פייערדיגע נבואה רייד (וועקער 6)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

פייערדיגע נבואה רייד (וועקער 6)

שליחה דורך הוגה »

[center]פייערדיגע נבואה רייד: גאט'ס צוזאג צו ראטעווען כלל ישראל פון אירע שלעכטע מנהיגים[/center]


[center]
בילד קרעדיט: www.929.org.il
בילד קרעדיט: www.929.org.il
[/center]

[justify]א. די רייד פון באשעפער זענען געקומען צו מיר.

ב. מענטש, זאג נביאות איבער די אידישע פאסטוכער/מנהיגים, און זאג זיי: אזוי האט דער אייבערשטער געזאגט, וויי צו די אידישע פאסטוכער/פירער וואס פאשן נאר זיך אליינס. צוליב דעם וועל איך זיי שטראפן און איך וועל מאכן אז די שעפעלעך זאלן זיי פאשן.

ג. די פעטנס פון די שאף האט איר צוגענומען פאר זיך צו עסן, זייער וואל האט איר צוגענומען פאר אייערע אייגענע קליידער (פעלץ), די געזונטע פעטע שאף האט איר אפגע'שחט'ן, צוליב דעם וועל איך אייך מער נישט לאזן פאשן די שאף.

ד. די וואס זענען שוואך אין זייער אמונה האט איר נישט מחזק געווען מיט דברי תורה, די וואס זענען געשלאגן מיט עבירות האט איר נישט געהיילט דורך זיי לערנען תשובה, די צובראכענע הערצער פון פילע צרות האט איר נישט געהאלפן און נישט מחזק געווען, די אפגעשמד'טע האט איר נישט פרובירט צוריק צו ברענגען, די פארפאלענע און פארלוירענע האט איר נישט אפירגעזוכט, נאר מיט א שטייפע האנט און ברוטאליטעט האט איר זיי געפירט ביז אפילו די גוטע האבן מיך - צוליב אייך - פארלאזט.

ה. די שאף זענען צעווארפן געווארן איין מאל און נאכאמאל ביז אלע זענען פארלוירן געגאנגען, צוליב דעם וואס זייער פאסטוך/מנהיג האט זיך אויף זיי נישט אומגעקוקט, און זיי געלאזט פארוואנדלט ווערן אין פארצוקונג פאר די ווילדע חיות.

ו. צוליב אייך, די מנהיגים, זענען מיינע שאף גענויגט געווען צו זינדיגן אויף אלע מיני אופנים, צווישן אלע פעלקער אין די וועלט זענען זיי צוזייט און צושפרייט געווארן, אבער קיין איינער פון אייך קימערט זיך מיט די וואס האבן מיר פארלאזט אדער זיך געטויפט.

ז. צוליב דעם, שלעכטע פאסטוכער, הערט די רייד פון דער אייבערשטער.

ח. איך שווער אייך, זאגט דער באשעפער, וויבאלד מיינע טייערע שעפעלעך זענען צוליב אייך פארוואנדעלט געווארן אין רויב פאר באנדיטן און פארצוקונג פאר די ווילדע חיות, אלעס צוליב דעם וואס די פאסטוכער האבן זיך אויף זיי נישט אומגעקוקט און זיך נישט געקימערט פאר זיי, די פאסטוכער וואס זענען נאר געווען פארנומען זיך אליינס צו פאשן אנשטאט די שאף.

ט. צוליב דעם, שלעכטע פאסטוכער, הערט די רייד פון דער אייבערשטער.

י. אזוי האט דער אייבערשטער געזאגט! איך וועל מיך קערן צו די פאסטוכער/מנהיגים און איך וועל ארויסראטעווען מיינע שעפעלעך פון אונטער זייערע הענט. איך וועל זיי מער נישט לאזן פאשן די שאף און זיי וועלן אפילו זיך אליינס מער נישט קענען פאשן אויף די חשבון פון די שאף. איך וועל ראטעווען מיינע שאף פון די מויל פון די מנהיגים און זיי וועלן מער נישט זיין א פארצוקונגס מיטל פאר זיי.

יא. ווייל אזוי האט דער באשעפער אונזער גאט געזאגט, יעצט בין איך דא און איך וועל אפירזוכן מיינע שאף, איך וועל זיי באגנאדיגן און זיי ראטעווען פון די פארצוקנדע וועלף.

יב. פונקט ווי א גוטע פאסטוך קוקט גרונטליך נאך זיינע שאף ווען זיי זענען צוזייט און צושפרייט, אזוי וועל איך פון יעצט נאכקוקן מיינע שעפעלעך און איך וועל זיי ראטעווען פון איבער די גארער וועלט וואו זיי זענען פארווארפן געווארן אין יענע טונקעלע פארנעפלטע טעג.

יג. איך וועל אליינס ארויסנעמען מיינע שאף פון צווישן די פעלקער, איך וועל זיי צונויפזאמלען פון אלע לענדער און איך וועל זיי ברענגען צו זייער לאנד. דארט וועל איך זיי אליינס פאשן אויף די גרויסע בערג, טיפע טאלן און אין אלע באזעסענע טיילן פון די לאנד.

יד. איך וועל זיי פאשן מיט גוטע פאשע, דאס וועט זיי צוריקברענגען צו די שויס פון זייערע געהויבענע עלטערן. דארט וועלן זיי האבן די אמת'ע רוה אין א באקוועמע וואוינונג און זיי וועלן געניסן פון די פעטנס אין די בערג פון ישראל.

טו. איך וועל זיי אליינס פאשן און איך וועל זיי אליינס געבן רוה, זאגט דער באשעפער אונזער גאט.

טז. די פארלוירענע וועל איך אפירזוכן, די פארווארפענע וועל איך צוריקקערן, די צובראכענע וועל איך צוזאמבינדן און די וואס זענען קראנק געווארן אונטער די הענט פון די מנהיגים וועל איך שטארקן. אין די זעלבע צייט וועל איך פארטיליגן די וואס האבן זיך אליינס אנגעפאשעט, און אנגעשטאפט אויף די חשבון פון די שאף, זיי וועל איך פאשן מיט משפט.

יז. צו אייך מיינע שאף, האט גאט דער באשעפער געזאגט, איך וועל משפט'ן צווישן איין שאף און די אנדערע, צווישן ווידער און ציגן.

יח. די גוטע געזונטע (רייכע) שאף האט איר, די מנהיגים, טאקע געפאשעט אבער די נעבעכדיגע ארימע שעפעלעך האט איר צוטרעטן מיט אייערע פוס. איר האט געהאט גענוג בשפע צו שפייזן ביידע אבער דערווייל האט איר קאליע געמאכט די איבערגעבליבענע שפייז מיט אייערע פוס אנשטאט העלפן שפייזן די ארימע.

יט. איר מיינט טאקע אז עס וועט אלעמאל אזוי זיין, אז איר וועט פאר זיך נעמען דאס שענסטע און די בעסטע בשעת מיינע שעפעלעך מוזן עסן די שריים פון אונטער אייער פוס און טרונקען די בלאטיגע וואסערן פון אונטער אייער שטיוול?

כ. צוליב דעם האט דער באשעפער אונזער גאט געזאגט צו זיי, יעצט בין איך דא און איך וועל משפט'ן צווישן די פעשע שאף און די אויסגעמאגערטע שאף.

כא. וויבאלד אלע אומות העולם, סיי די עליטע סיי די מיטל קלאס און סיי די פשוט'ע לייט האבן ארומגעשטויסן מיין ארבטייל, די אידן, און מיט כח זיי פארשטויסן און פארשפרייט אוועק פון מיר מיטן ציל צו געניסן פון זייערע השפעה.

כב. צוליב דעם זאג איך אז איך וועל ארויסהעלפן מיינע שעפעלעך, זיי וועלן מער נישט זיין בארויבט ביי די אומות, איך וועל משפט'ן צווישן איין שאף און די אנדערע דורכ'ן אויפהייבן מיינע שעפעלעך און אראפנידערן די גוי'אישע שאף.

כג. איך וועל דעמאלטס אויפשטעלן איבער זיי איין פאסטוך זיי צו פאשן, דער מלך המשיח, וואס שטאמט פון דוד המלך, ער וועט זיי פאשן מיט צדק און יושר און די שעפעלעך וועלן איינזעהן ווי א גוטע פאסטוך ער וועט זיין, אנדערש ווי די אמאליגע מנהיגים/פאסטוכער די רשעים וואס האבן זיי בארויבט און בא'גזל'ט.

כד. דעמאלטס וועט מיין געטליכקייט זיין אין די עפנטליכקייט און מער נישט זיין פארשטעלט דורך די הסתרת פנים וואס האט געהערשט אין די צייטן פון די אלטע מנהיגים, ווייל דער מלך המשיח וועט זיי פירן לשם שמים און נישט פאר זיינע פריוואטע אגענדעס אזויווי די אמאליגע רשעות'דיגע מנהיגים פלעגן פאשן די שאף נאר כדי זיך אליינס צו פאשן. אזוי האב איך דער אייבערשטער געזאגט.

כה. דעמאלטס וועלן מיינע שאף באקומען פון מיר א גענצליכע שפע אן אויפהער, און איך וועל אוועקנעמען די פארצוקנדע חיות כדי אז די שעפעלעך זאלן זיך קענען דרייען און שלאפן אין די וועלדער און מדבריות און קיין שרעק און דאגה.

כו. איך וועל שיקן פאר זיי און פאר די מלוכה א דירעקטע שפע, און די שפע וועט זיין א ברכה פאר זיי און נישט א קללה, ווייל די שלעכטע וועלן מער נישט קענען לייגן א האנט דערויף און עס צונעמען.

כז. די ביימער וועלן געבן פירות, די ערד וועט ארויסגעבן איר גערעטעניש און די אידן וועלן זיצן פארזיכערט אויף זייער לאנד. איר וועט וויסן אז איך, דער באשעפער אייער גאט, איז דער וואס האט אייך געברענגט די גאולה, ווייל איך וועל צוברעכן די כח פון זייער קאנטראל און איך וועל ארויסראטעווען די אידן פון זייערע פארשקלאפער.

כח. זיי וועלן מער נישט זיין רויב פאר די גוים, די חיות פון די וועלט וועלן זיי מער נישט פארצוקן, און זיי וועלן דעמאלטס קענען זיצן פארזיכערט אן קיין מורא.

כט. איך וועל זיי געבן אן ארבטייל ארויסצוגעבן פירות, זיי וועלן מער קיינמאל נישט זיין קרבנות פון הונגער, און זיי וועלן מער נישט ליידן בושות פון די גוים.

ל. דאן וועלן זיי וויסן אז איך בין דער באשעפער זייער גאט, און זיי זענען 'מיין' פאלק, זיי דארפן קיין פארמיטלער צווישן מיר און זיי; אזוי זאגט דער באשעפער.

לא. טראץ דעם וואס איז זענט מיינע שעפעלעך, זענט איר אין מיינע אויגן ווי מענטשן און נישט חלילה ווי בהמות. איך בין אייער גאט, זאגט דער באשעפער אונזער גאט.

(ספר יחזקאל פרק ל"ד, ע"פ ספר ממלכת כהנים מהמקובל רבי משה דוד וואלי זצ"ל)


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר