מיין באזוך אין תלמוד תורה 'אור עולם' (אסיף/וועקער #6)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

מיין באזוך אין תלמוד תורה 'אור עולם' (אסיף/וועקער #6)

שליחה דורך אדנירם »

[center]מיין באזוך אין תלמוד תורה "אור עולם"[/center]
[left]פון הרב ברוך בער מאשקאוויטש[/left]

[center]א.[/center]
[justify]וויבאלד אסאך איז שוין געשריבן געווארן וועגן די תיקונים און פארבעסערונגען אין די תלמוד תורה סיסטעם, דערפאר וועלן מיר דא מיט צופרידנקייט איבערגעבן א באריכט פון מיין באזוך אין דעם חדר "אור עולם", וואס האט שוין פארקערפערט אין זייער פראגראם און סדר היום אסאך אייגנארטיגע אייגנשאפטן וואס זענען שוין דערמאנט געווארן דורך פילע מחנכים און קריטיקירער.

איך האב אנגערופן דעם מנהל הרב אשר אנשיל שליט"א, און זיך פארבעטן מיר אריינצולאזן און מיטהאלטן א טאג אינעם חדר.

ענטפערט ער מיך מיט א שאלה (א איד ענטפערט דאך מיט א שאלה): "ווילסטו בייוואוינען און מיטלעבן א טאג אין חדר אלס תלמיד, דהיינו – כאילו דו ביזט דער יונגל? אויב יא דאן וועהל דיר אויס וועלכע כיתה דו ווילסט מיטלעבן אלס 'יונגל', אדער ווילסטו מיטהאלטן א טאג אין אונזער חדר אלס מלמד, און אויב יא - פון וועלכע נושא (סאבדזשעק"ט) מלמד?".

איך קוק אים אן מיט וואונדער, זאגנדיג אז איך פארשטיי נישט וואס דאס מיינט "וועלכע נושא מלמד"? מיינסטו צו זאגן וועלכע עלטער מלמד? ר' אשר אנשיל שמייכלט צו מיר גוטמוטיג, און ענטפערט מיר: "איך האב געמיינט אז דו קענסט זיך שוין עטוואס אויס מיט דעם מהלך פון אונזער חדר, אבער עס זעט אויס אז כ'האב מיך טועה געווען".

זייענדיג אין א היבשער פארלעגנהייט, זאג איך אים: "אדרבה, זאגט מיר טאקע און וועהלט אויס פאר מיר וואספארא טאג איך זאל מיטהאלטן?". ר' אשר אנשיל זאגט מיר מיט א שמייכל: "ר' ברוך בער, קום אריבער אויף מאנטאג און זיי דא זיבן דרייסיג, דאס מיינט צען מינוט פאר שחרית זיי שוין אנגעטוהן מיט טלית ותפילין, און שטעל דיך היפש פון פארנט, אזוי וועסטו אלעס קענען באאבאכטן און זעהן פון א קינד'ס שטאנדפונקט, און דערשפירן דעם טעם פון א יונגל וואס קומט דא אין חדר".

מאנטאג 7:25 בין איך שוין לאנג געווען גרייט מיט טלית ותפילין.

[center]***[/center]
רבותי, וואס איך האב מיטגעהאלטן דורכן טאג איז קענטיג געווען א פאזיטיווער איבערראשונג, און איך וועל דאס מיטטיילן מיט די לייענער אזויווי איך האב דאס באאבאכטעט פון מיין קוק-ווינקל:

מיט פארגעניגן זע איך ווי די קינדער קומען אריין מיט די 'נשמה שנתת בהם'. מיט א געמיטליכע און דערהויבענע שטימונג שטעלט זיך יעדער אויף זיין ארט, מיט שפאנונג ווארט איך צו זען און שפירן וואס די ליכטיגע נשמות וועלן אדורכגיין דעם טאג, און אט טראכטנדיג הער איך ווי דאס גאנצע שול - אלע קינדער און מלמדים - הייבן אן צו זינגען 'אדון עולם', כאילו עס איז ימים נוראים ביי שחרית, א שיינע שטייטע ניגון וואס ברענגט אריין דעם גייסט און דער ווילן זיך צו דערנענטערן צו בוכ"ע און זיך אדורכרעדן מיט אים.

דערנאך (איך מוז אביסל מקצר זיין, ווייל אויב נישט וועט דער ארטיקל זיין געווידמעט נאר אויף דעם שחרית און פרישטאג, אבער היום והמלאכה מרובה) זאגט איין יונגל די ברכות, און בשעת מעשה שטייט דער סגן מנהל/משגיח ר' חיים עוזר און ביי דעם ברכה פון 'פוקח עורים' טוט ער אהן זיין ברילן און קוקט זיך אום מיט א שמייכל, ביי 'מלביש ערומים' כאפט ער אן שולי בגדיו, ביי 'מתיר אסורים' צייגט ער כאילו די הענט זענען ארויס פון הענדקאפ"ס, און אזוי ווייטער. איך קוק מיך ארום, זעה איך ווי דאס איז ביי די קינדערלעך כאילו אן אנגענומענע זאך, אז ביים מאכן דעם ברכה צייגט מען און מען דאנקט טאקע פאר די אלע טובות וואס דער באשעפער גיבט אונז. איך טראכט צו מיר, אז איך בין שוין ב"ה א בן חמישים און נאך קיינמאל בעפאר האב איך נישט אזוי געדאנקט פאר דעם באשעפערס טובות אזויווי היינט.

בעפארן ברכה 'שעשה לי כל צרכי' ווערט שטיל, און איך הער ווי דער מנהל ר' אשר אנשיל רופט זיך אן: "היינט זאלטס עטס אינזין האבן דאס באקוועמליכקייט פון קנעפלעך און סנעפס און וועלקראו, וואס מאכט אלעס אזויפיל לייכטער". אינסטינקטיוו האב איך גענומען ממשמש זיין מיינע קנעפלעך, און יא עס האט זיך געשפירט מורא'דיג דער געדאנק אז איך האב אין מיין גאנצן לעבן בעפאר נאך קיינמאל נישט געדאנקט דעם באשעפער פאר דעם פשוט'ן באקוועמליכקייט.

מען ענדיגט שוין די ברכות און קרבנות, און מ'האלט שוין ביי הודו. ר' מיכאל ניסן דער משניות רבי גייט צו, און רעדט פאר נישט מער פון 120 סעקונדעס, און ערווענט ביים עולם צו אינזינען האבן היינט ביי "ויברך דוד", כאילו מען שטייט יעצט אין ירושלים מיט גאנץ כלל ישראל, און דוד המלך נעמט זיך זאגן די ווערטער (ווען מען האט דעמאלט גערעדט נאר לשה"ק): ברוך אתה ה' - געלויבט ביסטו דער אויבערשטער, פונקט ווי איינער רעדט צום צווייטן, וכו'.

איבערהיפנדיג ביז נאך עלינו לשבח - אלע קינדער זעצן זיך אראפ כאילו מען גייט יעצט לערנען פאר א שעה צוויי, דער סגן מנהל\משגיח ר' חיים עוזר שטעלט זיך אוועק און הויבט אהן צו זינגען "אני מאמין" (עס זענען דא עטליכע באקאנטע ניגונים, יעדן טאג זינגט מען איינע פון זיי).

דערנאך שטעלט זיך אויף ר' פנחס מנחם דער בעל מוסר וחסידות, צו רעדן (געווענטליך) פאר נישט מער פון פיר צו פינף מינוט, אויף דער מדה פון הכרת הטוב. איך טראכט צו מיר: 'ווי קומט דאס אהער נאכ'ן דאווענען בעפאר פרישטאג?', אבער ער איז גלייך געקומען צום פונקט זאגנדיג אז דאס גאנצע דאווענען איז דאך צו דאנקן און לויבן און בעטן דעם רבש"ע, און דאס קומט נאר ווען מען איז באמת מכיר טובה פאר אלעס וואס ער טוט. אזוי אויך דארף מען געדענקן, אז דאס וואס דיין מאמע האט דיך געקליידעט מיט ריינע באקוועמע בגדים (לויט דיין מאס), און דער קעכער האט געקאכט א נארהאפטיגע פרישטאג, זאל מען מכיר טובה זיין און אריינקלערן וואס איז 'יא גוט' פון דעם פרישטאג, און ווער עס איז שפירט טאקע אזוי זאל צוגיין נאכן עסן זיך צו באדאנקן פאר אים.
"אבער עס דארף זיין אמת'דיג און מיטן הארץ, און נישט נאר ווייל איך האב ענק יעצט אזוי געזאגט" - פירט ער אויס.

פארשטייט זיך אז נאך די קורצע אבער טרעפליכע ווערטער, האט דאס עסן פרישטאג ענדערש אויסגעזען ווי מען פארברענגט צוזאמען צוליב א סיום אדער עפעס אן אנדערע דערהויבענע מסיבה.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר