למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

שליחה דורך אדנירם »

[center]למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד[/center]

[left]פון: קטלא קניא[/left]

[justify]פאַר נישט לאַנג האָב איך ערגעץ וואו געלייענט אַ סברא פאַרוואָס חסידים שטיצן טראָמפּ ווייל זיי זענען צוגעוואוינט צו אַן אויטאָריטאַרישע פיגור ווי אַ רבי, און ממילא גלייכן זיי ווען דאָס חזר'ט זיך איבער אויף דער נאַציאָנאַלער בינע.

אין אמת'ן זענען נישט אַלע חסידים טראָמפּ שטיצער, און צווישן פרומע אידן זענען אויך חסידים נישט די איינציגסטע וואָס שטיצן אים שטאַרק. עס קען זיין אַז ישיבישע/ליטווישע אידן שטיצן אים איבער זיין שנאה צו ליבעראַלע ווערדן, ווי דער "טאַבלעט" מאַגאַזין האָט געמאָלדן, און מען זעט טאַקע אַז זייער אידעאַליסטישער שטאַנדפּונקט אין "יתד נאמן" האָט נישט קיין פאַרגלייך אין דער מער פילצאָליגע חסידישע פּרעסע. חסידים זענען אַלגעמיין נישט איבער אידעאַלאָגיש און זיי זענען שטאַרק גורס לא המדרש העיקר אלא המעשה. אַז איינער וויל בויען אַ וואַנט און דער אַנדערער רעדט פון אידעאַלן ווי "ואהבת את הגר" פאַרשטייען מיר אַלע וואו די חסידישע גאַס לויפט. זייט אונזערע ערשטע יאָרן אין גלות אַמעריקע גלייכן מיר אַ כאַפּצעם איבער קהילה'ישע פּאָליצירונג, און "סטאָפּ און פריסק" האָט אויך אַ היימישער קלינג דערצו.

דאָס פאַרענטפערט אָבער נאָך נישט פאַרוואָס מיר זאָלן זיך פאַר'כּישופ'ן אין אַ מוילמאַכער ווי טראָמפּ, און לעניות דעתי איז עס אַן אומפאַרשטייעניש צו חסידים עס צו פאַרבינדן מיט אמונת צדיקים. חסידים גלייבן טאַקע אין אַ רבי צו טאַנצן אויף זיינע אייניקלעכ'ס חתונות, צו שיקן זייערע קינדער אין זיינע מוסדות, זיך צו שאָקלען ביי זיינע טישן און פון אים בעטן רפואות ישועות און נחמות, אָבער נישט אים צו טרויען מיט עקזעקיוטיווע מאַכטן ווי אַ פּרעזידענט. דאָס איז נישט צו זאָגן אַז אַ רבי האָט נישט קיין מאַכט. פון זיין קדשי קדשים קאָנטראָלירט ער די וויכטיגע פּאָסטענס אין זיינע קהילות די בכל אתר ואתר, זיינע קינדער ווערן דיינים און איידעמער ראשי ישיבות און זיינע יוצר משרתים ואשר משרתיו ווערן רייך פון אויסטיילן זייערע טובות הנאה. ממילא קען מען נישט לייקענען אַז להם הכוח והגדולה. ביים רבין אין הויף איז בלויז ער אַליין דער בעל הבית, על פיו יושק כל דבר ומי יאמר לו מה יעשה?

זייער מאַכט ליגט אָבער נישט אין דעם וואָס זיי פאַרמאָגן אייגנקייטן ווי טראָמפּ. רבי'ס זענען כמעט נישט דעמאַגאָגן. מיסטיש און גייסטעריש אוודאי, און אַז נישט מאַכן זיי כאָטש דעם אָנשטעל, נאָר ווי פּאָפּולער זיי זאָלן נישט זיין זענען זיי זעלטן פּאָפּוליסטיש. מען זעט בפירוש אויף יו־טיוב ווי גרויסע בעלנים זיי זענען צו טאַנצן, און דאָך הייבט זיך דער עולם ווען קוים זיי רירן אַ פּולקע. דער עולם זוכט ביי זיי אַמאָל אַן עצה אויף אַ מסחר, אַ וואַרעמער ניגון מהיכי תיתי, אָבער נישט פאָליטישע אָדער פּראַקטישע לעזונגען וואָס איז גורם נשיאת חן בעיני העם.

די רבי'ס זענען אויך כמעט נישט באַרימטע רעדנערס אדער זינגערס. בדרך כלל זידלען זיי נישט און שרייען נישט אויסער אַז זיי פאַרקרעכצן זיך אויף שכינתא בגלותא אָדער אויף די נסיונות פון סמאַרטפאָנס. עס ווייזט זיך כסדר אַז ווי מער מאָדנע די הנהגות זענען, איז עס אַלץ מער מסוגל צו הייסן אַ קדוש און בשנותו את טעמו ביי די חנוכה ליכט צי ווען ווערט מען באַלד אַ קדוש וטהור. אַז ער שעפּשעט ווען מען דאַרף רעדן אָדער ברומט ווען מען דאַרף זינגען האָט עס מיט מלאכים צו טון, און אַז ער רעדט זאַצן וואָס קלעבן קוים איז עס ממש שכינה מדברת מתוך גרונו.


נו, און אַז נישט דער רבי, פרעגט זיך איז וואָס יאָ? מה ענין טראָמפּ אצל הר סיני? איז אַזוי. ראשית כּל האָט ער אַ פּיסק און צו דעם דאַרף מען פאַרשטיין דעם פּיסק-כאַראַקטער. דעם פּיסק וועט איר טרעפן אין מקווה, אין קאַווע שטיבל, אויף דער גאַס, ביי אַ זכר, און וואו נאָר כּלל ישראל נעמט זיך צאַם. ער איז נישט אַ פאָרמעלער בעל דרשן און נישט אַ גרויסער דענקער אָבער דאָך האָבן פון אים מורא די הויכע שטערנס. אַמאָל וועט איר אים טרעפן אין בית־דין שטוב אַלס טוען, און אפילו די רבנים באַהאַלטן זיך פון אים. ער שרייט און ער זידלט. אים קען מען נישט אָפּווענדן ווייל ער רעדט אַזוי שנעל און הויך אַז מען קען נישט אַריינ'גנב'ן אַ וואָרט.

דער פּיסק רעדט נישט פון סברות און אידייען. ביים פּיסק איז יעדער אָדער אַ גנב און אַ שווינדלער, אָדער אַ חד בדרא און נאָך אַ משה רבינו. ער געווינט נישט מיט לאָגיק און סברות נאָר מיט דער שעפערישקייט פון זיינע אַבסורדן און נישט געשטויגענע טענות. זיין העזה פרירט איין דער קאָרטעקס, און אָדער שפּירט מען אַ קורת רוח אַז ער וואַגט זיך צו זאָגן וואָס אַנדערע האָבן מורא צו טראַכטן, אָדער ברענגט ער אויף אַ כעס פון הילפלאָזיקייט אַז מען קען אים נישט משתיק זיין.

דער פּיסק איז אָפט אַ "לוזער" פון דער ערשטער קלאַס. מענטשן האָבן פון אים הנאה ווען ער צילט נישט אין זייערע ריכטונג, אָבער אויך היטן זיי זיך נישט אַריינצופאַלן אין זיין מויל. ווען מען רעדט פון דעם פּיסק איז עס מיט אַ רחמנות'דיגן דרך־ארץ פון אַ טאַלאַנטפולן מענטש וואָס קומט אין ערגעץ נישט אָן. קיין מאַכט און אחריות וועט מען פאַרן פּיסק נישט געבן ווייל קיינער וועט אים נישט געטרויען און קיינער וועט זיך מיט אים נישט פאַרטראָגן.


טראָמפּ איז אָבער אַ זעלטענער פּיסק. נישט נאָר פאַרמאָגט ער אַ פּיסק אויף שרויפן, נאָר אויך איז ער אַ גרויסער עושר און נאָך דערצו פון ריעל עסטעיט. חסידים ואנשי מעשה קלעבן זיך צו חומר ולבנים, און אין טראָמפּ האָבן זיי געפונען אַן אומר ועושה. טראָמפּ איז אויך נישט סתם אַ סוחר פון בתים. טראָמפּ בויט אַליין געביידעס, און ווער קען דען נאָך אַזוי בויען ווי חסידים? פּונקט ווי חסידים, דאַרף טראָמפּ אויך האָבן אַ מעכטיגע געביידע וואו עס איז דאָ אַ ציבור מענטשן, און פונקט ווי חסידים מוז עס שרייען איבער די אַרומיגע פינף בלאָקס אין גאָלדענע אותיות בנשיאות דעם רבי'ן שליט"א. און ווי ביי די רבי'ס, בויעט ער נישט אַליין די בנינים מיט זיין אייגן געלט. אַנדערע מוזן געפונען די ממתקים, אָבער זיין נאָמען גייט אויפן קידוש לבנה שילד.

טראָמפּ איז נישט בלויז אַ מבין אויף בויען. ער האָט אויך אַ טעם אין דעקאָראַציע, און זיין טעם ענדלט עטוואָס אין אונזערע -- כאָטש ער שטייגט אונז איבער כפלי כפליים. זיינע לוסטרעס זענען אַזוי ברייט ווי די לוסטערס פון בעלז און סאַטמאַר אינאיינעם. מאַרמאָרשטיין אין טראָמפּ'ס באַדע צימערן מאַכן די ווענט פון אונזערע שטיבלעך און שולן כקליפת השום. דער זילבער שאַנק פון אונזערע זיסטע חלומות האָט טראָמפּ פופצן מאָל אַזוי גרויס, נאָר פון זהב טהור.

טראָמפּ איז ווי אונזערע רבי'ס און רביצינס און חסידים חלומ'ען זיך צו זיין. אונזערע רבי'ס פאָרן היינטצוטאָג מיט פּריוואַטע פליגערס געשנאָרעט פון אַ מגולח וואָס גלוסט זיך אַ חלק אין דעם רבינ'ס עולם הבא, אָדער זיי דינגען זיך אויס דריי פערטל ערשטע קלאַס אַז זיי זאָלן חלילה זיך נישט אָנזען מיט אַן אשה. טראָמפּ איז אָבער אַ בעל הבית אויף זיין אייגענעם עראָפּלאַן און ער איז אַ רוכב בערבות צו אַן אבן הפּינה, אַ חנוכת הבית, להברות את גופו הטהור, אָדער אפילו צו מאַכן ברכת החמה אויף אַ יום המעונן. זיין ביתו נאוה קודש האָט נישט בלויז אַ מקוה נאָר עס איז אַ יאַכטע שלשים אמה רחבו. וואָס ווייסן די רבי'לעך וואָס וואונטשן זיך נעבעך אָנצוקומען קיין מירון מיט אַ העליקאָפּטער? ווען טראָמפּ איז אַ רבי וואָלט ער אַזוי אָנגעקומען צו יעדער מנחה מעריב. מי לנו גדול ווי איינער פון די רשכבה"גן בדורנו וואס האָט זיך פורים אָנגעטרונקן, און אַז נכנס יין יצא סוד האָט ער געוואונטשן מיר זאָלן זיין רייך ווי טראָמפּ. ביל געיטס איז פאַר אים צו ראַפינירט, אָבער אין טראָמפּ האָט ער געפונען תורה וגדולה במקום אחד.

לאָמיר זיך נישט נאַרן -- טראָמפּ איז אונז. ער איז אונזער מאָדעל פון עשירות מיט אַ פּיסק. ביי אים זענען אמת ושקר משתמשים בערבוביא, ער פייפט זיך אָן פון קאָנסטיטוציעס, פון געזעצן און פון ריכטער, ער זאָגט צו נדרים ונדבות און ווייזט קיינעם נישט די ביכער, מען איז חושד אַז ער האָט מער חובות ווי מוסדות, אים דאַכט זיך אַז הויכע ווענט ברענגען אַ ישועה, אַז די פרעסע קריטיקירט אים איז עס ווייל מען האָט אים פיינט, אַז מען אַטאַקירט אים רעדט ער פאַר פייער און וואַסער, און ווען ס'איז כלו כל הקיצים, ערלעדיגט ער אַז זיינע שווענץ זאָלן אָנ'מקל'ען די מתנגדים. מיט דאָס אַלעס קען ער דאָך נישט עפּעס אַנדערש זיין ווי פון די תלמידי בעל שם. און אַז ער רעדט נישט צו דער זאַך איז ער הערשט פאַרדעם אַ קדוש מרחם, און מיר האַלטן זיך פעסט מיט אמונה פשוטה.

אָבער אעפ"כ אין מקרא יוצא מידי פשוטו, און עס קען גאָר זיין אַ פשוט'ער פשט: אונזער הויט איז ווייס און מיר זענען נישט קאַלעדזש-געבילדעט, און פון דאָרט ציט טראָמפּ זיין חיונה. וכמאמר החכם, אַזוי ווי עס קריסטלט זיך אַזוי אידלט זיך.[/justify]

#טרויעריג.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר