די עתיד פונעם "וועקער"

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

די עתיד פונעם "וועקער"

הודעהדורך פיקאסא » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 12:07 pm

ב"ה מיר האבן געהאט די זכיה די לעצטע האלבע יאר מיטן ארויסגעבען די הערליכע זשורנאל "דער וועקער" וואס איז געווארען אויפגעכאפט דורך אירע טויזענטער ליינער איבער די גארע וועלט. ווי איך איך זעה האט דער עולם זייער הנאה געהאט דערפון, הן די הונדערטער חברים דא אין שטיבל, און הן די טויזענטער מענטשען וואס האבן דאס באקומען אויף סאציאלע מידיע, און ס'איז ב"ה אנגעקומן אסאך ווייטער ווי געראכטן. איך האב צוריק געהערט פון גאס פון מענטשען וואס כ'האב נישט ג'חלומט אז זיי ווייסן דערפון, ווי שטארק זיי האבן הנאה פון דעם וועקער. די סיבה פון דעם איז זייער פשוט, ווייל לעת עתה איז דאס די איינציגסטע זשורנאל וואס רעפזענטירט די מיינונגען פון רוב יהדות החרדית, און דעקט אקטועלע נושאים וואס ווערן נישט געדעקט און אלע אנדערע היימישע זשורנאלן מחמת די טעראר וואס ס'הערשט און אונזערע היינטיגע סיסטעם.

יעצט אז מ'האלט נאך די ביטערע טאג אז די עורך אחראי @שש משזר הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות, דארפן מיר מאכן א חשבון הנפש ווי מ'גיימער ווייטער גיין מיט די "הייליגע וועקער" - ווי ער פלעגט זיך אייביג אויסדריקן צו מיר בלשון חיבה - ווען מיר האבן גערעדט טעלעפאניש..

האמת אגיד, אז ווען איך האב געקלערט פון דעם געדאנק לכתחילה, האב איך ניטאמאל געטראכט פון מאכן אזא פראפעשענעל זשורנאל. מיר האבן ס"ה געטראכט פון צאמנעמען אלע לעצטיגע ארטיקלען וואס איז ערשינען אויפן שטיבל תחת פונדק אחד, און עס אויסשטעלן אין א שיינעם פארמאט כדאי שירוץ בהם הקורא. עד שבא חברנו @שש משזר און עס גענימען צו אן אנדערע לעוועל אינגאנצן, און באוויזן צו ארויסגעבען א געהעריגע זשורנאל מיט א גרויס חלק עקסקליוסיוו ארטיקלען כולם שוין לטובה, און עס אהער געשטעלט ווי א פראפעשענעל זשורנאל. ווי אויך איז צו געקומען נאך א שלב, אז כדאי דאס זאל מצליח זיין מוז דער וועקער ערשיינען מידי חודש בחדשו אזוי ווי אלע אנדערע זשורנאלן. ביז מיר האבן אלע געזעהן ווי ווייט מ'קען אנקומען -מיט די הילף פון אלע חברים דא- צו שניידן די פירות מיט די וועקער #5 און די קלימאקס מיט די פרעכטיגער וועקער #6 "אסיף".

דאס אלעס האט גורם געווען אנשטאטס דער וועקער זאל זיין מיין "האבי" צו מאכן און מיין פרייע צייט, און ארויסגעבען פון די חומר וואס איז שוין דא ווען אימער ס'דא פאר דעם צייט, איז עס געווארען א געוואלדיגע פרעשור אויף מיינע פלייצעס, און כ'קען זאגן מיט א זיכערקייט אז דער עולם האט נישט קיין מושג ווי לאנג דאס נעמט צו באווייזן. כבר מלתי אמורה, אז געלויבט השי"ת גייט מיין פרנסה זייער פיין, און איך ארבעט פאר איבער א דריי דידזשיט נאמבער פער שעה, און דער וועקער האט מיר צו גענומען א ים מיט שעות. אסאך ארבעט האב איך געדארפט אפזאגן לכבוד דעם. און כ'בין זיכער אז @שש האט געפילט די זעלבע. עפ"י חשבון האט דער אסיף מיר גענומען לכה"פ 60 שעה צו באווייזן, הן מיטן אויסשטעלן און הן מיטן זיכען פאסיגע בילדער, אריבערגיין און פאררעכטען די טעותים און זיכער מאכן אז אלעס ענדיקט זיך ביים סוף בלעטל וואס דעס איז אן עבודה קשה שבמקדש.

לפי חשבון הנ"ל וואלט איך לכאורה געדארפט מאכן לפחות $6000 אויפן לעצטע וועקער, און נישט קיין סאך ווייניגער אויף די פריערדיגע.. ביזדערווייל האט עס מיר נאר געקאסט געלד, און ס'איז אריינגעקומן זייער ווייניג געלד אינעם פעיפאל אקאונט, ווייל יעדער טראכט אז א צווייטע וועט געבען. כ'וויל קלארשטעלן אז כ'בין נישט דא צו מאכן געלד, אבער זייט זיכער אז כ'בין אויך נישט אויף צו פארלירן געלד.. אוודאי בין איך גרייט צו טוהן א חלק, אזוי ווי אלע חשוב'ע שרייבערס דא וואס לייגן אריין צייט און כחות שלא על מנת לקבל פרס, אבער די כמות פון שעות וואס איך לייג אריין איז ווי מ'זאל בעטן איין שרייבער דא צו שרייבן די גאנצע זשורנאל.

אשר ע"כ, כדאי צו ווייטער קענען אנגיין מיט די פראדזשעקט און ס'זאל האבן א קיום, וועל איך דא פארשלאגן עטליכע ריאליסטישע הצעות, און כ'האף אז איינס פון זיי וועט זיך אויסארבעטן לטב ולמוטב.

הצעה א' מ'זאל טרעפן איינער וואס זאל דאס איבערנעמען. הן דארף מען א פרישע עורך אחראי צו איבערנעמען @שש זצ"ל מיטן שאפן און נאכלויפען ארטיקלען און מגיה זיין וכו' און סיי א פרישע דיזיינער וואס קען אונטערנעמן די גאנצע מעשה אזוי ווי איך האב געטוהן ביז אהער. איך קען איבערגעבן אלע פיילס און פאנס און די דאומעין וכו'. איך גלייב אז מ'קען דעס באווייזן, אבער כ'גלייב נישט אז דאס איז א לעסטינג סעליושן. די ארבעט איז צופיל און מ'קען ווערן ארויסגעברענגט זייער שנעל.

הצעה ב' האבן איין עורך אחראי בראש, אבער איינטיילן די ארבעט און קלענערע חלקים, ווי אסאך מער חברים דא זענען אריינגעמישט דערין. ס'קען זיין צוטיילט כדלהלן. פארשאפן ארטיקלען, נאכלויפען די שרייבערס, מגיה זיין און פאררעכטען, דיזיינען, נאכאמאל מגיה זיין פון די דיזיינער טעותים, איין הויפט דיזיינער וואס נעמט צוזאמען פון די אנדערע דיזיינערס און שטעלט דאס צוזאמען מיט די מפתח וכו', איינער אחראי צו אפדעיטן די עולם אויפן שטיבל וכו' איינער אחראי אויף די פרינטינג חלק און עמעזאן. דער פלאן קען זיך לכאורה אויסארבעטן אויב דער הויפט רידאקטאר איז שטארק און איז אן טאפ פון די פראדזשעקט און זיכער מאכן אז אלע קליינע דיטאלן זאלן קלאפן.

הצעה ג', איך קען ווייטער טוהן די גאנצע ארבעט, נאר @שש'ס פלאץ דארף איינער איבערנעמען דורך א צווייטן. אבער נישט אויף צו פארלירן געלד. איך מיין אז דער וועקער האט מעסיוו פאטענטשעל און הלוואי קען איינער אויפקומען מיט א פלאן ווי אזוי מ'קען עס געהעריג פרינטן פאר ביליג, און פארקויפן אין די מאסן. דעמאלס וועט עס זיין ווי א אלגעמיינע מעגעזין וואס די בעלי בתים מאכן געלד, און פארשטייט זיך אז דעמאלס מאכן די שרייבערס זייערע פעיר שעיר. אדער קעמען אריינלייגן עדס דערין און לייזן אפאר טאלער אזוי. דאס איז מיין חלום, אבער ס'זעהט מיר נישט אויס ריאליסטיש לעת עתה.

הצעה ד', איך קען עס ווייטער פירן - מיט א נייע אחראי - אבער נישט ארויסקומען מער א יעדער חודש, נאר לויט וויפיל צייט איך האב. קען זיין איינמאל א חודש אדער איין מאל אין דריי חדשים, תלוי לפי הזמן. אדער קען איך עס אפילו ממשיך זיין אהן קיין עורך, און נעמען נאר די "חדשים גם ישנים" פונעם שטיבל זעלבסט.


בקשתי שטוחה לפניכם, ווער עס האט רעיונות, פארשלאגן אגער קען למעשה צוהעלפן אויף אן אופן זאל זיך לאזן הערן ברבים אדער באישי, און מיר וועלען זעהן ווי די זאך קאכט זיך אויס. אזוי ווי ביים אנפאנג פון דעם גאנצע רעיון האב איך געפרעגט דעם דעת הקהל, און יעדע האט געהאט אן אנדערע מהלך און געדאנק, און מיר האבן גענומען איין קו, אויף וואס כ'האב נישט קיין חרטה, אזוי האף איך דא צו הערן דעת הקהל מיט קאנסטראקטיוו איידיעס, אבער פארשטייט זיך אז מ'וועט נישט קענען צופרידן שטעלן א יעדעם איינעם, אבער מיטן באשעפערס הילף וועט כאטשיג עפעס ווערן דערפון, און מיר וועלן בעזהי"ת ממשיך זיין צו וועקען כלל ישראל.

המחכה לתגובתכם במהרה
ידידכם עוז
פיקאסא
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך נאטירליך » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 12:16 pm

הצעה ג', איך קען ווייטער טוהן די גאנצע ארבעט, נאר @שש'ס פלאץ דארף איינער איבערנעמען דורך א צווייטן. אבער נישט אויף צו פארלירן געלד. איך מיין אז דער וועקער האט מעסיוו פאטענטשעל און הלוואי קען איינער אויפקומען מיט א פלאן ווי אזוי מ'קען עס געהעריג פרינטן פאר ביליג, און פארקויפן אין די מאסן. דעמאלס וועט עס זיין ווי א אלגעמיינע מעגעזין וואס די בעלי בתים מאכן געלד, און פארשטייט זיך אז דעמאלס מאכן די שרייבערס זייערע פעיר שעיר. אדער קעמען אריינלייגן עדס דערין און לייזן אפאר טאלער אזוי. דאס איז מיין חלום, אבער ס'זעהט מיר נישט אויס ריאליסטיש לעת עתה.

לכאורה איז דאס די בעסטע option, אז עס זאל מצליח זיין, און האבן די גרעסטע השפעה. אפשר פרובירט איינער צו אריין ברענגען פראנקפוטער פון עמי צו דאס אריין נעמען צו זיך.
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 12:56 pm

פיקאסא האט געשריבן:הצעה ב' האבן איין עורך אחראי בראש, אבער איינטיילן די ארבעט און קלענערע חלקים, ווי אסאך מער חברים דא זענען אריינגעמישט דערין. ס'קען זיין צוטיילט כדלהלן. פארשאפן ארטיקלען, נאכלויפען די שרייבערס, מגיה זיין און פאררעכטען, דיזיינען, נאכאמאל מגיה זיין פון די דיזיינער טעותים, איין הויפט דיזיינער וואס נעמט צוזאמען פון די אנדערע דיזיינערס און שטעלט דאס צוזאמען מיט די מפתח וכו', איינער אחראי צו אפדעיטן די עולם אויפן שטיבל וכו' איינער אחראי אויף די פרינטינג חלק און עמעזאן. דער פלאן קען זיך לכאורה אויסארבעטן אויב דער הויפט רידאקטאר איז שטארק און איז אן טאפ פון די פראדזשעקט און זיכער מאכן אז אלע קליינע דיטאלן זאלן קלאפן.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 968 מאל

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 1:02 pm

סתם א זייטיגע זאך, ווילאנג מ'קען עס האבן בחינם וועט זיין א הפסד מרובה על העומד. לייגט עס אויף סקרייב אדער ערגעץ וואו מ'קען עס נישט דאונלאודן אדער קאפיען.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3371
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5527 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2879 מאל

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 1:22 pm

לעניות דעתי גילט דא דער כלל תפשת מיעוט תפשת
א אויסגאבע וואס וועט האבן אונטער 50 בלעטער א חודש מיט ווייניג גרעפיקס וועט זיך האלטן לענגער
חוץ אויב עס וועט קאסטן געלט דעמאלטס קען עס יא פארען ווייטער פאר א לאנגע צייט אויף א הויכע לעוועל
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 961
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 897 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 1:31 pm

@mevakesh מאכט גאר א גוטע פאינט. ווען ס'איז נאר פופציג בלעטער איז עס לייכטער פאר די ארבעטארער'ס, ס'איז ביליגער צו קויפען און ממילא פיהל מער מענטשען וועלען קויפען. און אויב איינער קען נישט איין חודש, קען ער בעטען א צווייטען. בקיצור, א פיינע איינפאל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9129 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 2:10 pm

איך האב פרובירט ארויסצוהעלפן ביז היינט, און כ'בין גרייט זיך ארויפצוקאטשען די ארבל און טון א סך מער. כ'קען אבער נישט אינגאנצן איבערנעמען שש, איז די פראגע צי מ'קען צוזאמענשטעלן א טיעם וואס איז גרייט מיטצוארבעטן.
דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10396 מאל

הודעהדורך פיקאסא » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 7:18 pm

ייר כח פאר אלע וואס זענען אריינגעקומען אין אישי מיט הילף אנבאטען.

דא האט איהר איר א מער דיטעילד פלאן פון די ארבעט וואס עס פאדערט זיך כדאי אויסצוגעבן דער וועקער אלס א טיעם.
יעדער איז מכובד אריינצוטראכטן וואס זיי קענען העלפן מיט די פראדשעקט.

פארשטייט זיך אז נומער איינס אויף די ליסט זענען די שרייבערס וואס זיי זענען די הויפט שפילערס פון די גאנצע וועקער.
#2 איז די משגיח וואס דארף מאשר זיין וואס קען אריינגיין אין דער וועקער.
#3 איז לכאורה דאס שווערסטע אויפגאבע, די רעדאקטאר.
וכו' וכו'

לכה"פ #16 קען א יעדער זיין...
בייגעלייגטע פיילס
Der Veker plan.jpg
Der Veker plan.pdf
(276.79 KiB) אראפגעלאדנט 74 מאל
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:06 pm

כ'קען באשטיין צו מגיה זיין, דאס איז מיר גרינג און פארנעמט נישט אזויפיל צייט.
מיינע ארטיקלען זענען ע"פ רוב נישט אזעלכע סמעטענע ווי די ריזיגע שרייבערס דא :(

דער וועקער איז א געוואלדיגע דורכברוך, פארט האב איך צומאל ספיקות צי דאס נעמט נישט אוועק די אטענשאן פונעם שטיבל זעלבסט.
קלענער/ווייניגער איז זיכער בעסער מכל הצדדים.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15316
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18563 מאל

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 9:28 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
דער וועקער איז א געוואלדיגע דורכברוך, פארט האב איך צומאל ספיקות צי דאס נעמט נישט אוועק די אטענשאן פונעם שטיבל זעלבסט.
.
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 851
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

הודעהדורך פליקער » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 9:31 pm

זייער שיין מסדר געווען, נישט קיין וואונדער שש משזר האט געקוויט. איך בין עוועלעבל צי ספעל טשעקן..
איך קען זיכען בילדער. אזוי ווי איך האב באדינט שש'ן
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 9:43 pm

יא סאיז זיכער אז סאיז צופיל ארבעט פאר איינעם.

מדארף א ביזנעס פלאן אין אונהייבן מאכן געלד אנדערש גייט אייביג א צווייטער אויפגעבן.
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 851
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

הודעהדורך ביליג » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 9:50 pm

וואס איז מיט אדווערטייזמענטס ?
אפשר לייגט מען עס נאר אויף עמאזאן/ניוז סטענדס מיט א פרייז אז מען זאל יא מאכן געלט ?
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 431 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 347 מאל

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 10:03 pm

ווי דערמאנט איז עמעזאן נישט קיין הכנסה

די איינציגסטע עצה אין סזאל בלייבן די מטרה איז עדווערטייזמינטס אין מקען עס באקומען בחינם
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 851
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

הודעהדורך גר ותושב » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 12:17 am

פלאן
1 שרייבערס כל הרוצה יבוא ויכתוב.
2-3 משגיח רעדאקטאר @כוכב
4 מגיה @שמעקעדיג
5 זוכען בילדער @אבטולמוס
6-7-8 @פיקאסא אויב צו שווער דען טוב מעט בכוונה מהרבה שלא....
9 @פיקאסא איז מכובד עס ארויף צו לייגן דא אין שטובל
10 @ליטוואק פון בודעפעסט
11-12-13-14 נישט וויכטיג יעצט
15 @געוואלדיג
16 אני הקטן
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 12:23 am

קודם האב איך הנאה איז אונזערע חברים דא מאכן טריפל דיזשיטס א שעה און זענען נישט סתם ארבעטסלאזע ראצערלך. בכל אופן א דאנק אייך אלע און ספעציעל ראובן וואס ווי מען ברויכט לייגט ער צו א פלייצע, טראץ זיין פארנומענע צייט דרוכצוזיפן הויפנעס אלטע צייטונגען און ברענגן פרנסה פאר י"ח שבטי קה.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 687
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2568 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2996 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 1:28 am

אה. פרנסה פאר די שבטי קה אינקלאדעד בנימינ'ען...
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1433 מאל

הודעהדורך נאטירליך » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 7:38 pm

טייערע חברים

איך האב יעצט פרייטאג באקומען דעם וועקער, דעם ערשטן מאל איך האב עס באשטעלט אויף עמעזאן און געהעריג געליינט. אזא אויסגאבע מוז אנגיין עס איז בכח צו מאכן אן אמת'ע revelation. און ניין נישט מיט קיין נדבות מען דארף מאכן געהעריגע monthly subscriptions מיט עדס וכדומה.
עורו נא לאמיר זיך אליין אויפוועקן און ווער עס איז בכח דאס אויסצופירן למצוה גדול יחשב.
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

הודעהדורך גר ותושב » מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:46 pm

דארף דער וועקער טאקע א וועקער?
@פיקאסא אפשר דאך?
אויב נישט אויף ראש חודש כסליו אפשר לכבוד חנוכה?
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך פיקאסא » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 11:24 am

גר ותושב האט געשריבן:דארף דער וועקער טאקע א וועקער?
@פיקאסא אפשר דאך?
אויב נישט אויף ראש חודש כסליו אפשר לכבוד חנוכה?



ווען אלע מענטשען וואס די האסט נאמאנירט וואלטן זיך אנגערופן, וואלט מען געקענט ווייטער גיין, אבער דערווייל איז אין קול ואין עונה.

איך האב גראדע נישט אויפגעגעבן האפענונג, א חבר מיינע א דיזיינער איז גרייט צו מאכן א חלק, מגיהים איז לכאורה אויך דא בשפע, מ'ברויך נאר איינער וואס איז עומד בראש מיט די גאנצע עול.
דערווייל איז דא מיטינגס אונטערן טיש, און כ'האף צו קענען מבשר זיין בקרוב בשורות טובות.

ביזדערווייל, לאמיר זעהן ווי די שטיבל גייט אהן אנעם וועקער, כדאי צו זעהן אויב דער וועקער נעמט אוועק פון שטיבל אדער נישט.
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך פליקער » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 11:39 am

פיקאסא האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:דארף דער וועקער טאקע א וועקער?
@פיקאסא אפשר דאך?
אויב נישט אויף ראש חודש כסליו אפשר לכבוד חנוכה?



ווען אלע מענטשען וואס די האסט נאמאנירט וואלטן זיך אנגערופן, וואלט מען געקענט ווייטער גיין, אבער דערווייל איז אין קול ואין עונה.

איך האב גראדע נישט אויפגעגעבן האפענונג, א חבר מיינע א דיזיינער איז גרייט צו מאכן א חלק, מגיהים איז לכאורה אויך דא בשפע, מ'ברויך נאר איינער וואס איז עומד בראש מיט די גאנצע עול.
דערווייל איז דא מיטינגס אונטערן טיש, און כ'האף צו קענען מבשר זיין בקרוב בשורות טובות.

ביזדערווייל, לאמיר זעהן ווי די שטיבל גייט אהן אנעם וועקער, כדאי צו זעהן אויב דער וועקער נעמט אוועק פון שטיבל אדער נישט.

וועלכע שטיבל??
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 2:28 pm

ני חברה ארויף מיט די ארבעל

ווער שיקט אריין ארטיקלען די חנוכה וועקער גייט איבערשטייגן די אסיף
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 851
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

הודעהדורך פליקער » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 12:57 am

איך וועל אי''ה אריין שיקן די זעקסטע קאפיטל 'קענסער 6'
אויב וועט זיין נויטיג אויך 'קענסער 7'.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

הודעהדורך צום פינטל » דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 9:46 pm

וואס טיט זיך
די שווייגעניש איז די ערגסטע
צום פינטל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך קאוריג » פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 11:14 am

איך ווייס נישט אין וועלכע חלק מען דארף נאך הילף, אבער איך קען צוהעלפן מיטן מגיה זיין עד כמה מיין צייט ערלויבט
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט