשפעטן פון די עלטערן.

אונזער פליכט איז אויסצולערנען אונזערע צאן קדשים דרך ארץ, מדות טובות, תורה, עבודה, וגמ״ח.

אבער ס׳דרייען זיך ארום נישט געזונטע מענטשן, און קומען דורך אלע מיני מיטלען און לערנען אויס פאר אונזערע קינדער דייקא שלעכטע און ווילדע מדות.

למשל: אז דיין טאטע איז נישט דיין עכטע טאטע, אדער דיין טאטע איז באמת א בהמה, אדער באמת איז דיין טאטע א שוואכע מענטש, ער קען זיך נישט אנהאלטן די תאוות ח״ו א.א.וו.
[center]
מינעוועט אונטער די רעספעקט פאר עלטערן.jpg

א חינוך פאר חוצפה און השחתה.jpg
[/center]
[center]***[/center]

אבער תנחום טייערע, וויסן זאלסטו דעם אמת, דיין טאטע איז אן ערליכער יונגערמאן, ער טוט וואס דער אויבערשטער הייסט, און טוט וואס חסיד'ישע ספרים הייסן.

דו זעסט יעדן אינדערפרי, ווען דו שטייסט אויף 7 אזייגער, אז טאטי איז שוין נישטא, דאס איז ווייל טאטי האט א חברותא פארטאגס.

נאכדעם גייט טאטי דאווענען פון אדון עולם ביז אדון עולם ערליך, אן ארויסקוקן פון סידור.

נאכדעם גייט טאטי אין די ארבעט, און זיצט אויף א געפילטערטע קאמפיוטער, און ארבעט שווער כדי צו קענען צאלן דיין שכר לימוד, און דיר צו קויפן עסן און קליידער.

טאטי גייט אוועק פון די ארבעט זייער מיד, אבער ערשט מאכט טאטי א סטאפ אין ביהמ״ד צו דאווענען מנחה.

טאטי קומט אהיים שוואך, אבער טאטע האט כח צו לערנען מיט דיר דיין חומש און משניות.

בעפאר דו גייסט שלאפן זעסטו אייביג אז טאטי גייט אוועק, דו ווייסט ווי איך גיי? כ'גיי נאכאמאל אין שול לערנען.

[center]***[/center]

תנחום טייערע, זיידי האט מיר נישט געדארפט זאגן דאס אלס. ווייל ווען טאטי איז געווען א יונגל, האט זיידי נאר דעדארפט אנזאגן וועגן שלעכטע חברים, אדער גוים, אדער strangers.

אבער תנחום׳ל, היינט איז אנדערש. ב״ה מ'וואוינט נישט צווישן גוים, ב״ה שלעכטע מענטשן טראכטן שוין צוויי מאל בעפאר'ן צוקומען צו דיר מיט שמוציגע מחשבות, אבער היינט איז דא א נייע מכה, היינט קענען זיך דרייען מענטשן מיט ברייטע הוטן און בעקיטשעס אין די וואכן, און פון זיי דארף מען מער מורא האבן ווי פון דאס טויט.

זיי ווילן דיר זאגן אז טאטי איז ח״ו נישט ערליך, ווייל טאטי דארף ארבעטן.

אבער דו פארשטייסט אז טאטי מוז ארבעטן כדי אהיימצוברענגען פרנסה, דו פארשטייסט אז טאטי דארף צאלן רענט און שכר לימוד יעדע חודש, אמת?

טאטי קען נישט זיצן א גאנצע טאג אין ביהמ״ד, און פירן קופקעס אין מאכן ליצנות פון מענטשן, און מאכן געלט דערפון, ווייל טאטע איז נישט אויף פעי-ראלל אזויווי אנדערע.

[center]***[/center]

אה תנחום, געדענקסט נאך ווען ביסט געווען ביים ציין דאקטער, און דעמאלס האב איך דיר גענומען צו דאווענען אין שוהל 12 אזייגער?

געדענקסט אז כ'האב דיר דעמאלטס געזאגט, אז איך האב נאכנישט געדאווענט אזוי שפעט פאר צען יאר?

געדענקסט אז דארט איז געווען א פאני מענטש? יעדער האט געלאכט ווען ער האט געזאגט אז אלע טאטעס זענען מחללי שבת?

די סארט מענטשן דארף מען נאר גריסן, און ח״ו זיך נישט אפשטעלן.

ער זעט טאקע אויס ענליך צום רב, אבער דו ביסט א קלוג יונגל, לאז דיך נישט נארן פון זיין לבוש, טאמער וועסטו גוט קוקן וועסטו תיכף זעהן א חילוק צווישן אים מיטן דיין שליט"א, אפילו ביידע גייען מיט א בעקיטשע.

געדענקסט אז כ'האב דיר אמאל געזאגט, אז דער דיין איז אן איידעלער איד וואס דאוונט יעדן טאג מיט א מנין קבוע, ער קומט אריין אין ביהמ״ד מיט אן איידלקייט, ער האט זיך זיין מקום קבוע, ער רעדט נישט קיין עקסטערע ווערטער, ער איז אן ערענסטער מענטש, און ער שרייט נישט אין אזא הייליג פלאץ ווי א ביהמ״ד.

אבער די אנדערע סארט מענטשן קומען אלס זייער שפעט אין ביהמ״ד, זיי קומען אריין מיט א צולאזטקייט, אנגעטון שמוציג, לאכן זייער נישט איידל, שרייען אינמיטן דאוונען, ווארפן ארום נארישע קונטרסים מיט סי.די.'ס, און זענען זיך מתחצף צו עלטערע מענטשן.

[center]***[/center]

תנחום, קוק פונדערווייטענס, וועסט זיכער תיכף זען א גרויסע חילוק צווישן זיי, אבער מ׳דארף פארט זייער אכטונג געבן: נישט בעטן צו קראסן די גאס, נישט פרעגן וויפיל אזייגער ס'איז, און טאמער וויל ער געבן א קענדי אדער א ביזנעס קארטל זאלסטו עס ח״ו נישט נעמען.

טאמער ווילסטו שטארק שפילן קארטלעך קענסטו שפילן "ברכות" קארטלעך, דאס וועט דיר אויסלערנען וואספארא פירות זענען פון די שבעת המינים, וואס איז א 'העץ', אין וואס איז א 'האדמה'. אדער קענסטו שפילן די "כיבוד אב" קארטלעך, ווי וויכטיג ס'איז צו פאלגן א טאטע. אזוי וועסטו ארויסקומען מיט עפעס ווערטפול פון די שפיל.

די היינטיגע קארטלעך, סיי די שומרים קארטלעך וואס לערנט חוצפה, אין סיי די מעמבער קארטלעך וואס לערנט נארישקייטן, איז נישט צוגעפאסט פאר אזא איידעלע יונגל ווי דיר, און ס'איז נישט צוגעפאסט פאר אונזער משפחה.
[center]
ארייננעמען קינדער אין אן ארגאניזאציע צו האקן אויף די עלטערן.jpg
[/center]
פאר דיר פאסט צו וויסן, אז כיבוד אב איז פון די עשרת הדברות וואס איז געזאגט געווארן ביים בארג סיני, און חוזק צו מאכן פון א טאטע ווייל ער ארבעט שווער, איז נישט איידל.


תנחום געדענק: קיינער האט דיר נישט ליב ווי דיין טאטע, און קיינער מיינט נישט דיין טובה אזויווי דיין טאטע!


[left]החותם בדמעות שליש וברגשי אהבה,
דער וואס זארגט זיך עכט פאר דיין צוקונפט,
דיין ליבליכע טאטע[/left]

דער אשכול פארמאגט 181 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר