בלאט 1 פון 1

קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:13 am
דורך אדנירם
ברוך ה' שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

עס איז מיר א גרויס כבוד צו פרעזענטירן פאר אייך דעם לאנג ערווארטעטן מעכטיגן אויסגאבע "אסיף" - א פראיעקט פון "דער וועקער" (חשון תשע"ז), מעשי ידיהם להתפאר פון אונזערע באליבטע פריינט, די סאמע געלונגענסטע מוחות און בעסטע פעדער'ס פון 'קאווע שטיבל', און גראפירט דורכן גלגול חדש פונעם באקאנטן ארטיסט - החכם [tag]פיקאסא[/tag] הי"ו. ווי אויך קומט א דאנק פאר החברים היקרים [tag]שמעקעדיג[/tag], [tag]ליפא[/tag], [tag]פליקער[/tag] און [tag]אבטולמוס[/tag], פאר זייער הילף.


א באזונדערע שמחה דריקן מיר אויס מיטן ערשיינונג פונעם יעצטיגן 'אסיף' אויסגאבע, וואס איז ענדערש ראוי לאיצטלא 'בוך', באשטייענדיג פון גאנצע 220 זייטן, און איז אנגעפאקט מיט 21 הערליך-שיינע אטעם-פארכאפנדע לענגערע ארטיקלן.


איך קען נישט גענוג באטאנען די אומערמידליכע ארבעט און אומצאליגע שעות וואס איז אריינגעגאנגען דערינען, און מיר האפן אז איר וועט אלע הנאה האבן דערפון. גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן, עס איז אן עבירה אז די רייכע קאלירן זאלן פארלוירן גיין, פרינט ביטע ארויס דעם שיינעם זשורנאל "אסיף/דער וועקער" אין א קאלירטן פארמאט פאר אייער פולער הנאה.


מיר האפן אז עס איז שוין יעצט דא די מעגליכקייט עס צו באשטעלן אויף עמעזאן, אבער צומאל מאכן זיי קונצן ביז ס'ווערט ארויפגעלייגט, און אין אזא פאל וועט עס גאר בקרוב זיין אויף עמעזאן [קאלירט, און שווארץ/ווייס], און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.

גלייכצייטיג טוען מיר בעטן, אונזער הארעוואניע וועט זיך אויסצאלן נאר אויב עס וועט דערגרייכן וואס ווייטער מעגליך. זאל זיך יעדער פארנעמען דאס צו שיקן ווייטער פאר וועם ער קען נאר, כדי דאס זאל האבן א הילכיגע ווידערקלאנג אין גאס.


ליינט און האט הנאה!



ווי עס וואונטשט,
אייער פריינט - אדנירם